יעווגעני קיסין
אַ בריװ ברוטן און קאַסין דורך יאָרטױזנטער
אַך, טײַערע… שױן צװײ יאָרטױזנטער זײַנען פֿאַרבײַ —
נאָר װי גוט פֿאַרשטײ איך אײַך, װען איר װאָלט נאָר געקאָנט װיסן…
כ׳בין אױך מיט מײַן גאַנצער נשמה דער פֿרײַהײט געטרײַ.
כ׳בין אױך אירע שׂונאים טיראַנען גרײט קױלענען, שיסן.
יאָ, צעזאַר דאָס רױמישע פֿאָלק האָט פֿון פֿרײַהײט באַרױבט,
און ריכטיק לגמרי געוואָרן דאַן אויפֿגעבראַכט זײַט איר.
װי גוט איך פֿאַרשטײ אײַך: איר זײַט געװען זיכער, אַז אױב
איר װעט אים דערהרג׳נען, װעט יובֿלען דאָס פֿאָלק דאָס באַפֿרײַטע.
דאָס פֿאָלק אָבער האָט זיך דערשראָקן, געטראַכט: „ס׳איז עק װעלט!‟ —
װײַל גליקלעך ז׳געװען אונטער צעזאַרן דער עולם–גולם,
און װען אין זײַן נאָמען מ׳האָט צוגעזאָגט אַלעמען געלט,
געלאָזט האָט דאָס פֿאָלק זיך צו אײַערע הײַזער אײַך קױלען.
אַ חידוש, אַ שרעק! — דעם דיקטאַטאָר מ׳האָט ליב געהאַט, װײַל
נאָך בירגער–מלחמות געבראַכט האָט ער סוף–כּל–סוף פֿרידן.
געטראָפֿן אין שלאַכט האָט אײַך, מוטיקע מענטשן, די פֿײַל.
אױף תּמיד געבליבן איז ס׳פֿאָלק אונטערדריקט — און צופֿרידן…
פֿאַרבײַ צװײ יאָרטױזנטער — אַלץ איז אַזױ, װי געװען:
געבילדעטע מענטשן, הגם כּלל ניט אַלע, יאָ שטרעבן
צו פֿרײַהײט — נאָר װאָס אַרט די פֿרײַהייט דאָס פּראָסטע פֿאָלק, װען
ניטאָ װאָס צו עסן, און מורא מע האָט פֿאַרן לעבן?
יאָ, בלײַבן די מענטשן די זעלבע, ניט װיכטיק װען–װוּ,
כאָטש ס׳איז זײער שװער אָנצונעמען דאָס, פּײַנלעך אַפֿילו:
זאָל זײַן דיקטאַטור, אַבי זאָלן זײַן עסעכץ און רו.
ניט פֿרײַהײט איז טײַער דעם פּלעבס — ברױט און שױשפּילן װיל ער.
דעם דאָזיקן אמת, װאָס ביטער איז אונדז, האָבן קלאָר
פֿאַרשטאַנען אי די באָלשעװיקעס, אי היטלער, אי פּוטין.
און דױערט עס װידער אַ מאָל יאָר נאָך יאָר, דור נאָך דור,
און ס׳רײַסט זיך אַרױס גלאַט אַ ייִאוש–געשרײ: „װאָס זשע טוט מען?!‟.
אַך, טײַערע… נאָך צװײ יאָרטױזנטער װי איך פֿאַרשטײ
אײַך בײדע און אײַערע פֿרײַנד, װען איר װאָלט געקאָנט װיסן!
נאָר אומוויסנדיק בלײַבט דאָס פֿאָלק, הערשט אַרום װינד און װײ,
ניט מיר די טיראַנען, נאָר זײ אונדז פֿאַרפֿאָלגן און שיסן…
6 — 7 סעפּטעמבער, 2026

גרוזיע, מײַן ליבע
די גאַנצע װעלט, דאַכט זיך, גײט איצט אַראָפּ פֿונעם זינען —
און מײַן באַזונדערער װײ זײַנען פֿרײַנד מײַנע אַלטע, גרוזינער…
װאָס זשע געשען איז מיט דיר, מײַן באַליבטער טביליסי?!
װאָס פֿאַר אַ קראַפֿט האָט פֿאַרכאַפּט דיך, אַ שװאַרצע, אַ מיאוסע?!
פּאַאַטאַ* — אַ שטאָלץ פֿונעם לאַנד! — שמאַכט אַצינדערט אין טפֿיסה…
גרוזיע, מײַן ליבע! כ׳געדענק, װען געװען בין איך יונג,
װי גרױס און מעכטיק געגאַרט האָט צו פֿרײַהײט דײַן שװוּנג,
װי פֿלאַמיק האָסטו געשטרעבט זיך באַפֿרײַען פֿון רוסישער מאַכט!
װאָס זשע האָסטו גראָד איצט זיך פֿרײַװיליק אונטערגעגעבן אָן שלאַכט?!
זײַנען פֿאַר מיר הײַנט פֿאַרמאַכט דײַנע טירן:
װעט מיך קײן רוסלאַנד די איצטיקע מאַכט דעפּאָרטירן…
ברענט אין מײַן האַרצן אַפֿילו ניט צאָרן,
נאָר טיפֿער צער: כ׳האָב מײַן טײַערע גרוזיע פֿאַרלאָרן,
װעט זי בלױז בלײַבן אױף אײביק בײַ מיר אין זכּרון…
*פּאַאַטאַ בורטשולאַדזע — באַרימטער גרוזינישער זינגער.
29 יוני, 2026