
באָריס סאַנדלער
אין דער נשמה בײַ יעדן מענטשן איז דאָ אַזאַ ווינקעלע, וווּ עס וווינט אַ שטענדיקע ליבע, וואָס האָט נישט קיין אַנדער סיבה, אַ חוץ דער, אַז ליב האָבן איינער דעם אַנדערן — איז אַ מתּנה פֿון גאָט.
יצחק בן שלמה לוריִא אַשכּנזי (אַריז”ל)
אין אונדזער עלטער דאַרף מען געדענקען, אַז די פֿאַרגאַנגענע וואָך וואָלט געקאָנט נישט זײַן.
אומבאַוווּסטער חכם
שוין קנאַפּע אַכצן יאָר קומט אײַזיק אַהער אין דעם זעלבן חודש און טאָג, שטייט פֿאַראָבֿלט אַ ווײַלע, צוויי, אָנשטעלנדיק דעם אויסגעלאָשענעם בליק אין דעם ברייטן טונקל־גרויער גראַניטשטיין. דער אויפֿשריפֿט אויף דער פֿלאַכער אָפּגעשליפֿענער אויבערפֿלאַך האָט צו וויסן געגעבן די נייטיקע פּרטים אויף ענגליש — קורץ און דײַטלעך, אַז אונטער דעם שטיין איז באַגראָבן אײַזיקס פֿרוי, מאַשאַ מאָראָז־לאַנצמאַן (1949־2005). די אויסגעקריצטע פּרטים, באַדעקט מיט זילבער, האָבן פֿאַרנומען נאָר די לינקע זײַט אויף דער מצבֿה, ברעכנדיק דערמיט די סימעטריע. עס האָט אַפֿילו אויסגעזען, אַז צוליב דעם ליידיק־פֿאַרבליבענעם ווינקל פֿון רעכטס, האָט זיך דער שטיין אַ ביסל אָפּגעזעצט אויף איין זײַט.Media
אײַזיק האָט זיך אַ ריר געטאָן, ווי זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון זײַן פֿאַרטומלטקייט; דער ציטער איז גענוג געווען, זיך אַרויסצורײַסן פֿון דער פֿאַרטושטער ניט־דאָיִקייט און זיך אומקערן אין דעם קלאָרן קילבלעכן אינדערפֿרי.
ער איז ווידער אין דער ממשותדיקער ווירקלעכקייט פֿון אַ בית־עולם און זײַנע חושים ברענגען עס אים בולט אַרויס: די אויגן כאַפּן אַרום די שטרענגע רייען פֿון נײַע מצבֿות, וואָס האָבן זיך אויסגעשטעלט לעצטנס אַרום מאַשאַס מצבֿה, די אויערן זוכן אויס אין דער פֿאַרציטערטער שטילקייט אַ לעבעדיקן קלאַנג, און די נאָז טוט זיך אירס — אָטעמט אײַן די לופֿט, אָנגעזעטיקט מיט ריחות פֿון רויער ערד, פֿריש־אָפּגעקאָסעט גראָז און פֿאַרוועלקטע בלומען אויף די קבֿרים…
ער איז, דאַכט זיך, דאָ דער איינציקער באַזוכער אין דעם פֿריִיִקן אינדערפֿרי. דאָס שילדל בײַם טויער פֿונעם אַרײַנגאַנג אַהער האָט אָנגעוויזן די פּינקטלעכע צײַט „פֿון‟ און „ביז‟, ווי עס פּאַסט פֿאַר יעדער סאָלידער אינסטיטוציע. אין אָט דער צווישנצײַט פֿון טאָג, באַשטימט פֿון אַ טשינאָווניק, קאָן מען, הייסט עס, מטריח זײַן יענע, וואָס געפֿינען זיך פֿון דער אַנדערע זײַט צאָם.
אײַזיק האָט זיך דערמאָנט אין אַן אַנדער שילד — אַ גרויסן, ווי אַ טראַנספּאָראַנט איבער אַן אײַזערנעם טויער: „פֿאַר זײַטיקע איז דער אַרײַנגאַנג פֿאַרווערט‟. דער שטרענגער אויפֿשריפֿט האָט געמיינט נאָר איין זאַך, אַז אײַזיק מוז זוכן אַן אַנדער וועג צו טרעפֿן אויף דער פֿאַרצאַמטער טעריטאָריע פֿונעם פּיאָנער־לאַגער. ער איז געבליבן שטיין פֿאַר אַ הויכן פּלויט, פֿעסט צונויפֿגעקלאַפּט פֿון אָפּגעהובליעוועטע ברענטער און אָפּגעפֿאַרבט אין אַ קויטיק־גרינעם קאָליר; די אויגן לויפֿן — רעכטס, לינקס — וווּהין זיך וואַרפֿן זוכן אַ שפּאַרונע, אַ ברעט, וואָס מע קאָן זי אָפּרוקן און אַרײַנשמוגלען אינעווייניק „אויף דער טעריטאָריע‟. עס קאָן נישט זײַן אַ פּלויט, ער זאָל נישט האָבן אַזאַ וויכטיקע שפּאַרונע… בפֿרט אַרום אַ פֿיאָנער־לאַגער.
דאָרט פֿון יענער זײַט פּלויט, פֿאַרשפּאַרט אויפֿן גאַנצן זומער, געפֿינט זיך די פּיאָנערקע מאַשאַ מאָראָז. זיי ביידע לערנען זיך אין איין קלאַס, דאָס יאָר אַריבער אין זיבעטן… די ייִנגלעך לאַכן פֿון אים: „לויפֿט נאָך דער מאַשקאַן, ווי אַ הינטל!‟ אײַזיקן אַרט עס נישט; ער איז גרייט נאָך איר לויפֿן עק וועלט…
מאַשאַ האָט נישט געוואָלט פֿאָרן קיין פּיאָנער־לאַגער, נאָר אירע עלטערן האָבן זי נישט געפֿרעגט: „דאָרט וועט מען דיר דורכלופֿטערן דעם קאָפּ!‟ — האָט איר מאַמע געטענהט. אַוודאי, האָט זי געוווּסט, אַז איר טאָכטער און אײַזיק „חבֿרן זיך‟; די קלאַסן־פֿירערין, כאַריטינאַ איוואַנאָוונאַ, האָט נאָך דער סוף־יאָריקער עלטערן־פֿאַרזאַמלונג געבעטן אײַזיקס און מאַשאַס מאַמעס זיך פֿאַרהאַלטן אַ ווײַלע. אין אָט דער ווײַלע האָט זי אין דעם פּוסט געוואָרענעם קלאַס גערעדט שטיל, נאָר איבערצײַגעוודיק: „איר דאַרפֿט וויסן, אַז אײַזיק לאַנצמאַן און מאַשאַ מאָראָז חבֿרן זיך…‟ — אירע ווערטער האָבן געקלונגען, ווי זי וואָלט גערעדט נישט וועגן די קינדער פֿון די צוויי פֿרויען, נאָר סתּם צוויי שילערס פֿון איר קלאַס. די מאַמעס האָבן זיך איבערגעקוקט, און זייערע בליקן, פֿאַרחידושט און צעמישט, האָבן זיך ווידער צונויפֿגעגאַנגען אויפֿן פּנים פֿון דער שטרענגער קלאַסן־פֿירערין מיט אַ פֿראַגע: וואָס מער?
כאַריטינאַ איוואַנאָוונאַ, אַ לערערין פֿון רוסישער שפּראַך און ליטעראַטור האָט עס באַלד דערפֿילט, און האָט די „אינטריגע פֿונעם סוזשעט‟ אַנטוויקלט ווײַטער:
— אין אונדזער גרויסער רוסישער ליטעראַטור זײַנען געוויס געווען מוסטערן פֿון יוגנטלעכער ליבע, צום בײַשפּיל, נאַטאַשאַ ראָסטאָוואַ האָט זיך פֿאַרליבט אין איר קוזין, בײַ דרײַצן יאָר… אָבער איר פֿאַרשטייט דאָך, אַז מיר לעבן אין אַן אַנדער צײַט און אין אַן אַנדער לאַנד, הגם מיר רעדן אויף איין שפּראַך, וואָס לעוו ניקאָלאַיעוויטש טאָלסטוי האָט גערעדט… — ווי אַן אויספֿיר פֿון אירע באַלערנדיקע רייד, האָט די לערערין צוגעגעבן: — אונדזערע קינדער דאַרפֿן פֿירן אַ געזונטע פּיאָנערישע פֿרײַנדשאַפֿט, נישט, גאָט באַהיט, עפּעס מערס…
אײַזיקן האָט מען הײַיאָר אין פּיאָנער־לאַגער נישט אָפּגעשיקט, כאָטש ער, דערוויסנדיק זיך, אַז מאַשאַ פֿאָרט אַהין אויפֿן גאַנצן זומער, האָט יאָ געוואָלט פֿאָרן. געשיקט האָט מען אים צו דער באָבען און זיידן, וואָס האָבן געוווינט אין אַ שטעטל בײַם טײַך.
— האָסט דאָך ליב צו זיי פֿאָרן, — האָט געטענהט די מאַמע, — האָסט דאָרטן גוטע חבֿרים, וועסטו מיט זיי גיין צום טײַך זיך באָדן, כאַפּן פֿיש…
אײַזיק האָט געפֿילט, פֿון וואַנען דער ווינט בלאָזט; אין יענעם פֿאַרנאַכט נאָך דער סוף־יאָריקער עלטערן־פֿאַרזאַמלונג האָט ער נישט געקאָנט ניט באַמערקן, אַז זײַנע טאַטע־מאַמע שעפּטשען זיך עפּעס צווישן זיך איבער, באַהאַלטנדיק פֿונעם זון די פּנימער. זיכער, האָט ער געטראַכט, ס׳איז פֿאַרבונדן מיט דער פֿאַרזאַמלונג… וואָס האָט אַזוינס געקאָנט וועגן אים זאָגן כאַריטינאַ איוואַנאָוונאַ?.. סײַדן, עמעצער פֿון די מיידלעך האָט איר צוגעטראָגן, אַז מ׳האָט אים געזען מיט נאָך צוויי זײַנע פֿרײַנדלעך רייכערן אין אַ ווײַטן ווינקל פֿון שול־הויף… אײַזיק האָט דאָך נאָר איין מאָל פֿאַרצויגן אין זיך דעם רויך און זיך באַלד פֿאַרהוסט…
דער טאַטע שוין נאָך דער וועטשערע, בשעתן טרינקען טיי, האָט זיך צוגערוקט נענטער צום זון און דורך־אַגבֿדיק זיך אָנגערופֿן:
— די מאַמע האָט דערציילט, אַז דאָס יאָר האָסטו פֿאַרענדיקט גאָר ניט שלעכט… יעדנפֿאַלס, אָן „דרײַען‟… — ער האָט נישט אויפֿגעהערט צו מישן די טיי מיטן לעפֿעלע, און די דינע גלאָז, אַרײַנגעשטעלט אין טאַטנס באַליבטן זילבערדיקן גלאָזהאַלטער, האָט זיך אָפּגערופֿן מיט אַ קלינגעוודיקן „דזין‟, — און ווער איז די מאַשאַ? — האָט דער טאַטע געפֿרעגט, ניט אָפּרײַסנדיק דעם בליק פֿונעם לעפֿעלע.
אײַזיק האָט אָנגעשפּיצט די אויערן, ווי ס׳וואָלטן די קלינגעוודיקע טענער זיך צונויפֿגעגאָסן אין איין באַאומרויִקנדיקן געקלאַנג.
— מאַשאַ… — האָט אײַזיק שטיל איבערגעפֿרעגט, זיך נאָך אַלץ אײַנהערנדיק אין דער קלינגערײַ, — דו מיינסט, מאַשאַ מאָראָז?.. מיר לערן זיך אין איין קלאַס…
— גוט, זייער גוט… — האָט דער טאַטע, אַ צופֿרידענער, אָפּגעזיפֿצט. אָנגעכאַפּט מיט די פֿינגער דאָס הענטל פֿונעם גלאָזהאַלטער, האָט ער צוגעטראָגן די גלאָז צום מויל. איידער ער האָט פֿאַרזוכט די טיי, האָט ער אויסגעדרייט דעם קאָפּ צו אײַזיקן און געזאָגט: — סאָוועטישע פּיאָנערן, ייִנגעלעך און מיידעלעך, דאַרפֿן זיך חבֿרן שיין…
בײַ דער באָבע־זיידע אין דער פֿאַרשיקונג, ווי אײַזיק האָט פֿאַרטײַטשט די יאַזדע צו זיי, האָט ער זיך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן; שוין אויפֿן דריטן טאָג איז ער אַנטלאָפֿן אינעם פּיאָנער־לאַגער „אָרליאָנאָק‟, וווּ מאַשאַ מאָראָז האָט זיך געפֿונען.
אײַזיק האָט טאַקע אָנגעטאַפּט אינעם פּלויט אַזאַ פֿרײַע ברעט, וואָס איז געהאָנגען צוגעקלאַפּט נאָר אויף איין אייבערשטן צוואָק. ער האָט די ברעט אָפּגערוקט אין אַ זײַט און זיך אַרײַנגעקוועטשט אין דער שפּאַרונע. נישט מער ווי אַ פּאָר רגעס זײַנע זײַנע פֿיס געשטאַנען אויף דער „פֿאַרווערטער טעריטאָריע‟; ער האָט דערהערט אַ הייזעריק קול: „שטיי, וווּ דו שטייסט, אַניט — שיס איך!‟
געשריגן האָט דער מאַנספּאַרשוין, וואָס אײַזיק האָט אים פֿריִער געזען זיך אומדרייען בײַם טויער. קיין שום ביקס האָט ער נישט געהאַט, נאָר געסטראַשעט; אײַזיקן האָט ער אַרומגעכאַפּט, ווי אַ שלאַנג דעם קראָליק, און אַוועקגעשלעפּט אינעם אַדמיניסטראַטיוון הויז פֿונעם פּיאָנער־לאַגער…
וויפֿל יאָר זײַנען אַוועק זינט דעמאָלט, האָט געטראַכט אײַזיק, כּמעט אַ גאַנץ לעבן, עס האָט זיך אָבער פֿאַרגעדענקט, זיך אײַנגעקריצט אינעם זכּרון… אײַזיק האָט אַרויסגעשלעפּט פֿונעם ניילאָן־זעקל, וואָס ער האָט געבראַכט מיט זיך, אַ פּלאַסטיק־פֿלעשעלע מיט אַ טונקלבלויער פֿליסיקייט און אַ געל מאָכקע האַנטעכל. אַרומגעשפּריצט פֿונעם פֿלעשל די פּאָלירטע פּליטע פֿון דער מצבֿה, האָט ער זיך גענומען זי זאָרגזאַם אַרומווישן מיטן האַנטעכל ביז אַ בלישטש.
נאָך נעכטן איז דער גראַניט-שפּליטער געווען אַ טייל פֿון אַ ריזן־באַרג. נאָר אָט האָט מען אויף אים געמאַכט אַן אויפֿשריפֿט און פֿון דעם מאָמענט אָן שליסט דער שפּליטער אין זיך אײַן אַ גאַנצע וועלט — יאָרן פֿון אַ קאָנקרעט מענטשלעך לעבן, מיט זײַנע פֿרייד און לייד, שׂימחות און לוויות, ווירקלעכקייט און חלומות, מיט זײַנע ליבעס און אַנטוישונגען… אַ מצבֿה איז אַ דערמאָנונג פֿון טויט, וואָס שיקט די לעבעדיקע אָפּ צו לעבן ווײַטער…
דער אַרויסלאָז־באַל אין שול האָט זיך פֿאַרענדיקט שפּעט אין אָוונט. דערנאָך האָבן אײַזיק מיט מאַשאַן און נאָך עטלעכע פּאָרלעך פֿון זייער קלאַס שפּאַצירט אין שטאָטישן פּאַרק ביז אַרום צוויי בײַ נאַכט. אײַזיק האָט באַגלייט מאַשאַן צו דער טיר פֿון דעם הויז, וווּ זי האָט געוווינט מיט אירע עלטער אויפֿן פֿערטן גאָרן.
מאַשאַ האָט זיך געשטעלט אויף די שפּיץ־פֿינגער און קוים אַרומגעכאַפּט אײַזיקן אַרום האַלדז. אינעם זיבעטן קלאַס, ווען אַלע שילערס פֿלעגן זיך אויסשטעלן אין אַ שורה לויטן וווּקס, איז אײַזיקס אָרט געווען דאָס דריטע פֿון סוף; נאָכן פֿאַרענדיקן דעם נײַנטן קלאַס איז ער שוין געשטאַנען דער צווייטער פֿון אָנהייב.
די מאַמע האָט אָנגעקוועלט: „זיך אויסגעצויגן, קיין עין־הרע…‟ דער טאַטע, ווי זײַן שטייגער איז, האָט זיך אָפּגערופֿן מיט אַ וויץ: „דער בחור האָט זיך פֿאַרלאָזט אַ לענג… ענלעך געוואָרן צו אַ דאַרן דראָנג!‟
אײַזיק פֿון זײַן הייך האָט מאַשאַן שטיל אַ זאָג געטאָן: „שוין שפּעט… מע מוז זיך צעשיידן…‟ — מאַשאַ האָט אים אַרויפֿגעשיקט אירע שטילע ווערטער: „לאָמיר זיך אויפֿהייבן צו מיר…‟ — „אָבער דײַנע עלטערן…‟ — אײַזיק האָט דערפֿילט, ווי מאַשאַ פֿאַרדעקט אים די ליפּן מיט אירע וואַרעמע פֿינגער.
— „דער טאַטע איז אין זײַנע שטענדיקע קאָמאַנדיראָווקעס, און די מאַמע איז אייערנעכטן אַוועקגעפֿאָרן קיין טרוסקאַוועץ אין אַ סאַנאַטאָריום…‟
אַ ווײַלע האָט זיך געהאַלטן אַ פּויזע, אָבער די הערצער בײַ די פֿאַרליבטע האָט געקלאַפּט העכער און אָפֿטער. מאַשאַ האָט אים אַ שלעפּ געטאָן בײַ דער האַנט און זיי האָבן זיך אַ טראָג געטאָן אַרויף צו איר דירה.
זיי האָבן נאָך געהאַט נישט אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם נאָכן אַרויפֿלויפֿן אויפֿן דריטן גאָרן, געשטאַנען אין מיטן דעם אייבערשטן צימער אין פֿינצטערניש, אַרומגעכאַפּט איינער דעם אַנדערן, ווי צוויי אָנגעשראָקענע קינדער, וואָס באַהאַלטן זייער שרעק אין די בוזעמס — חס־וחלילה אָפּשוואַכן זייערע אָרעמס. מאַשאַ האָט זיך אײַנגעגראָבן מיטן פּנים אין אײַזיקס ברוסט און שוין פֿון דאָרטן זיך אָנגערופֿן: „איך וויל עס זאָל געשען הײַנט…‟ מאַשאַס ווערטער האָבן געקלונגען ווי אָפּגעריסן פֿון אַנדערע געדאַנקען אירע, וועלכע זײַנען געבליבן נישט אַרויסגעזאָגט, נאָר אין איר געקאָכט… אײַזיק האָט נישט פֿאַרשטאַנען דעם זאָג, נאָר דערפֿילט מיטן פּנים, זיך אײַנגראָבנדיק אין מאַשאַס האָר. ער האָט אײַנגעאָטעמט איר ריח און הייסן אָטעם, וואָס האָט אים פֿאַרטומלט…
און אַלץ איז געשען אַזוי, ווי עס טרעפֿט זיך מיט יעדן צום ערשטן מאָל — נישט צו פֿאַרשטיין, נישט צו באַנעמען, אײַנגעהילט אין אַ צאַפּלדיקער אומפֿאַרמײַדלעכקייט און שרעק פֿאַר דעם, וואָס איז שוין געשען. פֿאַרסמט מיט זייער נאָענטשאַפֿט, האָבן זיי שוין געזוכט זי אין זייער טאָג־טעגלעכקייט, פֿאַרצאַמט און פֿאַרריגלט אין די דלתּ־אמות פֿון דער ווירקלעכקייט, אין וועלכער זיי האָבן עקזיסטירט.
מאַשאַ איז אָנגעקומען אינעם אָרטיקן מעדיצינישן אינסטיטוט צו ווערן אַ קינדער־דאָקטער, ווי זי האָט געטרוימט; אײַזיק איז אָנגענומען געוואָרן אינעם לאַנדווירטשאַפֿטלעכן אינסטיטוט אויפֿן מעכאַניזאַציע־פֿאַקולטעט. ער האָט בפֿירוש נישט געחלומט נאָכן פֿאַרענדיקן די לערע צו ווערן אַן אינזשענער אין אַ דאָרף. דאָס לערנען זיך אינעם לאַנדווירטשאַפֿטלעכן אינסטיטוט האָט געהאַט צוויי גרויסע מעלות: קודם־כּל, האָט עס דערמעגלעכט אײַזיקן צו פֿאַרבלײַבן אין שטאָט לעבן מאַשאַן; צווייטנס, איז עס געווען די איינציקע הויכשול צווישן די פֿיר אַנדערע, וווּ, אַ חוץ די נאַציאָנאַלע קאַדרען, פֿלעגט נאָך דורכשמוגלען אַ באַגרענעצטע צאָל „געזיכטער פֿון ייִדישער נאַציאָנאַליטעט‟.
דאָס פֿאַרליבטע פּאָרעלע פֿלעגט, פֿאַרשטייט זיך, אויסניצן יעדע געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען און פֿאַרבלײַבן אין איינעם; אַזאַ געלעגנהייט האָבן זיי נישט זעלטן געפֿונען בײַ מאַשאַן אין דער היים. איר טאַטע אַ שאָפֿער אויף אַ לאַסט־אויטאָ, איז טאַקע אָפֿטער געווען אין וועג, ווי בײַ זיך אין שטוב. דער מאַמען, צוגעבונדן צו איר אַרבעט אין אַ שוך־פֿאַבריק, איז אָפֿט אויסגעקומען צו אַרבעטן איבער־שעהן, באַזונדערס סוף חודש, ווען דער פּלאַן האָט „געברענט‟.
אין אַ פֿאַרנאַכט, — אײַזיק האָט זיך שוין געהאַט געלאָזט צו פֿאַרלאָזן די גאַסטפֿרײַנדלעכע דירה, — האָט אים מאַשאַס טאַטע אַרײַנגערופֿן אין קיך. אין יענעם טאָג איז ער גראָד געקומען פֿון זײַן קאָמאַנדירונג פֿריִער. זײַן ווײַב פֿאַרקערט, האָט זיך פֿאַרזאַמט בײַ דער אַרבעט. זעט אויס, ער האָט שוין געהאַט ערשט אָפּגעגעסן, פֿון דעסטוועגן, האָט ער אָנגעוויזן דער טאָכטערס קאַוואַלער אויף אַ בענקל לעבן טיש.
אײַזיק האָט אים באַדאַנקט, פֿאַררופֿנדיק זיך, אַז ס׳איז שוין שפּעט און ער דאַרף נאָך עפּעס וואָס צוגרייטן פֿון די לימודים אויף מאָרגן.
— גוט, כ׳וועל דיך נישט פֿאַרהאַלטן, — האָט זיך געהערט אַ הייזעריקע שטים, וואָס האָט צוזאַמען מיט די ווערטער געטראָגן אין דער לופֿטן אַ שוואַכן בראָנפֿן־גערוך. — ווי דו זעסט, זײַנען מיר פּראָסטע אַרבעטער, איך און מײַן ווײַב, נישט קיין אינטעליגענץ… — ער האָט צוגעמאַכט די קיך־טיר. — כ׳וויל זאָלסט וויסן… מיך אַרט נישט, אַז דו הייסט אײַזיק… אַבי דו געפֿעלסט מײַן טאָכטער. אָבער… — ער האָט אַ פֿיר געטאָן איבער זײַן פֿאַרוואַקסן פּנים מיט דער ברייטער דלאָניע, — אָבער איין וואָרט מאַשאַס, אַז דו האָסט זי, גאָט באַהיט, באַליידיקט… — די פֿינגער פֿון דער דלאָניע האָבן זיך צונויפֿגעדריקט אין אַ פֿויסט, אָנגעשטעלט אין דער לופֿטן.
פֿון יענער זײַט טיר האָט זיך דערהערט אַ ווײַבערישע שטים, מאַשאַס מאַמע האָט זיך אומגעקערט פֿון דער אַרבעט…
אײַזיק האָט דערהערט דערשטיקטע קולות, וואָס האָבן זיך געטראָגן פֿון יענער זײַט בית־עולם, וווּהין עס איז ערשט צוגעפֿאָרן דער שוואַרצער לימוזין־קאַטאַפֿאַלק, און וווּ ס׳האָבן זיך געטוליעט אין זייער טרויער אַ גרופּע אַבֿלים.
„אַ נײַער אײַנוווינער… — האָט אײַזיק אַ טראַכט געטאָן, — אַ גרינער…‟
אויפֿן ייִדישן בית־עולם קומט עס פֿאָר אײַנגעהאַלטן, אָן איבעריקע רייד בײַם פֿרישן קבֿר, ווי עס קומט, געוויינטלעך, פֿאָר מיט מענטשן, ווען זיי קומען אויף אַ פֿרעמדן שטח. סײַדן דער ראַבײַ פֿירט גיך דורך וואָס מע דאַרף, נישט אַזוי צוליב די לעבעדיקע, ווי לכּבֿוד דעם אייבערשטן…
אײַזיק האָט זיך דערמאָנט: נישט אַזוי איז פֿאָרגעקומען אויף דער לוויה פֿון מאַשאַס טאַטע. מאַשאַ און אײַזיק זײַנען שוין דעמאָלט געהאַט געווען מאַן און ווײַב. טאַקע בײַם פֿריש אויסגעגראָבענעם גרוב האָט אײַזיק זיך דערוווּסט פֿון די רעדערס, אַז זײַן שווער איז געווען נישט פּשוט אַ מלחמה־וועטעראַן, נאָר אַ העלדישער מענטש; נאָך גאָר אַ יונגער האָט ער ווי אַ סאָלדאַט געטריבן אין די ווינטערדיקע פֿרעסטיקע נעכט זײַן לאַסט־אויטאָ, פֿול געפּאַקט מיט פּראָדוקטן און סנאַריאַדן, איבער דער פֿאַרפֿרוירענער לאַדאָגאַ־אָזערע אינעם בלאָקירטן לעניגראַד, און פֿונעם לעניגראַד צוריק צו דער „גרויסער ערד‟ — האַלב לעבעדיקע עוואַקויִרטע אײַנוווינער… „דער וועג פֿון לעבן‟ — אַזוי האָט ער געהייסן דער איינציקער מאַרשרוט… אײַזיק האָט וועגן דעם געלערנט נאָך אין שול. דעמאָלט, אין יענע פֿינצטערע טעג און נעכט, ווען די סכּנה זיך אײַנוואַלגערן אונטערן אײַז מיט זײַן לאַסט־אויטאָ אָדער אויפֿגעריסן ווערן פֿון אַ דײַטשישער באָמבע, — האָט דער גורל געשענקט מאַשאַס טאַטע יאָרן. שפּעטער מיט יאָרן האָט דער מלאך־המוות זיך געכאַפּט: „סטײַטש!‟ — און אויף אַ שטילן שאָסיי אָנגעשיקט אויף זײַן לאַסט־אויטאָ אַ שווערן טראַק…
ס׳האָט געדונערט דער בלאָז־אָרקעסטער פֿון פֿינעף מוזיקער. זעט אויס, דעם שווערס באַערדיקונג איז אין יענעם טאָג געווען בײַ זיי נישט די ערשטע, ווײַל נישט אַלע פֿון זיי זײַנען פֿעסט געשטאַנען אויף די פֿיס נאָך די „פּאָמינקעס‟.
אַקוראַט אַ יאָר פֿאַר דעם טראַגישן אַקצידענט האָבן מאַשאַ און אײַזיק זיך אָפֿיציעל צעשריבן. קיין חתונה האָט מען נישט געמאַכט, סתּם זיך צונויפֿגענומען אין אַ רעסטאָראַן די עלטערן פֿון ביידע צדדים, אײַזיקס עלטערע שוועסטער מיטן מאַן און עטלעכע נאָענטע פֿרײַנד נאָך פֿון דער שול. געוווינט האָט דאָס פּאָרפֿאָלק צוזאַמען מיט מאַשאַס עלטערן, אינעם קליינעם צימער, וווּ מאַשאַ איז געוואַקסן און געוואָרן אַ פֿרוי. אייגנטלעך, איז די יונגע אויסגעקומען דאָרט נאָר נעכטיקן, ווײַל די גאַנצע וואָך זײַנען זיי פֿאַרנומען געווען אויף די לעקציעס. אויך אין די פֿרײַע טעג און קאַניקולן האָבן זיי זיך געסטאַרעט נישט צו האַלטן זיך אין דער היים, נאָר ערגעץ אַוועקפֿאָרן מיט די פֿרײַנד — ווינטער אין די קאַרפּאַטן־בערג זיך גליטשן אויף ליזשעס, און די זומערס פֿלעגן זיי פֿאַרברענגען אויף די טוריסטישע באַזעס אין צפֿון־קאַווקאַז. שטענדיק צוזאַמען, האָבן זיי געקראָגן צווישן די פֿרײַנד אַ צונאָמעניש — מאַשאײַזיק.
דעם שווערס פּלוצעמדיקער טויט האָט באַזונדערס אַ קלאַפּ געטאָן אויפֿן געזונט־צושטאַנד פֿון מאַשעס מוטער; קוים די נשמה אין לײַב, אַ קליינטשיקע מאָגערע פֿרוי, נאָר מיט אַן אײַנגעשפּאַרטן לעבנסווילנדיקן כאַראַקטער, האָט זי געפֿירט די שטוב און, זײַענדיק אַ מײַסטער פֿון אַ פֿאַבריק־צעך, געשלעפּט אויף זיך די עול פֿון עטלעכע און פֿופֿציק אַרבעטער. איבערגעלעבט קנאַפּע צוויי יאָר פֿון דער לעניגראַדער בלאָקאַדע, האָט זי געראַטעוועט אויף זײַן לאַסט־אויטאָ איר קינפֿטיקער מאַן, מאַשאַס טאַטע. אין לעבן טרעפֿן זיך נסים אָפֿטער ווי מע שטעלט זיך פֿאָר. די לעניגראַדער פֿאַרפֿרוירענע טעג און נעכט, דער הונגער און אַרומיקער טייטלעכער שוידער האָבן זיך טיף באַזעצט אין איר מיידלשן מאַרך און ביין, פֿאַרסמט איר בלוט ביזן לעצט טאָג פֿון לעבן. נאָך מער: דער בלאָקאַדנער קרענקלעכער סם איז אויך אַרײַן אין בלוט פֿון איר טאָכטער…
נאָכן פֿאַרענדיקן דעם פֿערטן קורס איז מאַשאַ פֿאַרגאַנגען אין טראָגן, כאָטש אין די פּלענער בײַם פּאָרפֿאָלק מאַשאײַזיק האָט אַזאַ דריי נישט פֿיגורירט. אײַזיק האָט באַשלאָסן צו פֿאַרענדיקן דעם אינסטיטוט נישט סטאַציאָנאַר, נאָר הינטעראויגיק, וואָס האָט אים דערמעגלעכט צו גיין אַרבעטן און אויסהאַלטן די משפּחה.
די טאָכטער האָט מאַשאַ אָנגערופֿן מאַרטע, ווײַל געבוירן איז דאָס קינד אין חודש מאַרט. אײַזיק האָט זיך געוויצלט: „נאָך גוט, וואָס נישט מיט אַ חודש שפּעטער, וואָלט מען עס אָנגערופֿן ׳אַפּריליע׳‟. מאַשאַן איז נאָך פֿאָרגעשטאַנען זיך לערנען גאַנצע צוויי יאָר. די שוויגער האָט זיך מער געפֿונען אין שפּיטאָל איידער אין דער היים, אַזוי אַז דאָס מיידעלע איז פֿאַקטיש ביז דרײַ יאָר געוואַקסן בײַ אײַזיקס עלטערן. בײַ דרײַ יאָר האָט מען מאַרטען אָפּגעגעבן אין קינדער־גאָרטן…
פֿון דער גרופּע אַבֿלים האָט זיך אָפּגעטיילט אַ יונגער־מאַן, וואָס איז צוגעגאַנגען צו אײַזיקן.
„עס פֿעלט אונדז אַ מענטש צום מנין…‟ — האָט ער שטיל צו וויסן געגעבן.
ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז דער בר־מינן געווען דעם יונגער־מאַנס פֿאָטער. אײַזיק איז שוין גיכער געווען אַ סטאַטיסט איידער אַ דאַוונער. קיין איין תּפֿילה האָט ער נישט געקענט, ווי ס׳רובֿ סאָוועטישע ייִדן פֿון זײַן דור. שוין דאָ אין אַמעריקע איז אים, ווי אַ גאַסט, אויסגעקומען צו זײַן אויף די בר־מיצוות און בת־מיצוות בײַ די קינדער און אייניקלעך פֿון זײַנע פֿרײַנד; דערנאָך זיך דרייען מיט מאַשאַן אונטער דער חופּה אויף דער חתונה פֿון זייער טאָכטער… די לוויות, ריכטיקער, דער גאַנצער ריטואַל אינעם לוויה־הויז איז אויך געוואָרן אַ טייל פֿון זײַן דערנענטערונג צו ייִדישקייט…
אין די סוף 1980ער האָט זײַן שוואָגער אָנגעהויבן צו רעדן וועגן „אַרויספֿאָרן‟. די טעמע האָט זיך דעמאָלט גיך פֿאַרשפּרייט אין פֿאַרשיידענע קרײַזן פֿון ייִדישער עקזיסטענץ אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זי פֿלעגט ספּאָנטאַן אויפֿקומען בײַ יעדער טרעפֿונג און שמועס, נישט אָפּלאָזן ניט בײַ דער אַרבעט, ניט בײַ נאַכט אין געלעגער, ווי עפּעס אַן אָנשיקעניש. די ייִדן האָבן נאָך געלעבט מיט דער נעכטיקער פֿאַרגליווערטער רוטין, אָבער אויפֿן האַרצן איז שוין געלעגן דער שטיין פֿון ספֿקות — „פֿאָרן־ניט־פֿאָרן?‟. די וואָג, וואָס האָט ביז אַהער געהאַלטן דעם באַלאַנס פֿון דער טאָג־טעגלעכער ווירקלעכקייט, האָט מיטאַמאָל זיך אַ וואַקל געטאָן און איינע פֿון אירע שאָלן האָט גורלדיק איבערגעווויגן.
אײַזיקן האָט די שטימונג אין זײַן טאַטע־מאַמעס משפּחה דערדריקט. מעגלעך, צום ערשטן מאָל האָט זײַן געמישטער שידוך אַזוי ווייטיקלעך אַ דראַפּע געטאָן זײַן אייגענעם לעבנס־שטייגער. נאָך אַלעמען האָט זיך אַזוי אַלץ אויסגעדרייט, אַז נישט פֿון דרויסן האָט מען אים אָנגעוויזן, וואָס איז זײַן ייִחוס און וווּ איז זײַן אָרט, נאָר פֿון אינעווייניק, דווקא די סאַמע נאָענטע מענטשן. מאַשאַ, וואָס האָט געאַרבעט אין אַ קינדער־שפּיטאָל, וווּ אַ גרויסער טייל פֿונעם מעדיצינישן פּערסאָנאַל זײַנען געווען ייִדן, האָט אָט די פּלוצעמדיקע אָנגעשטעקטקייט מיטן „אַרויספֿאָר־ווירוס‟ געפֿילט סײַ בײַ דער אַרבעט און סײַ אין דער היים. אין אַ טאָג האָט זי געזאָגט דעם מאַן:
„ס׳איז נאַריש זיך מאַכן ניט־וויסנדיק, טויב און בלינד… דעם אמת געזאָגט, האַלט אונדז דאָ ווינציק וואָס… די קבֿרים פֿאַרבלײַבן טאַקע דאָ, אָבער דער אָנדענק נאָך יענע, וואָס ליגן דאָרט, לעבט אין אונדז, וווּ מיר זאָלן נישט זײַן… — אַ ווײַלע האָט מאַשאַ געשוויגן. די קורצע פּויזע האָט געמיינט צו זאָגן, אַז דער עיקר קומט ערשט: — איך וועל אין ישׂראל ניט פֿאָרן… אונדזער טאָכטער וועט דאָרט זײַן אַ פֿרעמדע… אַ שיקסע… זאָל דײַן שוועסטער מיטן מאַן און דײַנע עלטערן פֿאָרן וווּהין זיי ווילן, נאָר אונדזער משפּחה וועט דערווײַל פֿאַרבלײַבן…
דער „דערווײַל‟ האָט זיך פֿאַרשלעפּט אויף אָנדערהאַלבן יאָר, ביז אײַזיק, מאַשאַ און מאַרטע האָבן באַקומען די מיטטיילונג פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע צו קומען אַהין אויף אַן אינטערוויו. אײַזיקס שוועסטער האָט דער שוועגערין נישט מוחל געווען דעם דאָזיקן „דערווײַל‟ און דעם שפּאַלט אין דער משפּחה. צו דער מוטערס לוויה איז אײַזיק געפֿלויגן פֿון ניו־יאָרק אַליין. דער אייבערשטער פֿירט אָבער זײַנע אייגענע חשבונות פֿאַר יעדן איינעם באַזונדער. מאַרטע, וואָס איז פֿאַקטיש אויפֿגעוואַקסן בײַ איר טאַטנס עלטערן, האָט נאָך זיי זייער געבענקט. איז נישט צו חידושן זיך, אַז בײַ דער ערשטער געלעגנהייט איז זי געפֿאָרן צו באַזוכן זיי. געשען איז עס אין די ראַמען פֿון דער יוגנטלעכער פּראָגראַם „תּגליתּ‟. בלויז צען טעג איז אָנגעגאַנגען די נסיעה, אַז ס׳איז אָבער באַשערט טרעפֿט זיך עס. ס׳איז גענוג געווען אויך דער קורצער טערמין, אַז מאַרטע זאָל זיך דאָרט באַקענען מיט אַ ישׂראלדיקן בחור, אַ סאַברע און מיט אַ יאָר שפּעטער מיט אים חתונה האָבן און אַוועקפֿאָרן קיין ישׂראל…
דעם ראַבײַס „אל־מלא־רחמים…‟ האָט אײַזיקן אומגעקערט צו דער ווירקלעכקייט, און אים באַלד אײַנגעטונקען אין אַן אָנגעכלינעטער כוואַליע פֿון שווערע דערמאָנונגען. אַן אַנדער ראַבײַ, וואָס האָט אָפּגעהאַלטן מיט אײַזיקן אַ קורצן שמועס אינעם לוויה־הויז, וווּ אין צווייטן צימער איז געלעגן זײַן מאַשאַ, האָט אים דערקלערט וואָס עס מיינט אָט די תּפֿילה. די ווערטער האָבן זיך דורכגעשלאָגן דורך זײַן פֿאַרטשאַדעטקייט און אין אים באַלד דערטרונקען געוואָרן… שוין שפּעטער, נאָך אַלעמען, אײַנגעהילט אין זײַן פֿאַראָבֿלטער עלנטקייט, זײַנען זיי, די ווערטער, אַרויסגעקראָכן, ווי ווײַסע ווערעם…
אַזוי איז אויך אַרויסגעקראָכן און זיך אַנטפּלעקט פֿון איר מאַמעס פֿאַרגאַנגענהייט די קרענק — פּלוצעם, בעת אַ מעדיצינישער באַטראַכטונג, וואָס מאַשאַ פֿלעגט דורכמאַכן יעדעס יאָר. אַ מזל, וואָס ס׳איז פֿאָרט געשען דאָ נישט דאָרטן, אין אַן אַנדער צײַט און מעגלעכקייט פֿון דער מעדיצין. דערצו האָט מאַשאַ אויך געירשנט איר מאַמעס עקשנות און לעבנסווילן. נאָך אַן אינטענסיווער טעראַפּיע, איז געשען דער רעמיסיע־נס. מאַשאַ האָט זיך ווי אויפֿגעכאַפּט פֿון אַ בייזן חלום. זי האָט זיך דערזען אין אַ באַנײַט לעבן, וווּ ס׳האָט זיך איר געוואָלט פֿאַרווירקלעכן אַלץ, וואָס ביז איז איר אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן. איבער דרײַ יאָר איז אָנגעגאַנגען די אַזאַרטשפּיל צווישן לעבן און טויט; און ס׳האָט שוין אויסגעזען, אַז די ציִונג צום לעבן איז פֿאָרט שטאַרקער…
זיי האָבן זיך ביידע ערשט געלייגט שלאָפֿן. געליגן, אָפּחיענדיק פֿון דער טאָגיקער האַוועניש, וואָס האָט פֿאָרט נישט אָפּגעלאָזט, זיך אַרײַנגעריסן אין דער היימישער באַנאַכטיקער שטילקייט מיט אירע שרײַענדיקע סירענעס, גערעגט די רו און דערמאָנט אין מענטשלעכן ווייטיק און קורצווײַליקייט פֿון זײַן עקזיסטענץ. ווי אַ שוואַכער עכאָ פֿון אָט די דרויסנדיקע קלאַנגען, האָט אײַזיק לעבן זיך דערהערט:
— אינעם שפּיטאָל איז מיט מיר אין איין פּאַלאַטע געלעגן אַ יונגע פֿרוי. אַליין אַן איטאַליענערין, איז איר מאַן געווען אַ ייִד. איין מאָל, נאָך אַ שווערער פּראָצעדור האָט זי מיר געזאָגט, אַז פֿאַר דער חתונה האָט זי איבערגענומען די ייִדישע רעליגיע; נישט ווײַל דער מאַן אָדער זײַנע עלטערן האָבן אַזוי געוואָלט, ניין, זי אַליין האָט אַזוי באַשלאָסן, אַז זייערע קינדער, וואָס וועלן געבוירן ווערן, זאָלן נישט פֿילן אין זיך אַ צעשפּאַלטנקייט…
אײַזיק האָט זיך אײַנגעהערט אינעם פֿרויס ווערטער. אַ קאַלטער ציטער האָט זיך צעגאָסן איבער זײַן לײַב, צונויפֿקוועטשנדיק אַלע זײַנע געדערעם, ווי עס קומט פֿאָר אין אַ ניילאָן־זעקל, ווען מע פּאָמפּעט פֿון דאָרט אַרויס די לופֿט.
— וואָס פּלוצעם האָסטו זיך אין דעם דערמאָנט, מאַשאַ?.. — האָט ער קוים אַרויסגעבראַכט אויף די טריקענע ליפּן.
— אַזוי איז געשען אין אונדזער משפּחה: צוליב מיר, האָסטו געמוזט זיך צעשיידן מיט דײַנע עלטערן און דער שוועסטער; צוליב מיר האָט מאַרטע דעם שפּאַלט שווער איבערגעלעבט…
— דאַרפֿסט אַזוי ניט רעדן… מיר זײַנען געוואָקסן אין גאָר אַנדערע אומשטאַנדן — וואָס מיר גאָט, ווער מיר גאָט! כ׳דאַרף עס דיר נישט דערציילן…
— נישט דאָס מיין איך… כ׳בין דאָרט טאַקע אין מײַן לעבן אין אַ קלויסטער נישט געווען, סײַדן אײַנגעשטימט, אַז אַ גלח זאָל אויפֿן צווינטער בײַ מײַן מאַמעס קבֿר דורכפֿירן אַ פּראַוואָסלאַוונע גאָטסדינסט… — מאַשאַ האָט פֿאַרהאַלטן דעם אָטעם אויף אַ רגע, ווי געקאָנט דערמיט אָפּטיילן דעם נעכטן פֿון דעם נאָך נישט געקומענעם מאָרגן, — כ׳האָב זיך אין דער איטאַליענישער פֿרוי דערמאָנט, ווײַל כ׳האָב בײַ זיך אויך באַשלאָסן זיך קאָנווערטירן, אָננעמען דײַן גלויבן…
אײַזיקן האָט שיִער נישט אונטערגעוואָרפֿן אויפֿן געלעגער, ווי דעם ווײַבס ווערטער וואָלטן אין דער אמתן געווען שפּילקעס.
— וואָס מיר גלויבן!.. ווער מיר גלויבן!… — האָט אײַזיק געשטאַמלט, — כ׳בין דאָך צום ערשטן מאָל אַרײַנגעגאַנגען אין אַ שיל דאָ… ריכטיקער, כ׳האָב געמיינט, אַז ס׳איז אַ שיל, געווען איז עס — אַ לוויה־הויז…
דער זאָג אײַזיקס האָט אין אַ מאָמענט פֿאַרוואַנדלט די אָנגעצויגענע שטימונג צווישן מאַן און ווײַב אין אַן אומגעלומפּערטן וויץ. מאַשאַ האָט זיך צעלאַכט, אַרומגעכאַפּט דעם מאַן און זיך אײַנגעגראָבן מיטן פּנים אין זײַן האָריקער ברוסט. פֿון דאָרט, ווי אַ קינד פֿון זײַן באַהאַלטעניש, האָט מאַשאַ שטיל געזאָגט: „הלוואַי, אַז די רעמיסיע זאָל זיך אויסלאָזן מיט גוטן…‟
פֿון דעסטוועגן, האָט מאַשאַ זיך אײַנגעשפּאַרט און זיך פֿאַרשריבן אין אַ קאָנסערוואַטיווער שיל, דורכצופֿירן די פּראָצעדור צו ווערן אַ ייִדישקע כּדת־וכּדין…
די סיבה פֿון מאַשאַס מגייר זײַן האָט אײַזיק פֿאַרשטאַנען שפּעטער, בשעתן אַנטדעקן די מצבֿה אויף איר קבֿר. זי האָט עס געטאָן נישט נאָר צוליב איר מאַן, טאָכטער און די אייניקלעך, וועלכע זי האָט נישט דערלעבט צו זען; זי האָט עס געטאָן צוליב זיך גופֿא, און די מצבֿה אויפֿן ייִדישן בית־עולם איז וועגן דעם געווען אַ שטילער עדות.
אײַזיק איז איצט געזעסן אויפֿן עק פֿון דער קרקע, דעם פֿירעקיקן שטיק ערד, צײַטווײַליק אַקוראַט באַרעמלט מיט שמאָלע גראַניט־פּאַסן. ער האָט די צוגאָב־קרקע געקויפֿט פֿאַר זיך, ווען ס׳וועט קומען זײַן צײַט. דערווײַל האָט ער אַרויסגעשלעפּט פֿונעם ניילאָן־זעקל דעם סענדוויטש, אײַנגעוויקלטן אין אַ באַזונדער פּעקעלע, וואָס פֿאַניע האָט אים מיטגעגעבן. פֿאַניע איז, ווי מע זאָגט דאָ אין אַמעריקע, זײַן „גיאָרלפֿרענד‟, און ער איז איר „בויפֿרענד‟… עס קלינג קאָמיש פֿאַר זייער עלטער, בפֿרט אַז זיי זײַנען שוין אין איינעם איבער פֿופֿצן יאָר. אַ מענטש דאַרף נישט זײַן אַליין… זיי האָבן זיך נישט צעשריבן, נאָך מער: יעדער האָט געהאַט זײַן וווינונג אין ברוקלין, אָבער מיט צוויי יאָר צוריק האָבן זיי בשותּפֿות געקויפֿט אַ דירה אין פֿלאָרידע, אינעם ייִשובֿ שוואַנענפּאַרק. פֿאַניע איז אַ וווילע, אַ גרויסע בריה. זי קוקט נאָך אײַזיקן, ווי נאָך אַ קינד… אָט האָט זי אים אַרײַנגעשטופּט אינעם זעקעלע דעם סענדוויטש און אַ פֿלעשעלע וואַסער. בײַ זײַן דיאַבעט דאַרף מען שטענדיק עפּעס האָבן מיט וואָס איבערצוכאַפּן דעם הונגער, וואָס פֿאַלט פּלוצעם אָן, כאָטש גיי אויס… זינט זיי זײַנען אַריבערגעפֿאָרן קיין פֿלאָרידע, קומען זיי ביידע צו פֿאָרן אויף אײַזיקס אויטאָ „צו די קבֿרים‟. ער פֿירט זי אָפּ אויפֿן בית־עולם צו איר מאַנס קבֿר, און דערנאָך קומט ער אַהער, צו מאַשאַן…
אײַזיק איז געזעסן אָנגעלענט מיט דער פּלייצע אין מאַשאַס מצבֿה און זײַנע לאַנגע פֿיס געהאַלטן אויסגעצויגן אויף זײַן קרקע. שוין פֿון אַן אַנדער ווינקעלע בית־עולם האָט דאָס וואַרעמע ווינטל צעטראָגן איבער די מצבֿות דעם „אל־מלא־רחמים‟, ווי אַ וויגליד יענע, וואָס ליגן אונטער זיי. די זון איז געבליבן הענגען הויך איבערן קאָפּ, אַכטונג געבנדיק נאָך די וואָלקנדלעך־שעפֿעלעך, וועלכע האָבן זיך געפֿיטערט אויף דעם אומענדלעכן בלויען פֿעלד. אײַזיק האָט זיך אײַנגעהערט אינעם שושקען זיך פֿון צוויי גאָר יונגע קולות: ס׳איז דיר געווען גוט?… אַ ביסל ווייטיקלעך… זײַן מיר מוחל… ניין, דו ביסט נישט שולדיק… אַזוי דאַרף עס זײַן דאָס ערשטע מאָל… איך האָב דיך ליב… און איך האָב דיך ליב… די ליבע האָט אונדז ביידן פֿאַרקנסט אויף שטענדיק… אויף שטענדיק… שטענדיק…
אויגוסט 30, 2026, ברוקלין נ״י