די עוואָלוציע פֿון וווּנטשקאַרטלעך
די ייִדישע האַרבסט־יום־טובֿים זײַנע אַוועק: „דעם שופֿר צום ווינקל פֿון מויל צוגעשטעלט./ „נעילה‟ פֿאַרענדיקט — דאָס יאָר בײַ דער שוועל…‟. אונדזער פֿאָלק גייט אַרײַן אין יאָר 5787.
במשך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָב איך באַקומען דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט צענדליקער באַגריסונג־קאַרטלעך — קאָלירפֿולע, מיט מוזיק, אַנימאַציע, — אַ וועלט מיט פֿאַנטאַזיע און מײַסטערשאַפֿט איז אין יעדער אַזאַ קאַרטל אַרײַנגעלייגט, בתוכם מצד דעם קינסטלערישן אינטעלעקט, וואָס פֿאַרבײַט אַלץ מער און מער, דעם מענטשלעכן שׂכל.
האָב איך זיך דערמאָנט, ווי מיט אַ זיבעציק יאָר צוריק איז אויפֿן אַדרעס פֿון אונדזער משפּחה אין בעלץ פּלוצעם אָנגעקומען אַ בריוו פֿון ישׂראל. קיין קרובֿים, וואָס האָבן אונדז געקאָנט אָט דעם בריוו שיקן, האָבן מיר נאָך דעמאָלט אין ישׂראל נישט געהאַט. יעדנפֿאַלס, איך האָב וועגן דעם גאָרנישט ניט געוווּסט. שטעלט זיך פֿאָר אין יענע סאָוועטישע צײַטן פֿון דער פֿאַרברענטער מלוכישער שׂינאה צו דער ייִדישער מדינה צו באַקומען דורך דער פּאָסט אַ גרוס פֿון ישׂראל. מײַנע עלטערן און באָבע־זיידע, מיט וועלכע מיר האָבן געוווינט, האָבן נעבעך זיכער געכאַפּט אַ גוטן ציטער, נאָך איידער מ׳האָט דעם קאָנווערט אויפֿגעקלעפּט. ווען ס׳איז אָבער געשען און ווען מײַן באָבע ע״ה האָט פֿונעם קאָנווערט אַרויסגעשלעפּט, וואָס ס׳האָט זיך דאָרט געפֿונען, האָט דער ציטער פֿאַר מורא זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מוראדיק התפּעלות.
ווי ס׳האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן, איז עס געווען אַ ראָש־השנה וווּנטשקאַרטל. אויסגעזען האָט עס קלענער פֿונעם קאָנווערט — אַ ווײַס פֿירעקיק קאַרטאָנדל, צונויגעלייגט אין צווייען; ס׳איז אָבער גענוג געווען עס עפֿענען, ווי אינעווייניק האָט אויפֿגעלעבט אַ בילד: משה רבנו מיט די לוחות לאָזט זיך אַראָפּ פֿון באַרג סיני… נאָך מער: די לוחות, די שפּיצן פֿונעם באַרג און די אותיות פֿונעם אויפֿשריפֿט אונטער דעם בילד: „לשנה טובֿה תּכּתבֿו‟, — האָבן ממש געפֿינקלט און געבלישטשעט, באַשאָטן מיט עפּעס אַ זילבערדיקן פּראָשיק…
די „מאָדע‟ שיקן גרוסקאַרטלעך אָדער וווּנטשקאַרטלעך איז באַזונדערס פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין די צײַטן פֿון דער גרויסער ייִדישער עמיגראַציע קיין אַמעריקע סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. דער אַטלאַנטישער אָקעאַן האָט צעטיילט די ייִדישע וועלט: די עלטערן און קינדער, קרובֿים און פֿרײַנד… האָבן די פּאָסטקאַרטלעך, די פּאַפּירענע גרוסן געוואָר אַ שטיקל פֿענצטערל פֿון דער „גאָלדענער מדינה‟ אין דער „אַלטער היים‟.
אַמעריקע פֿלעגט סימבאָליזירן די נײַע וועלט און טעכנאָלאָגיע. פֿיל קאַרטלעך האָבן געוויזן מענטשן רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן (צו שיקן אַ גרוס פֿון ווײַטן), פֿליִען אין נײַע עראָפּלאַנען אָדער קוקן דורך אַ טעלעסקאָפּ, מיט וואַרעמע ברכות פֿאַר אַ זיס געבענטשט יאָר. צוזאַמען מיט דער אַמעריקאַניזאַציע, האָבן פֿיל קאַרטלעך געוויזן דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע לעבן: יום-טובֿדיקע טישן, בענטשן ליכט, כּפּרות, אָדער קינדער, וואָס באַקומען אַ ברכה פֿון די עלטערן.
ס׳האָט זיך באַוויזן אַ באַזונדערער פּאָעטישער זשאַנער: ווינטשעוואַניעס אין פֿערזן. למשל:

מיר זאָגן אײַך די בשׂורה אָן:
עס קומט אַ שיינע צײַט
פֿון ליכט און שײַן, פֿון גליק און פֿרייד.
די וועלט זי ווערט באַנײַט.
אָדער:
ריין און ליכטיק ווי גאָטס מלאך,
אין דער האַנט דער זעגלפֿאָן,
אָנגעלאָדן פֿול מיט ברכות
קומט דאָס נײַע יאָר איצט אָן!
אָדער:

קינדערלעך, איר זעט דעם שטערן
פֿון דעם נײַעם יאָר.
אָט אַזוי וועט אײַער מזל
אויך לײַכטן העל און קלאָר.
שפּעטער, נאָכן שאַפֿן מדינת־ישׂראל, פֿלעגן אַזעלכע גרוסקאַרטלעך אָנקומען פֿון דאָרטן. די סאָוועטישע מאַכט האָט אין זיי אַרײַנגעטײַטשט איר אייגענעם אידעאָלאָגישן נוסח, ווי ציוניסטישע און רעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדע. איך ווייס נישט ווי ווײַט „עפֿעקטיוו‟ האָבן געווירקט אַזעלכע גרוסקאַרטלעך אויף די ייִדישע בירגער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, יעדנפֿאַלס, געוויסע עמאָציאָנעלע געפֿילן האָבן די שיינע קאַרטלעך אויפֿגעוועקט. בלי־ספֿק…
די הײַנטיקע סאָפֿיסטיקאַציע אויפֿן פֿעלד פֿון די וווּנטשקאַרטלעך איז נישט איבערצושאַצן. הײַנט דאַרף מען אַפֿילו נישט אַ קנייטשט טאָן מיט די געהירן, זיך אָנשטרענגען, צונויפֿשטעלנדיק די קורצע ווינטשעוואַניעס; גענוג איז נאָר איין קוועטש, אַז צענדליקער און הונדערטער וווּנטשקאַרטלעך מיט די זעלבע ווערטער פֿאַר אַלעמען זאָלן זיך אין איין רגע צעפֿליִען איבער דער וועלט לויט דער רשימה פֿון די עלעקראָנישע אַדרעסן.
טײַערע לייענער פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟, איך ווינטש אײַך אַ געזונט געבענטשט יאָר! זאָל זײַן שלום־בית און שלום אין דער וועלט!
באָריס סאַנדלער
