— פּראָזאַיִקער, ייִנגערער ברודער פֿון זלמן קאַהאַן. געבוירן אין מינסק אין אַ משפּחה פֿון אַ שמיד. געלערנט אין אַ מיטלשול ,דערנאָך אָנגעקומען זיך לערנען אין אוניווערסיטעט, אָבער ניט פֿאַרענדיקט און אַוועק אין אַ שוסטערישער פּראָפֿעסיאָנעל־טעכנישער שול. אַ שרײַבערישער טאַלאַנט האָט זיך בײַ אים אַנטפּלעקט נאָך אין די קינדער־יאָרן. זײַן ערשטע דערציילונג האָט געהייסן ”אַ האַרץ אויף וועסלעס“ און ער האָט זי אָפּגעשיקט קיין מאָסקווע אין דער ליטעראַרישער בײַלאַגע פֿון דער צענטראַלער צײַטונג ”דער עמעס“ — ”עמעס“־זשורנאַל. די דערציילונג (פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1928) איז געווען געווידמעט דעם לעבן פֿון אַ שוסטער־וואַרשטאַט, וואָס איז פֿאַר אים געווען אַ היימישע סבֿיבֿה. שוסטערײַ איז ניט געוואָרן קאַהאַנס פּראָפֿעסיע. ער פֿאַרלאָזט מינסק, פֿאָרט אַוועק קיין קיִעוו, לערנט זיך אין דער אַספּיראַנטור פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור, נאָר אין גיכן קערט ער זיך אום קיין מינסק און ווערט אַ זשורנאַליסט. נאָכן דערשײַנען פֿון זײַן בוך הומאָריסטישע דערציילונגען (1932) גיט ער זיך אין גאַנצן אָפּ דער ליטעראַרישער אַרבעט. אין רעזולטאַט פֿון אַ שעפֿערישער קאָמאַנדירונג אויף די נײַ־בויוּנגען אין דער אוראַלער שטאָט מאַגניטאָגאָרסק, באַווײַזט זיך זײַן בוך ”אַ שטאָט אָן קלויסטערס“ (1936) ווײַטער אָבער זײַנען פֿאַר אים געווען זייער אומרויִקע טעג און יאָרן. אין ראַטן־פֿאַרבאַנד הייבט זיך אָן אַ וואַקכאַנאַליע פֿון רעפּרעסיעס און אַ געיעג נאָך ”שׂונאים פֿון פֿאָלק“. הומאָר ווערט זייער אַ געפֿערלעכער זשאַנער, און קיינער האָט ניט געוווּסט, וווּ עס גייט דורך די גרענעץ צווישן אַ שמייכל און סאַטירע. קאַהאַן איז, אַ פּנים, אַריבערגעטראָטן די גרענעץ פֿון דערלויבטן, האָט ”איבערגעכאַפּט די מאָס“, און אַזוינס האָט מען אים ניט געקאָנט מוחל זײַן. די לעצטע יאָרן פֿאַרן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט קאַהאַן געאַרבעט ווי רעדאַקטאָר אין מינסקער זשורנאַל ”שטערן“. אַ סך פֿריִערדיקע מיטאַרבעטער פֿונעם זשורנאַל האָט מען רעפּרעסירט, און ס‘איז געקומען די ריי אויך צו קאַהאַנען. אין מינסקער טורמע איז ער געזעסן צוזאַמען מיט נאָך צוויי ייִדישע שרײַבער — מיטן דיכטער זעליק אַקסעלראָד און דעם קריטיקער הירש בעריאָזקין. דעם 26סטן יוני 1941, ווען די אָנפֿירער פֿון דער טורמע האָבן, אײַלנדיק עוואַקויִרט די אַרעסטאַנטן, אָפּגעטיילט די פּאָליטישע פֿון די קרימינעלע, כּדי זיי אינעם טורמע־הויף צעשיסן, האָט בעריאָזקין אַ שלעפּ געטאָן קאַהאַנען, כּדי צושטיין צו דער קאָלאָנע קרימינעלע און אַזוי אַרום זײַנען זיי ביידע געבליבן לעבן. זיי האָט מען מאָביליזירט אין אַרמיי, און אין סוף 1941 איז קאַהאַן שוין געווען אויפֿן פֿראָנט. ער האָט געדינט אין דער רעדאַקציע פֿון אַ פֿראָנט־צײַטונג. ער איז אומגעקומען דעם 21סטן יוני 1944 בײַם זאַמלען זשורנאַליסטישע מאַטעריאַלן אויף דער פֿאָדערשטער ליניע. די פֿראָנט־חבֿרים האָבן אים מקבר געווען אויפֿן רויט־אַרמיייִשן בית־עולם אין דאָרף זאַליע, פּאָליעסער געגנט.
אלי קאַהאַן
אַ ייִד מיט אַ האָן
(פֿון דעם בוך „פֿאַרשיידענע דערציילונגען‟, מינסק, 1940)
און אַזוי האָט געזאָגט ר׳ סענדער צום מיזיניק צו זײַנעם:
— מע דאַרף ערלעך האַלטן די יום־טובֿים, וואָרעם יום־טובֿ רוט אָפּ דער גוף, און עס לופֿטערט זיך דורך די נשמה אויך. עס גייט צו אָקטיאַבערסקיע, טאָ גרייט אָן סכך און באַפּוץ דעם רויטן ווינקל.
האָט זיך צוהערט צו זײַנע רייד זײַן מיזיניקל, וואָס, ניט קוקנדיק אויף זײַן פּיאָנערישער אָנגעהעריקייט, איז ער דאָך געווען יונג און ניט גערפֿאַרן, און האָט ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דעם סכך דאַרף דער טאַטע אויף אַן עבֿירה־זאַך, אויף דעקן די סוכּה.
דאָך האָט זיך ניט פֿאַרלאָזט אויף אים ר׳ סענדער און איז אַליין אַרויס ערבֿ־סוכּות קאָלכאָזנעם מאַרק קויפֿן סכך.
און דער מאַרק איז געפּאַקט. און ווײַבער בלאָזן די הינער אונטערן עק, און די הינער לאָזן זיך. און ווײַבער פֿאַרזוכן סמעטע און עס געפֿעלט זיי ניט, ווײַל זיי געפֿעלט פֿאַרזוכן בײַ אַן אַנדער פּויער נאָכאַמאָל. און ווײַבער דינגען ברוטשקע, כאָטש זיי ווילן קויפֿן נאָר מערן. און קיין סכך אויפֿן מאַרק איז ניטאָ, קיין זכר ניט.
איז געבליבן שטיין ר׳ סענדער אין מיטן מאַרק פֿאַרטראַכט. און איז אים אומעטיק געוואָרן.
פּלוצעם האָט ער זיך געכאַפּט, אַז נאָר ער איינער איז דאָ אַ ייִד מיט אַ באָרד, נאָר ער וויל דאָ דינגען סכך. ער האָט פֿאַרריסן די שווערע נאָז צום הימל און אַ טראַכט געטאָן:
— גאָטינקע, נאָר אויף מיר האַלטסטו זיך, אַז איך בין דײַן איינציקער קונד?
ער קוקט זיך אַרום, זעט ער, עס שטייען באַקאַנטע ייִדן, נאָר אָן גאָטס יאָך אויף די פּלייצעס. אָט לויפֿט דער אָפּגעשאָרענער רבֿ, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַלץ און אַלעמען, און נאָך אים לויפֿט די ווײַב זײַנע און טענהט:
— אַז אַלע ייִדן בעטן זיך ערבֿ יום־כּיפּור איבער, און ער, פֿאַרקערט — פּראַוועט מיט מיר ביז הײַנט ברוגז, כּדי ניט געבן מיר די פֿינף רובליאַקעס אויף יום־טובֿ.
און יענער טרייסלט זיך אָפּ:
— וואָסער יום־טובֿ?.. וועלכער יום־טובֿ?.. מיצקעדערינען יום־טובֿ…
מיט אַ מאָל האָט ר׳ סענדערן אַזש אַ גרויל דורכגענומען. אין דער הויך איז איין גאָט, און אויף דער ערד איין רב סענדער. מער איז אים ניט געבליבן פֿון זײַנע פֿרומע ייִדעלעך. און דער גאָט אין הימל האָט איצטער צו טראַכטן נאָר וועגן איין ר׳ סענדערן: וווּהין גייט איצט ר׳ סענדער? וואָס טוט איצט ר׳ סענדער? און אַפֿילו ווען ר׳ סענדער דאַרף אָפּטאָן זײַנע אייגענע מענטשלעכע זאַכן, בלײַבט דעם כּבֿיכול נאָכצוקוקן אויף זײַן איינציקן ר׳ סענדערן, וואָס דאַרף גיין וואַשן די הענט.
ער איז צופֿריִדן געוואָרן, ווען ער האָט דערזען פֿון דערווײַטנס אַן אַלטן באַקאַנטן פּויער. כאָטש פֿאַרטרײַבן דעם זלידנעם געדאַנק, וואָס האָט זיך אײַנגענאַדיעט בײַ אים אין קאָפּ.
— טשוּיעש? (אַלע פּויערים רופֿט ער „טשוּיעש). טשעמו סכך נע פּראָדאַיעש? [1]
— אַ, בײַ אײַך איצטער בודקי? גאָר פֿאַרגעסן, פֿון זינען אַרויס. איך זע טאַקע עפּעס, אַז די פֿאַהאָדע [וועטער] איז פּאַהאַנע [קאַליע] געוואָרן. ווען בײַ אײַך איז בודקי, איז שטענדיק אַ פֿוילע פּאַהאָדע…
און אַז ר׳ בענדער האָט דערזען, אַז מע קאָן ניט אײַנשאַפֿן קיין סכך, האָט ער באַשטימט כאָטש אײַנהאַנדלען אַ האָן אויף יום־טובֿ. ווי נאָר ער האָט דער ערשטער געקויפֿט בײַם פּויער אַ האָן, האָבן אים אַלע ווײַבער אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן און כאַפּן בײַם פּויער אַלע הענער, אַפֿילו דעם לעצטן האָן, וועלכן ער האָט ניט געוואָלט פֿאַרקויפֿן.
— איצט, — האָט אַ קלער געטאָן ר׳ סענדער, — וואָלט געווען אַ שׂכל פֿאַרקויפֿן דעם האָן צוריק און פֿאַרדינען דערבײַ אַ קערבל.
דערבײַ האָט זיך אַרומגעדרייט אַ מיליציאָנער, פֿאַר אים האָט ר׳ סענדערל מורא. דער מיליציאָנער האָט זיך שוין אים אַמאָל אײַנגעגעסן, אַז ער פֿאַרקויפֿט הינער. אַ מאָדנער מענטש. אפֿשר קורטשאַטעס יאָ אַמאָל פֿאַרקויפֿט, אָבער הינער — ווי קומען אַהער הינער?
און ס׳איז ר׳ סענדערן נאָ קאַלאַמוטנער געוואָרן. און ער האָט ווידער אַ הייב געטאָן די שווערע נאָז צום ליכטיק־לײַכטן הימל.
— גאָטעניו, און מיך האַלטסטו ניט אונטער, אַ? איין ייִדל בײַ דיר, און דו ווילסט אים ניט אונטערהאַלטן, אַ?
אַ כּעס האָט אים דורכגענומען אַרום און אַרום, ווי אַ שטעכעניש.
— און וואָס בין איך דער אייניקער מחויבֿ? איך, איין שוואַכער, אונטערגעריסענער ייִד, זאָל שלעפּן אויף די פּלייצעס אַזאַ שווערן יאָך, איינער אַליין אויף די עלטערע יאָרן, אַ?
ער איז אַראָפּ פֿון מאַרק מיט אַ כּעס אויף גאָט. אַ שוואַרצער קאָטער איז דורכגעלאָפֿן צווישן זיי.
— עלנט, עלנט איז דער מענטש, — האָט אַ טראַכט געטאָן ר׳ סענדער, איך איינער אויף דער וועלט, און איין עלנטער גאָט אין הימל.
אין דער היים האָט ער אַלץ געוואָרטשעט פֿאַר זיך:
— די פּויערים… אַראָפּ פֿון זינען… פֿירן ניט קיין סכך… פֿאַר ר׳ סענדערל אַליין ווילן זיי ניט פֿירן… איך אַליין בין געבליבן אויף דער וועלט… איך און גאָט…
און צו זײַן ווײַב האָט ער געזאָגט:
— איך וויל אים פֿאַרשפּאָרן אַן אַרבעט… וואָס דאַרף ער זיך וואָדיען מיט איין ייִדל? איך גיי אַרויס פֿון זײַן רשות.
די אַלטע האָט אים מאָדנע באַטראַכט. זי האָט אַ קלער געגעבן: „אַ יונג מיידל האָט אים מסתּם אַן עין־הרע געגעבן…
ווער רעדט אין אָוונט, איז איר שוין גאָר מאָדנע געוואָרן, ווען ר׳ סענדער האָט גענומען דעם האָן און געדרייט כּפּרות איבערן קאָפּ, און דער האָן האָט זיך ניט געלאָזט.
— סענדער, ביסט פֿון זינען אַראָפּ? הײַנט איז דאָך ערבֿ־סוכּות.
נאָר ר׳ סענדער האָט גאָרניט געהערט. ער האָט געשריגן „זה חליפֿתי‟ מיט אַ גרויליק קול, דערנאָך האָט ער אים אַרונטערגעוואָרפֿן אונטערן בעט, און דער האָן איז געבליבן ליגן, ווי אַ קאָטינע.
— סענדער, ביסט פֿון זינען אַראָפּ?
נאָר ר׳ סענדער האָט געמורמלט: „אויף כּפּרות… אויף טישטשע [טויזנט] כּפּרות… איך זעגן זיך מיט אים…
דער האָט איז געלעגן אונטערן בעט און האָט זיך מיט אַלע כּוחות געסטאַרעט ניט קרייען אין דער טראַגישער מינוט, ווען דער לעצטער ייִד האָט פֿאַרלאָרן גאָט.
אַ שטיקל צײַט איז דער אַלטער אַלץ פֿון קאָפּ ניט אַרויס: „מיט וועמען האָט ער זיך געזעגנט?.. מיט האָן?..‟
אַז ר׳ סענדער האָט אַ צעחלשטער געלייגט זיך שלאָפֿן, האָט די ווײַב דערזען, אַז זײַנע שקאַרפּעטקעס זײַנע נאַס, כאָטש בײַ ר׳ סענדערן האָבן קיין מאָל ניט געשוויצט די פֿיס. בײַ נאַכט איז געשטאָרבן דער האָן מיט זײַן אייגענעם טויט — פֿון האַרצווייטיק.
אונדזערע זין פֿאַר אײַערע טעכטער
שבת, ווען ער אַרבעט ניט, דער אַלטער בערע, קאָן ער אויך ניט זיצן אין דער היים, און ער גייט באַקוקן די פֿעלדער. ער גייט און טראַכט שבתדיקע געדאַנקען, וואָס אין דער וואָכן וואָלט ער זיך ניט פֿאַרגינען צו „דאָקוטשען‟ דעם קאָפּ מיט זיי.
אַ שבתדיקער געדאַנק: דאָס גאַנצע לעבן שפּראָצט פֿון דער ערד. מיר לעבן פֿון איר חיות. ווען. אַלע מענטשן וואָלטן באַאַרבעט די ערד, וואָלטן אַלע געוווּסט, פֿון וואָס מע לעבט, וואָלט מען אפֿשר געוווּסט ווי צו לעבן, און גוט וואָלט געווען דאַן אויף דער וועלט, אין קיין מלחמה־פֿײַער וואָלט דאַן אויך ניט געווען, וואָרעם אָט זאָגן די ווײַבער, אַז ס׳האָלט בײַ אַ מלחמה.
און ס׳טרעפֿט, אַזוי בלאָנדזשענדיק איבער די פֿעלדער, דערזעט ער זײַן טאָכטער מיט יעראָשקען, אָט דעם קאָמיוגיסט פֿון „פּאָסיאָלאָק‟ [ייִשובֿ], ווי ער גייט מיט איר אַרום און „איזוויניאַיעט‟ זיך [אַנטשולדיקט זיך] כּסדר פֿאַר דער „וויראַזשעניע‟ [אויסדרוק], און דרייט מיט די אָפּצאַסן, שרײַט מיט די אייגעלעך און דרייט מיט די פֿרענדזעלעך פֿון גאַרטל. צוגיין נאָענט שטייט אים ניט אָן, דעם אַלטן, נאָר ער שטעלט פֿון דער ווײַטנס אָן אַ פּאָר בייזע טאַטישע אויגן, וואָס זעען אויס, ווי זיי וואָלט געריסן פֿון אַ קייט.
און זיי מאַכן זיך ניט זעענדיק, פֿאַרקערן אָן אַ זײַט, און דער אַלטער זעט שוין ניט מער ווי זייערע פּלייצעס. בײַ יעראָשקין איז אַ ברייטע פּלייצע, און זי דרייט זיך בײַ אים אין דער הייך. בײַ דער טאָכטער איז אַ שמעלערע פּלייצע און זי דרייט זיך בײַ איר, ווי געוויינטלעך, נידעריקער אַ ביסל.
גיט דער אַלטער אויך אַ דריי מיט די פּלייצעס, און ס׳נעמען זיך שוין בײַ אים אין קאָפּ דרייען וואָכעדיקע געדאַנקען. ער דערמאָנט זיך, אַז די משפּחה פֿון דער ווײַבס צד איז געווען אײַנגעטונקען אין גאָלן ייִחוס, אין כּתובה איז געווען פֿאַרשריבן „ממשפּחת האָדם״ור‟, און „אָדם״ור‟, ווייסט ער, איז עפּעס עפּעס אַ שווערער „ראָשי־תּיבֿות‟, וואָס ווײַזט אויף ייִחוס.
געפֿעלט עס ניט דעם אַלטן. דערציילט ער עס דער אַלטער. געפֿעלט עס ניט דער אַלטער, רעדט זי עס אויס דער טאָכטער. געפֿעלט עס דער טאָכטער, לאַכט זי זיך אויס פֿאַר יעראָשקען. געפֿעלט עס יעראָשקען, לאַכט ער זיך אויך פֿאַנאַנדער.
איין מאָל איז געקומען יעראָשקע פֿון „פּאָסיאָלאָק‟ און איבערגעגעבן די פֿאָלגנדיקע נײַעס:
— דער פּאָסיאָלאָק וויל אַרײַנטרעטן אין קאָלעקטיוו. מיר זעען, אַז איר אַרבעט טאַקע ניט אויף צו פֿלײַסן. איז ווילן מיר: אונדזערע זאָל זײַן אײַערע, און אײַערע זאָל זײַן אונדזערע. און מאַשינעס, קאָן מען זאָגן, וועלן מיר קויפֿן צוזאַמען.
און ר׳ בערע האָט זיך דערמאָנט די מעשׂה פֿון שכמען פֿון חומש: „אונדזערע זאָל זײַן אײַערע, און אײַערע אונדזערע. אונדזערע זין וועלן נעמען אײַערע טעכטער, און אײַערע טעכטער וועלן מיר געבן פֿאַר אײַערע זין‟…
און ר׳ בערע גייט איצט אַרום איבער די פֿעלדער, ער גייט און טראַכט, אַז ווירטשאַפֿטלעך, אייגנטלעך, לוינט עס, וואָס גרעסער די ווירטשאַפֿט, איז אַלץ בעסער. אָבער ייִדן, — קלערט ער, — אַזאַ אַלט פֿאָלק, אַזוי פֿיל געמאַטערט זיך, און איצט וועט מען זיך אויסמישן. אפֿשר איז אַ תּרופֿה, עס זאָלן זיך ענדיקן די „מוטשעניעס‟ [פּײַנען]. זייערע זין וועלן נעמען אונדזערע טעכטער, און מע וועט ניט קלערן וועגן „ייִד‟, „גוי‟, און מע וועט קלערן נאָר וועגן דער אַרבעט.
ווער ווייסט… אפֿשר איז דאָס ניט גאָר אַזוי גוט, נאָר אַזוי איז שוין די אינטערנאַציאָנאַלע ליניע, מע וועט לעבן אין איין משפּחה, און מיט דער צײַט וועט אפֿשר ווערן אַ נײַער ייִחוס, וואָס מע שטאַמט פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלער משפּחה…
— מיט אַלעמען, מיט אַלעמען וועט עס זײַן, — קלערט דער פֿאָטער, און דאַן איז עס ניט נאָר זייער אַן עסק, וואָס זײַן טאָכטער נעמט אַ „גוי‟. אַלע דאַרפֿן דאגהנען אָדער זיי דאַרפֿן זיך פֿרייען.
און ער איז צופֿרידן, דער אַלטער, וואָס איז ניט נאָר זײַן דאגה.
און הײַנטיקן שבת ,אַז ער איז אַרויס אין פֿעלד ציִען זײַנע שבתדיקע געדאַנקען, און אַז ער האָט דערזען זײַן טאָכטער מיט יעראָשקען, האָט ער זיך עפּעס פֿאַרדרייט דעם בריליק און געמאַכט זיך גאָר ניט זעענדיק.
ניט זײַן דאגה, זאָלן אַלע דאגהנען. און אויב מע דאַרף זיך פֿרייען, זאָלן זיך אַלע פֿרייען.
1931