דער שטאָף פֿון לעבן

שמואל אָרטענבערג

צװישן לערער און פֿײַנע לײַט — יעקבֿ רעזניק און אַנדערע

בין איך װידער אין דער שײנער, בליִענדיקער, גרינבלעטערנדיקער שטאָט קיִעװ. עס דוכט זיך, איך בין פֿון דאַנען נאָך ניט אָפּגעפֿאָרן, אַלץ איז אַזױ נאָענט און באַקאַנט אַרום. מײַן עלטערער ברודער איז שױן דאָרט אַ תּושבֿ און די װױנונגס־פֿראַגע איז שױן דערװײַל פֿאַר מיר געלײזט.

איך גרײט זיך טאַקע אָנקומען אױף די העכערע ייִדישע פּעדאַגאָגישע קורסן. זײ געפֿינען זיך אױף לעװאַשאָװסקע־גאַס 10, דאָס איז אַרױף אַ באַרג, אָבער עס מאַכט ניט אױס: די יונגע פֿיס טראָגן דיך. איך בין שױן עטלעכע מאָל דאָרט געװען. װײַזט זיך אַרױס, אַז ביז איצט זײַנען צוהערער אױף די קורסן געװען װינציק, ס’האָט קײן פּלאַץ ניט געקלעקט; אַצינד זײַנען פֿאַראַן גרױסע מעגלעכקײטן און דער לערן־אַנשטאַלט פֿאַרברײטערט זיך און מאַכט אַ גרױסן אױפֿנעם אױף אַלע דרײַ קורסן, לױט די לערן־יאָרן. בעלנים זײַנען פֿאַראַן ניט װײניק, עס זײַנען געקומען פֿון שטאָט און שטעטלעך ייִדישע יונגען און מײדלעך, װאָס גאַרן צו װיסן. דער קאָלאָקװיום קומט פֿאָר אין אַ גרױסן זאַל און יעדער דאַרף צושטעלן אַ שריפֿטלעכע אַרבעט — זײַן גענױע און ברײטע לעבנס־באַשרײַבונג.

צװישן בײַ די הונדערט אַביטוריענטן זײַנען פֿאַראַן פּערזאָנען פֿון פֿאַרשײדענער צוגרײטונג. עס זײַנען פֿאַראַן אַזױנע, װאָס האָבן דורך זעלבסטבילדונג דערװאָרבן היפּשע קענטענישן אין פֿאַרשײדענע געביטן, אַזױנע, װאָס האָבן שױן אַפֿילו זיך געפּרוּװט פֿאַרנעמען מיט פּעדאַגאָגישער אַרבעט אין דער אָקאָרשט אָרגאַניזירטער ייִדישער שול. עס זײַנען פֿאַראַן אױך קנאַפּ צוגעגרײטע צו אַ הױכשול אַביטוריענטן, מיט אײן װאָרט, מיר זײַנען געװען אַ קאָנגלאָמעראַט פֿון פֿאַרשײדן צוגעגרײטע און די שריפֿטלעכע אַרבעט האָט געזאָלט, הײסט עס, פֿעסטשטעלן דעם אַנטװיקלונגס־ניװאָ פֿון יעדן אָנקומענדיקן, ווי אויך באַשטימען, אױף װעלכן קורס איז זײַן אָרט.

ליפּע רעזניק (1890־1944)

מיטן קאָלאָקװיום פֿירט אָן דער דיכטער ליפּע רעזניק גופֿא. אַ ביסל מוראדיק אַרײַנגעפֿאַלן מיטן „װערק‟ אין די הענט פֿון דיכטער. איך האָב באַמיט זיך, אַז די באַשרײַבונג זאָל אַרױסקומען װאָס אינטערעסאַנטער און ברײטער מיט בילדער און עפּיזאָדן, מיט פּאַראַלעלן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מיט אַלגעמײנע באַדאַכטונגען. כ’האָב, מסתּמא, צוגעלײגט גענוג מי, כ׳האָב אַפֿילו ניט באַװיזן צו פֿאַרענדיקן, די צײַט האָט זיך פֿריִער געענדיקט. אױפֿן צװײטן טאָג קום איך צום סעקרעטאַר נאָך ידיעות. ער באַװײַזט מיר מײַן אַרבעט, אױף װעלכער עס איז אָנגעצײכנט אױף דער ערשטער זײַט אין אַ װינקל: „אױפֿן דריטן קורס, אױב ניט נאָך העכער. ליפּע רעזניק‟. דאָס איז געװען געװיס אַ „פּאָעטישע פֿרײַהײט‟ פֿונעם ראָמאַנטישן דיכטער, װײַל די אַרבעט האָט, מסתּמא, ניט פֿאַרדינט אַזאַ הױכע אָפּשאַצונג און, אפֿשר, אױפֿן פֿאָן פֿון אַנדערע אַרבעטן האָט זי װירקלעך אױסגעזען בעסער, אַלנפֿאַלס, איך בין טאַקע פֿאַררעכנט געװאָרן ווי אַ סטודענט פֿון דעם לעצטן, דריטן קורס פֿון די העכערע פּעדאַגאָגישע קורסן.

אױפֿן דריטן קורס זײַנען מיר געװען בײַ צװאַנציק סטודענטן. דאָס איז געװען אין יענער צײַט די ערשטע און דערװײַל די אײנציקע ייִדישע פּעדאַגאָגישע הױכשול אין לאַנד, אָנגעפֿירט האָט מיט איר דער שױן באַװוּסטער דאַן פּעדאַגאָגישער טוער און שפּעטער אָנגעזעענער געלערנטער יעקבֿ (יאַשע) רעזניק, װאָס פֿאַרדינט צו פֿאַרצײכנט װערן גענױער. דאָס איז געװען אַן אינטערעסאַנטע פּערזענלעכקײט. אַ מענטש פֿון באַדײַטנדיקע פֿעיִקײטן, גרױסער אַרבעטסזאַמקײט, ברײטן װיסן, פּעדאַגאָגישן חוש און טאַלאַנט. געשטאַמט האָט ער פֿון אַ ייִדישער משפּחה פֿון שטאָט טשערנאָביל. זײַן זײדע איז געװען אַ באַרימטער קענער פֿון תּלמוד און, װײַזט אױס, אַז דאָס אייניקל האָט אױך אין דער קינדהײט און יוגנט גענוג געשעפּט פֿון דעם קװאַל.

פֿרי איז ער אַװעקגעגאַנגען אויף די פֿרײַע װעגן און ווי אַן אױטאָדידאַקט דורך דער אומדערמידלעכער אַרבעט זיך דערװאָרבן אַ סך קענטענישן אין פֿאַרשײדענע געביטן. ער האָט שטודירט אין דער יוגנט ניצשעס פֿילאָסאָפֿיע, קלײַנס אַסטראָנאַמיע, מאַטעמאַטיק און נאַטורװיסנשאַפֿט, געשיכטע און פּעדאַגאָגיק. צו יענער צײַט, װען איך האָב זיך געלערנט, איז ער שױן געװען אַ מענטש מיט אַן אַלזײַטיקער בילדונג, באַזונדערס אין געביט פֿון מאַטעמאַטיק און פּעדאַגאָגיק. די נײַע נאָכרעװאָלוציאָנערע בילדונגס־סיסטעם האָט געהאַלטן ערשט אין איר „װערדען‟, דאָס איז געװען „אױף די װעגן צו דער נײַער שול‟, — אַזױ האָבן צװישן אַנדערס געהײסן אײניקע פֿירנדיקע פּעדאַגאָגישע צײַטשריפֿטן פֿון יענער צײַט אין רוסיש, ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן, — און יעקבֿ רעזניק איז געװען פֿון די, װאָס האָבן פֿאַרשטאַנען, אױף װעלכע נײַע װעגן דאַרף די שול גײן בײַ אונדז אין לאַנד. ער האָט אין דעם זין געהאַט פֿיל געמײנזאַמס מיטן באַרימטן רוסישן פּעדאַגאָג אַ. ס. מאַקאַרענקאָ. װי מאַקאַרענקאָ, אַזױ האָט אױך יעקבֿ רעזניק געפֿילט דעם פּולס פֿונעם נײַעם לעבן, פֿון דער נײַער עפּאָכע, פֿון דער נײַער דערציִונגס־סיסטעם.

יעקבֿ (יאַשע) רעזניק (1892־1952);

ער האָט אָרגאַניזירט אין די אָנהײב 1920ער יאָרן אין קיִעװ, אױף פּאָדאָל אַ ייִדישן קינדער־הױז, װאָס איז געװען פֿאַר די קינדער אײנצײַטיק אױך אַ שול, און דאָרטן געשטעלט מוסטערהאַפֿטע עקספּערימענטן אין פֿאַרשײדענע דערציִונגס־ און בילדונגס־געביטן. װעגן דעם קינדער־הױז זײַנען בײַ אונדז אין דער פּעדאַגאָגישער פּרעסע געװען געדרוקט פּאָזיטיװע אָפּרופֿן און אַפֿילו אין אױסלאַנד האָט מען געשריבן װעגן יעקבֿ רעזניקס פּעדאַגאָגישע עקספּערימענטן. דאָס נײַע אין זײַנע פּעדאַגאָגישע פּרוּװן איז באַשטאַנען, הױפּטזאַכלעך, פֿון דער מאַקסימאַלער אַנטװיקלונג פֿון דער דערצױגלינג־זעלבטשטענדיקײט, אין זײַן ענגער אײַנשליסונג אין דער אַרומיקער װירקלעכקײט און הײַנטצײַטיקײט.

עס דערמאָנט זיך, אַז אין יענער צײַט איז אַרױס פֿון דרוק יעקבֿ רעזניקס אַ נײַ לערנבוך אונטערן כאַראַקטעריסטישן נאָמען: „מאַטעמאַטיק פֿון לעבן‟. ברײט באַהאַװנט אין דער װעלט־פּעדאַגאָגיק, האָט ער זיך געשטיצט אױף די בעסטע מוסטערן פֿון פּעדאַגאָגישן געדאַנק, ניט נאָר פֿון רוסלאַנד, נאָר אױך פֿון אַנדערע פֿאָרגעשריטענע לענדער. ניט דאָ איז דאָס אָרט צו געבן אַ פֿולקאָמע אָפּשאַצונג פֿון זײַן גרױסער פּעדאַגאָגישער ירושה. איך װיל נאָר דערמאָנען, אַז איך האָב אָפֿט מאָל געשעפּט פֿון זײַן ברײטן קװאַל פּעדאַגאָגישן װיסן. זײַנע רעפֿעראַטן האָבן בײַ מיר אַרױסגערופֿן אינטערעס צו שטודירן די רעפֿלעקסן־לערע פֿון גרױסן רוסישן פּעדאַגאָג פּאַװלאָװ, די פּסיכאָאַנאַליטישע סיסטעם פֿון זיגמונד פֿרױד און פֿיל אַנדערע. מער פֿאַר אַלץ האָט ער געשטופּט אונדז זיך פֿאַראינטערעסירן מיטן אַרומיקן לעבן, מיט דעם ברױזנדיקן לעבן, מיט דער ברױזנדיקער װירקלעכקײט פֿון אונדזער צײַט. עס געדענקט זיך, װי ער האָט אַנומלט מיר פֿירגעװאָרפֿן, אַז איך בין שטענדיק פֿאַרטאָן אין ביכער, לײען צו פֿיל, לױט זײַן מײנונג, און איגנאָריר דאָס לעבן: „די װירקלעכקײט, געדענקט זשע, מײַן פֿרײַנד, איז דאָס בעסטע בוך פֿון דערקענטעניש,‟ — האָט ער געזאָגט.

אײניקע פֿון זײַנע ריזיקאַלישע עקספּערימענטן און אָנשױונגען האָט ער שפּעטער צו אַלײן רעװידירט, אָבער ער איז געװען אַ מענטש פֿון גרױסער ערודיציע אין פּעדאַגאָגישע פֿראַגעס, פֿון גרױסער פֿאַראינטערעסירטקײט און איבערגעגעבנקײט צו דער פּעדאַגאָגישער טעאָריע און פּראַקטיק. שפּעטער אין די דרײַסיקער יאָרן איז ער געװען דער לעקטאָר פֿונעם קיִעווער פּעדאַגאָגיש־װיסנשאַפֿטלעכן אוניװערסיטעט, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרױסע צאָל װיסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן אין דעם געביט. אין די 1940ער יאָרן איז ער שױן געװען באַטיטלט ווי דאָקטאָר פֿון פּעדאַגאָגישע װיסנשאַפֿטן. דאַן, דוכט זיך, דער אײנציקער אין אוקראַיִנע. אָבער טראַגיש זײַנען פֿאַרגאַנגען די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן. אין די יאָרן 1952-1948 אונטערן פֿינצטערן הימל פֿון סטאַלין־בעריאַנישן װילקיר און רעפּרעסיעס, האָט מען דעם טאַלאַנטפֿולן געלערנטן בוכשטעבלעך געטראָטן מיט די פֿיס. זײַן טאָכטער איז אומשולדיק פֿאַרמישפּט געװאָרן, אים אַליין האָט מען דערנידעריקט און באַלײדיקט. אײנער פֿון די פּאַסקװילן קעגן אים איז געװען אָפּגעדרוקט אין דער אוקראַיִנישער צײַטונג „אוקראַיִנישער עמעס‟ פֿאַרן 27סטן מערץ 1949 אונטערן שרײַענדיקן קעפּל: „דער פֿרעכער פּראָפּאַגירער פֿון קאָסמאָפּאָליטיזם‟, אױטאָר אַ. אָקאָראָקאָװ, — פֿול מיט די געמײנסטע אינסינואַציעס און זילזולים קעגן דעם באַװוּסטן געלערנטן.

פֿון דער אַרבעט אין קיִעװ האָט מען רעזניקן באַזײַטיקט, געשיקט אױף אַרבעט אין אַ פּראָװינציעלן לערער־אינסטיטוט קײן סטאַראָבעלסק און געגעבן אַהין די געהעריקע אָנװײַזונגען. אַזױ, אַז מע האָט אים אַפֿילו ניט גערן אָנגענומען אין סטאַראָבעלסק אױף דער אַרבעט. אומדערטרעגלעך שװער זײַנען געװען פֿאַר אים די דאָזיקע יאָרן. אמת, שפּעטער, װען דער הימל בײַ אונדז איז רײן געװאָרן, האָט זיך די לאַגע געענדערט: די טאָכטער איז רעהאַביליטירט געװאָרן, מע האָט אים אױפֿגעהערט פֿאַרפֿאָלגן, אָבער די פֿיזישע און מאָראַלישע כּוחות זײַנען שױן בײַ דעם באַיאָרטן מאַן געװען אונטערגעריסן. בשעת אײנער פֿון זײַנע אינהאַלטסרײַכע לעקציעס אין סטאַראָבעלסקער לערער־אינסטיטוט, האָט פֿון אַ שװערער אַטאַק אױפֿגעהערט צו שלאָגן זײַן האַרץ און זיך אױסגעלאָשן זײַן ליכטיקער באַװוּסטזײַן.

דערמאָנענדיק אים דאָ, װילט זיך פֿאַרנײגן דעם קאָפּ פֿאַרן אָנדענק פֿון מײַן יוגנט־לערער און טאַלאַנטירטן געלערנטן פּראָפֿעסאָר יעקבֿ רעזניק.

פֿון אַנדערע לעקטאָרן פֿון די העכערע פּעדאַגאָגישע קורסן װילט זיך דערמאָנען ישׂראל יאַכינסאָנען. דאָס איז אױך געװען אַ מענטש פֿון ברײטן װיסן און שאַרפֿן מוח, אמת, װײניקער אָנגעצילט אין אײן געװיסער ריכטונג. אין יענער צײַט האָט ער אָנגעשריבן און אַרױסגעגעבן כּמעט אײנצײַטיק אַן אינטערעסאַנטע „אַלגעמײנע קולטור־געשיכטע‟ און אַ גרױסע „מענדעלע־כרעסטאָמאַטיע‟ אין ייִדיש; ער האָט זיך אױך געדרוקט מאַטעריאַלן וועגן פֿראַגעס פֿון װעלט־געאָגראַפֿיע און פּעדאַגאָגיק. געװען איז ער אַן איבערצײַגטער לעקטאָר, געלײענט מיט אַ שטילער, רויִקער שטים, אָבער לעבעדיק, מיט הומאָר, מיט שאַרפֿזין און גרױסער זאַך־קענטעניש. אױף אונדזער קורס האָט ער געפֿירט אַ סעמינאַר פֿון געשיכטע פֿון פּעדאַגאָגיק מיט גרױס דערפֿאָלג.

שמואל (סיאָמע) זשוקאָווסקי (1901־1931)

סיאָמע זשוקאָװסקי איז געװען נאָך גאָר אַ יונגער לעקטאָר מיט גרונטיקע און טיפֿע קענטענישן אין געביט פֿון פֿילאָסאָפֿיע. זײער אַ באַלעזענער און ערודירטער יונגער־מאַן. געבלאָנדזשעט האָט ער אין די ערשטע רעװאָלוציע־יאָרן אין פֿאַרשײדענע סאָציאַליסטישע פּאַרטײען און צו יענער צײַט אַרײַנגעטראָטן אין די רײען פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. מיט אים בין איך געװען פּערזענלעך פֿאַרבונדן און באַפֿרײַנדט, אונדז האָבן צוזאַמענגעבונדן גײַסטיקע און װיסנשאַפֿטלעכע אינטערעסן. געפֿירט האָט ער בײַ אונדז אױפֿן קורס אַ סעמינאַר פֿון מאַרקסיסטישער פֿילאָסאָפֿיע און גראָד אױף דעם סעמינאַר בין איך אײן מאָל אַרױסגעטראָטן מיט אַ פֿאָרטראָג װעגן דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון לודװיג פֿײַערבאַך, װאָס האָט געהאַט דערפֿאָלג סײַ בײַם אָנפֿירער, סײַ צװישן דער אױדיטאָריע. איך האָב זיך מיט סיאָמע זשוקאָװסקין געטראָפֿן אױך מיט יאָרן שפּעטער, װען ער איז געװען טעטיק אין געביט פֿון ייִדישער ליטעראַטור־קריטיק. געװען איז ער פֿול מיט אָפּטימיזם, לעבנסלוסט און לעבנסדורשט, מיט ליבע צו מענטשן און באַגײַסטערונג פֿאַר דער נאַטור. איך דערמאָן זיך אײנע אונדזערע אַ באַגעגעניש שױן אין 1930. סיאָמע זשוקאָװסקי איז געקומען דאַן צו אונדז קײן װיניצע לײענען לעקציעס איבער דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. מיר האָבן אין דער פֿרײַער צײַט שפּאַצירט הינטער דער שטאָט, צװישן די גרױסע פֿעלדזן און סיאָמע זשוקאָװסקי האָט דערצײלט װעגן זײַנע שאַפֿונגס־פּלענער, געװען איז ער פֿול מיט ענערגיע און איבערגעגעבנקײט דער זאַך. ער האָט מיט באַגײַסטערונג גערעדט װעגן דעם װוּקס פֿון דער נײַער סאָװעטישער ליטעראַטור און אירע פּערספּעקטיװן, ער האָט אין דעם געשפּרעך אַנטװיקלט זײער אינטערעסאַנטע געדאַנקען װעגן דער ספּעציפֿיק פֿון קונסט און װעגן די אױפֿגאַבעס פֿון קינסטלער אין אונדזער עפּאָכע. דאָס איז געװען, לײדער, אונדזער לעצטע באַגעגעניש. פּלוצלינג, נאָך אין זײַן שעפֿערישער בליצײַט, איז ער פֿריצײַטיק פֿאַרשניטן געװאָרן אין 1931סטן יאָר פֿון אַ שװערער קראַנקײט.

פֿון צײַט צו צײַט האָט זיך בײַ אונדז באַװיזן דער דער „סאַמעטענער‟ דיכטער, װי מיר האָבן אים מיט ליבע גערופֿן פֿאַר זײַן ביכעלע „סאַמעט‟ און פֿאַר דעם סאַמעטענעם אױבערראָק, װאָס ער האָט שטענדיק געטראָגן. ליפּע רעזניק — אַ הױכער, גרױ װערנדיקער ייִדישער יונגער־מאַן, זײער אַ העפֿלעכער, אַ קולטורעלער, מיט אָנשטענדיקע פֿײַנע מאַנירן, מיט אַ ליבן גוטמוטיקן שמײכל און האַרציקער צוגעלאָזנקײט; פֿאַרמאָגט האָט ער אױך אַ שלל מיט װיסן אין פֿאַרשײדענע געביטן און אָנגענעם און באַלערנדיק איז געװען מיט אים צו שמועסן. קײן סיסטעמאַטישן קורס פֿון ליטעראַטור האָט ער בײַ אונדז אױפֿן קורס ניט געלײענט, אָבער ער איז פֿון צײַט צו צײַט אַרױסגעטראָטן מיט זײַנע אימפּראָװיזאַציעס, ליטעראַריש־קריטישע עסײען אױף באַזונדערע אָװנטן; אָדער ער האָט גאָר פֿאָרגעלײענט די באַליבסטע ייִדישע דיכטער. זײַנע אײגענע לידער האָט ער ניט ליב געהאַט פֿאָרצולײענען, עס האָט געקאָסט פֿיל מי ביז ער פֿלעגט אַמאָל מסכּים זײַן פֿאָרצולײענען אײניקע פֿון זײַנע שאַפֿונגען. אַז מע האָט אים װען עס איז פֿירגעװאָרפֿן גוטמוטיק, פֿאַר װאָס ער שרײַבט אַזױ פֿאַרשטעלט סימבאָליש און ראָמאַנטיש, און דאָס איז אָפֿט אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַרן מאַסן־לײענער, האָט ער, געװײנטלעך, אױך גוטמוטיק און אין שפּאַס געענטפֿערט מיט זײַן אױסדריקלעכן שאַרפֿן „ר‟: „איך שרײַב, מײַנע פֿרײַנד, אין צװײ עקזעמפּלאַרן: אײנעם פֿאַר זיך און דעם צװײטן פֿאַר דער פֿרױ…‟

כאָטש אַלע האָבן געװוּסט, אַז ער האָט נאָך דאַן קײן פֿרױ ניט געהאַט. מיט מיר פּערזענלעך האָט ער אָפֿט געפֿירט באַזונדערע געשפּרעכן — און אפֿשר ניט נאָר מיט מיר; ער האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט, װאָס איך לײען, איבער װאָס איך אַרבעט און געפּרוּװט, װי איך פֿאַרשטײ דאָס איצט, מיך אומבאַמערקבאַר עקזאַמענירן, צי האָב איך ריכטיק אױפֿגענומען, װאָס איך האָב געלײענט. אַ מענטש פֿון ברײטן װיסן, האָט ער שטענדיק געשטרעבט צו פֿאַרברײטערן די גײַסטיקע האָריזאָנטן פֿון די צוהערער, סטודענטן, מיטשפּרעכער און איז געװען מיט אונדז ענג פֿאַרבונדן. מיט אים האָט מען זיך געקאָנט טײלן מיט די סאַמע פֿאַרבאַהאַלטענע און טיפֿע איבערלעבונגען און געפֿילן, װאָס באַאומרויִקן דאָס יונגע, דאָס פֿילבאַרע האַרץ און דעם יונגן, זוכנדיקן גײַסט. פֿאַרבליבן זײַנען אין זכּרון װעגן דער אײדעלער פּערזענלעכקײט פֿון ליפּע רעזניק בלױז גוטע און פֿײַנע דערינערונגען.

שפּעטער איז ער טאַקע זיך צונױפֿגעגאַנגען און פֿאַרבונדן זײַן פֿאַמיליע־לעבן מיט אײנער פֿון זײַנע צוהערערינס, מיט דער סימפּאַטישער און פֿעיִקער סטודענטקע סאָניע טרױב, אַגבֿ, מײַנע אַ בת־עיר פֿון װיניצע, װעלכע איז געװען זײַן לעבנס־באַגלײטערין ביזן סוף פֿון זײַן לעבן. אין די מלחמה־יאָרן איז ער פֿאַרװאָרפֿן געװאָרן מיט זײַן פֿאַמיליע אין װײַטן קוסטאַנײַ, צפֿון־קאַזאַכסטאַן. עס געדענקט זיך, װי אין 1944 האָט ער אױפֿגעטרײסלט און אױפֿגעשיטערט דעם ייִדישן לײענער פֿון גאָר דער װעלט מיט זײַן ליד: „מאָנען און צאָלן‟:

איך בלעטער איצט נאָך אַ מאָל אַלטע פֿאַרגעסענע בלעטער
און מיש אױף דעם רום פֿון מײַן פֿאָלק און זײַן פּײַן און זײַן צאָרן.
איצט זאָל איך גאָרניט פֿאַרגעסן — איך װעק אין זכּרון
פֿאַרגאַנגענע צײַטן מיט בלוט און מיט טרערן געזעטיקט…

און ער דערצײלט די שױדערלעכע געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיטלעלטער אין דײַטשלאַנד, די געשיכטע פֿון שײַטערס און פּאָגראָמען אין משך פֿון יאָרהונדערטער, ער דערצײלט װעגן די קרײצטרעגער און הענקער פֿון יענער עפּאָכע און שטעלט זײ פּאַראַלעל מיט די נאַצישע רוצחים פֿון אונדזער צײַט. ער דערמאָנט:

אין אָטעם־געשטיקטן אין פֿריש אָנגעשאָטענע קבֿרים
אױף מאַמעס און קינדער אין קערטשער, אין קיִעװער טאָלן
און קדושים, געשאָכטן אין שפּײער, אין מײַנץ און אין װאָרסט.
איצט װיל איך ניט מוחל זײַן גאָרניט — כ’װיל מאָנען און צאָלן
…

דאָס איז, װײַזט אױס, געװען אײנע פֿון זײַנע לעצטע לידער, דאָס שװאַנען־ליד פֿון אײדעלן דיכטער ליפּע רעזניק.

אין װײַטן קוסטאַנײַ אַ פֿאַרװאָרפֿענער, אַ קראַנקער, אין די סאַמע שװערסטע לעבנס־באַדינגונגען האָט ער, לײדער, אין גיכן אין גאַנצן פֿאַרלאָזן אונדזער בײזע װעלט און ניט דערגאַנגען ביז צום זיג, צו װעלכן ער האָט אַזױ לײַדנשאַפֿטלעך געשטרעבט און געגאַרט.

סוף פֿונעם קאַפּיטל קומט

Leave a Reply