
מלכּה מאָרעל
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש בין איך געווען מזלדיק צו באַקומען די געלעגנהײט צו באַזוכן מײַן חבֿרטע, דזשיי סאַפּיר, וואָס האָט געגרינדעט אַ ייִדישע דרוקערײַ אין דעם זעלבן בנין, וווּ עס קומען פֿאָר מײַנע קלאַסן. עס איז דאָ אַ קליינע גרופּע מענטשן, וואָס האָבן זיך אָרגאַניזירט און געשאַפֿן אַ דרוק–פּראָיעקט, װאָס רעכנט אַרײַן האַנט–געבונדענע ביכער, פּלאַקאַטן, און חתונה–אײַנלאַדונגען, װעלכע זענען לעצטנס אַרויס.
דזשיי, די פֿרײַנדינע וואָס האָט מיר געגעבן אַ טור, איז די גרינדערין פֿונעם פּראָיעקט „פּאַשקעוויל‟. זי האָט געגרינדעט דעם קאָלעקטיוו מיט יעקבֿ ראָם, וואָס כ׳האָב אים דאָרט אויך אין יענעם טאָג באַגעגנט. דער קאָלעקטיוו אַרבעט צו באַערן די טראַדיציע פֿון דער ייִדישער דרוק־קולטור דורך ליטערפּרעס.
דער קאָלעקטיוו געפֿינט זיך אויף אַ העכערן עטאַזש פֿון אונדזער בנין, און קוקט אַראָפּ אויף אַ שיין, ריזיק בילד פֿון לאָער מאַנהאַטאַן. אפֿשר אַ מאָל האָבן די ייִדישע זעצערס געאַרבעט אין עטלעכע פֿון די בנינים, וואָס מיר האָבן געזען דאָ.
דאָס יאָר האָט דער קאָלעקטיוו געקויפֿט אַ פּאָר דרוקפּרעסן בײַ עטלעכע משפּחות, וועלכע האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיט זיי, ווײַל זיי זײַנען זייער אַלטמאָדיש און הײַנט צו טאָג נישט ניצלעך. אַזוי אַז פֿאַר נישט קיין סך געלט האָבן די חבֿרים געקויפֿט זאַכן, וועלכע זײַנען אַ מאָל געווען דער איינציקער וועג צו פֿאַרשפּרײטן רעינות אויף פּאַפּיר. מע ניצט כּלערליי מכשירים, ווי קליינע שטיקלעך, וואָס מע שטעלט זיי צווישן און אַרום די אותיות אויף אַ פּלאַטע, וואָס וועט ווערן אָפּגעדרוקט.

איך האָב דזשיי געפֿרעגט, פֿון וואָס פֿאָר אַ ייִחוס דאַרף מען זײַן, כּדי צו דרוקן אויף אַזאַ דרוק־אופֿן? זי האָט מיר געענטפֿערט, אַז וואָס קלענער איז דער ייִחוס, אַלץ בעסער איז עס! און האָט מיר דערציילט על־רגל־אַחת וואָס פּינקטלעך מע טוט מיט יענע קליינע כּלים אין אַ דרוקערײַ. איך און מײַן חבֿר משה האָבן אָפּגעדרוקט אַ פּאָר שיינע, ראָזע פּאַפּירן מיט אונדזערע נעמען אויף זיי. ערשטנס, האָבן מיר געזאַמלט די ייִדישע אותיות, דערנאָך זיי אַלע אויסגעשטעלט, וווּ מע דאַרף; נאָך דעם — אַרומגעלייגט זיי מיט קליינע שטיקלעך „פֿורניטור‟, כּדי צו פֿאַרהיטן די אותיות פֿון רוקן זיך הין־און־קריק, און לסוף האָבן מיר צעשמירט די פֿאַרב איבער די אותיות. אַראָפּגעלייגט אויף זיי דאָס פּאַפּיר, האָבן מיר געדרייט דעם פּרעס. אויף אַזאַ אופֿן האָבן מיר אָפּגעדרוקט אונדזערע ייִדישע נעמען אויף אַן אמתן הילצערנעם דרוקפּרעס פֿון איבער אַ הונדערט יאָר צוריק. כּדי צו זײַן אַ ביסל הילפֿיק, האָב איך געהאָלפֿן צו רעסטאַוורירן דעם וווּנדערלעכן דרוקפּרעס.
עפּעס אינטערעסאַנט איז אויפֿגעקומען בשעתן שמועס מיט די הויפּטמענטשן פֿונעם דרוקערײַ־קאָלעקטיוו. דזשיי האָט דערציילט וועגן יעקבֿן, אַז זײַן צונאָמען איז „ראָם‟. זי האָט געפֿרעגט: „קענסטו דאָס ליד ׳די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ?׳‟ אַוודאי, איז מיר באַקאַנט דאָס געזאַנג! מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, איז עס געווען מײַן באַליבט ליד. דאָס ליד האָט אָנגעשריבן אַבֿרהם סוצקעווער, און עס ווערט דאָרט דערציילט די מעשׂה, וואָס איז געשען אין דער ווילנער געטאָ. ראָמס דרוקערײַ איז אין ווילנע געווען זייער אַ גרויס געשעפֿט, און די פֿרוי ראָם, וואָס האָט מיט דעם אָנגעפֿירט, האָט שטאָלצירט דערמיט, וואָס אין ראָמס דרוקערײַ איז געמאַכט געוואָרן דאָס איקאָנישע תּלמוד־דף. אין זײַן ליד דערציילט סוצקעווער ווי דער קעגנשטאַנד האָט געפּלאַנט צו צעשמעלצן די פּלאַטעס, דאָס הייסט, די בלײַענע דרוק־אותיות, און שאַפֿן פֿון זיי קוילן.
דער גרינדער פֿונעם קאָלעקטיוו, יעקבֿ ראָם, האָט דערציילט, אַז בײַ די אַמאָליקע באַלעבאַטים פֿון דער דרוקערײַע זײַנען געווען פּראָבלעמען, ווײַל זיי האָבן נישט גאַנץ גוט באַהאַנדלט זייערע אַרבעטער. פֿון דעסטוועגן, זאָגט ער זיך נישט אָפּ פֿון זײַן ייִחוס, און זאַמלט די לעצטע אָביעקטן פֿון דער היסטאָרישער טעכנאָלאָגיע…
ווען מיר האָבן געטאָן אונדזער אַרבעט, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: אפֿשר וועלן מײַנע מוסקלען פֿאַרגעדענקען ווי אַזוי עס צו טאָן.