בער קאָטלערמאַן
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך אַנטדעקט אין די אַרכיוון פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים אַ בינטל בריוו אויף אַ שיינעם ליטעראַרישן העברעיִש מיט אַרײַנגעפֿלאָכטענע ווערטער און אויסדרוקן אויף ייִדיש, פֿון… ביראָבידזשאַן. די בריוו, דאַטירט פֿון 1958, זײַנען געווען אַדרעסירט דעם באַוווּסטן סאָוועטישן (און זינט 1965 ישׂראלדיקן) לינגוויסט און פֿאָרשער פֿונעם ייִדיש־פֿאָלקלאָר יוסף טשערניאַק (1896–1975). זייער מחבר איז געווען יהודה העלפֿמאַן (1884?–1959), אַ געבוירענער פֿונעם ווײַסרוסישן שטעטל לאַהאָיסק, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ביראָבידזשאַן נאָך דער מלחמה. העלפֿמאַן האָט פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ באַזונדערן טיפּ ייִדישן אינטעלעקטואַל, וואָס האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט דער אָפֿיציעלער ייִדישער קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. העלפֿמאַנס בריוו זײַנען לעצטנס דערשינען אין דער אָריגינעלער שפּראַך, ווי אַ טייל פֿון מײַן מאָנאָגראַפֿיע אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם אַריאלער אוניווערסיטעט, און אין גיכן וועלן זיי אויך דערשײַנען אין דער ענגלישער איבערזעצונג.
די איינציקע דערמאָנונגען פֿון העלפֿמאַנס נאָמען טרעפֿן זיך אין אַ געהיימען באַריכט צו דעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום פֿונעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר אין מאָסקווע אין די יאָרן 1955–1958 יוסף אבֿידר (1906–1995), ווי אויך אינעם טאָגבוך פֿון זײַן פֿרוי, די באַקאַנטע ישׂראלדיקע קינדער־שרײַבערין ימימה טשערנאָוויץ (1909–1998). זומער 1956 האָט יוסף אבֿידר באַקומען אַ דערלויבעניש צו באַזוכן ביראָבידזשאַן. דאָס איז געווען דער ערשטער באַזוך פֿון אַן אָפֿיציעלן פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער מדינה אין דער „ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט‟, וואָס איז געווען דעמאָלט נאָך אַלץ פֿאַרשלאָסן פֿאַר אויסלענדישע געסט. קיין רוסישן ווײַטן מיזרח איז יוסף געפֿלויגן צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי. די געסט האָבן פֿאַרבראַכט אין ביראָבידזשאַן צוויי טעג, דעם 29סטן און 30סטן יוני 1956. דאָס, וואָס זיי האָבן דאָרטן דערזען, האָט אויף זיי ביידע געמאַכט גאָר אַ שווערן אײַנדרוק. אין זײַן באַריכט צום ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום האָט דער אַמבאַסאַדאָר באַמערקט, אַז דער מצבֿ פֿון די ייִדן אין ביראָבידזשאַן איז נאָך ערגער ווי אין אַנדערע ערטער פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָס האָט ער פֿאַרבונדן סײַ מיטן עקלעקטיזם פֿון דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט פֿאַר אַ פֿערטל יאָרהונדערט טאַקע ניט באַוויזן צו שאַפֿן אַן אָרגאַנישע קהילה, סײַ מיט די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס, ווי אויך צוליב דעם אָפּפֿלוס פֿון די נאַציאָנאַל געשטימטע עלעמענטן. דערבײַ האָבן די ביראָבידזשאַנער ייִדן צום גרעסטן טייל ניט באַטראַכט זיך אַליין ווי קרבנות פֿון דיסקרימינאַציע — אַ זאַך, וואָס האָט, צוליב עפּעס אַ סיבה, די געסט באַזונדערס פֿאַרדראָסן. דער איינציקער ליכטיקער מאָמענט איז געוואָרן אַ באַגעגעניש מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַ קליין „העברעיִש־קרײַזל‟, וואָס האָבן געהאַט דעם מוט צו באַזוכן די ישׂראלים אין זייער האָטעל־צימער.

איינער פֿון די דאָזיקע דרייסטע מענטשן איז געווען יהודה (יודל) העלפֿמאַן. זײַן באַזוך איז צופֿעליק צונויפֿגעפֿאַלן מיט אַ טראַנסלירונג פֿון ייִדישע לידער אויפֿן אָרטיקן ראַדיאָ. לויט ימימהס ווערטער, זײַנען דאָס געווען „אַלטע לידער, וואָס האָבן געשמעקט מיט נאַפֿטאַלין‟. זייער גאַסט אָבער האָט זיי אויפֿגענומען גאָר אַנדערש: „דער אַלטער העלפֿמאַן איז צעשמעלצט געוואָרן פֿון פֿאַרגעניגן: אײַ, אַ מחיה!.. ער איז געוואָרן אַזוי גערירט, אַז טרערן האָבן זיך אים געשטעלט אין די אויגן, און מיר האָט וויי געטאָן צו זען דעם דאָזיקן וווילן זקן, ווי ער גריזשעט אָפּ דאָס אָרעמע ביינדל, וואָס מע האָט אים צוגעוואָרפֿן דורכן ראַדיאָ…‟
דערציילנדיק, ווי העלפֿמאַן האָט געמוזט פֿאַרברענען זײַן רײַכע העברעיִשע און ייִדישע ביבליאָטעק בעת די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס סוף 1940ער יאָרן, און מיט וואָס פֿאַר אַ התלהבֿות האָט ער און אַ הײַפֿל פֿרײַנד זײַנע געלייענט די ישׂראלדיקע צײַטונג „דבֿר‟, וואָס דער אַמבאַסאַדאָר האָט זיי אַ טאָג פֿריִער געשענקט, האָט ימימה אָנגערופֿן די ביראָבידזשאַנער העבראַיִסטן „וואַנדערער פֿאַרבלאָנדזשעטע אין מידבר, וואָס גייען אויס פֿון דאָרשט‟.
עס האָט זיך אָבער זייער גיך אַרויסגעוויזן, אַז דער „וווילער זקן‟ איז געווען אַ פֿײַנער קענער פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור, וואָס האָט געקענט ציטירן בעל־פּה ביאַליקן און טשערניכאָווסקין. ער איז געווען אַ יוגנט־פֿרײַנד פֿון באַקאַנטע ישׂראלדיקע ליטעראַטן, וואָס האָבן געשטאַמט פֿון די ווײַסרוסישע שטעטלעך, צווישן זיי דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „דבֿר‟ דוד זכּאי (זשוכאָוויצקי), דער דראַמאַטורג זלמן־יצחק אַנוכי (אַהרנסאָן) א”אַ, ווי אויך אַ הייסער פֿאַרערער פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פֿאָטער פֿון ימימה אַליין, דעם פּובליציסט שמואל טשערנאָוויץ.
פֿאַר דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע האָט העלפֿמאַן זיך געלערנט אין דער מינסקער ישיבֿה און דערנאָך פּריוואַט געלערנט העברעיִש, ערשטנס, אינעם שטעטל אָסטראָשיצקי גאָראָדאָק (אַסטראַשיצקי האַראַדאָק), און שפּעטער אין מינסק, וווּ ער איז באַקאַנט געוואָרן ווי איינער פֿון די בעסטע העברעיִש־לערער. אין זײַנע בריוו צו טשערניאַק האָט ער זיך געטיילט מיט זײַנע ליטעראַרישע שאַפֿונגס־פּלענער, וואָס זײַנען אָבער קיינמאָל ניט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן.
אַ באַזונדערן אינטערעס שטעלט דאָ אָבער פֿאָר די הייסע פּאָלעמיק צווישן העלפֿמאַנען און טשערניאַקן, צוויי וועטעראַנען פֿונעם באַוווּסטן העברעיִש־ייִדישן שפּראַכן־קאַמף, באַקאַנט אין העברעיִש ווי „ריבֿ־הלשונות‟, וואָס זײַנע וואָרצלען גייען צוריק ביז פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. די דאָזיקע פֿראַגע איז, דירעקט צי אומדירעקט, איינע פֿון די צענטראַלע טעמעס אין אַלע בריוו.
יהודה העלפֿמאַן האָט אַמאָל געהערט צו די קרײַזן פֿון די קעמפֿער פֿאַר דער אויפֿלעבונג פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער שפּראַך און איז געווען אַ פֿעסטער קעגנער פֿונעם וועלטלעכן ייִדישיזם, צו וועלכן עס האָט געהערט יוסף טשערניאַק. העלפֿמאַנס אָנשויונגען האָבן זיך נישט געביטן במשך פֿון די פֿיר יאָרצענדליקער פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגישער אינדאָקטרינאַציע. קיין שום השפּעה האָבן אויף אים אויך ניט געהאַט די פֿאָרזיכטיקע באַמיִונגען, וואָס האָבן געזאָלט אַרײַנבלאָזן אַ נײַ לעבן אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור נאָך סטאַלינס טויט מיט טשערניאַקס אַקטיוון אָנטייל אין דער תּקופֿה, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אונטער איליאַ ערענבורגס פּאָעטישן נאָמען „די אָדליהע‟.
צום באַדויערן, איז העלפֿמאַן געשטאָרבן שוין אין סאַמע אָנהייב 1959. אָבער דאָס, וואָס ער האָט נאָך באַוויזן מיטצוטיילן טשערניאַקן, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געוויסן אינטערעס אויך הײַנט צו טאָג. זײַענדיק אַ פֿאַרברענטער העבראַיִסט, האָט העלפֿמאַן ניט געלייקנט די וויכטיקייט פֿון ייִדיש: „איך האָב ליב אונדזער מאַמע־לשון און איך האַלט זי ניט פֿאַר אַ שיפֿחה־שפּראַך, ווי עס האָט געטאָן די סעקטע פֿון אונדזערע נאַראָנים, ווי איר ווייסט פֿונעם שפּראַכן־קאַמף מיט פֿופֿציק יאָר צוריק‟, האָט ער געשריבן טשערניאַקן שוין אינעם ערשטן בריוו. אָבער במשך פֿון דער גאַנצער קאָרעספּאָנדענץ האָט ער כּסדר באַשטאַנען אויף זײַן זעונג פֿון דער ליטעראַטור בײַ ייִדן ווי איין איינהײַטלעכער שטראָם, אין וועלכן די בכורה געהערט אָן ספֿק צו דער העברעיִשער ליטעראַטור. פֿאַר אים, אינעם גײַסט פֿונעם היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור ישׂראל צינבערג, איז דאָס געווען דער יסוד פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער אידענטיטעט.
איך ברענג דאָ אַ פֿראַגמענט פֿון איינעם פֿון העלפֿמאַנס העברעיִשן בריוו אין מײַן איבערזעצונג, געווידמעט דער ליטעראַטור בײַ ייִדן. העלפֿמאַן הייבט אָן דעם בריוו, ווי זײַן מינהג, מיט אַ פּסוק: לְמַעַן תִּהְיֶה לִּי הַשִּׁירָה הַזֹּאת לְעֵד בִּבְנֵי יִשְׂרָאֵל – כּדי דאָס דאָזיקע געזאַנג זאָל מיר זײַן צום עדות קעגן די קינדער פֿון ישׂראל (דברים לא יט). עס זעט אויס, אַז דער אויסקלײַב פֿון אָט דעם פּסוק איז דווקא געווען געווענדט ברמז קעגן טשערניאַקס ייִדישיסטישע טענות. אונטער דעם באַגריף „שירה‟ האָט העלפֿמאַן געמיינט די תּורה צוזאַמען מיט אַנדערע כּתבֿי־קודש און מיט דער העברעיִשער בעלעטריסטיק פֿון אַלע דורות, הייסט עס, דעם גאַנצן סך־הכּל פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער און ליטעראַרישער שאַפֿונג, ווי עס קומט אַרויס פֿון זײַן בריוו.
10/IX.58
יום ד’ כ”ה אלול התשי”ח לסדר „למען תהיה לי השירה הזאת לעד בבני ישראל‟ (פ’ וילך)
ידיד יקר אהובי מחמד נפשי יוסף!
נעכטן האָב איך אײַך געשיקט אַ קורצן בריוו. פֿאַרשטייט זיך, איך האָב געשריבן אין אײַלעניש און ניט גענוג אַכט געגעבן אויף דער ריינקייט פֿונעם העברעיִשן סטיל. דעריבער זײַנען מסתּמא אַרײַנגעפֿאַלן אין אים עטלעכע פֿעלערן. איך האָב אויך פֿאַרגעסן די צוואה־ווערטער פֿון אונדזער זיידן מענדעלע ז”ל צו זײַן אייניקל שלום־עליכם: „שרײַב און מעק אויס, ביז דו וועסט אַרויסגעבן עפּעס פֿאַרטיקס‟ (ווי עס זאָגן אונדזערע חכמים ז”ל: „חזקה הוא על חבר שאינו מוציא דבר שאינו מתוקן מתחת ידו — אַ געניטער מענטש גיט ניט אַרויס פֿון אונטער זײַן האַנט קיין זאַך, וואָס איז ניט פֿאַרטיק‟ [עירובין לב א]).
אויך די גרויסע רוסישע שרײַבער טאָלסטוי, טורגעניעוו, קאָראָלענקאָ, גאָרקי, טשעכאָוו, בונין, קופּרין און אַנדערע האָבן אַ סך מאָל איבערגעאַרבעט, פֿאַרראָכטן און אויסגעפֿײַלט זייער שפּראַך. […]
קיין שרײַבער בין איך ניט, אָבער, ווען איך נעם די פּען אין דער האַנט, באַמי איך זיך אַרויסצוציִען פֿון אונדזער גרויסן שפּראַך־אוצר די פּאַסיקע אויסדרוקן, כּדי ווי מעגלעך גענויער אויסצודריקן דעם געדאַנק, וואָס איך וויל פֿאָרלייגן אין מײַן בריוו.
און ווי וווּנדערלעך איז דער מאמר:
„רבי מאיר האָט געזאָגט: ווען איך בין געקומען לערנען תּורה בײַ רבי ישמעאלן, האָט ער מיך געפֿרעגט: מײַן זון, וואָס איז דײַן מלאָכה? האָב איך אים געענטפֿערט: איך בין אַ סופֿר. האָט ער צו מיר געזאָגט: מײַן זון, זאָלסט זײַן פֿאָרזיכטיק אין דײַן מלאָכה, ווײַל דײַן מלאָכה איז אַ הימלישע מלאָכה. טאָמער לאָזסטו אויס איין אות אָדער לייגסט צו איין אות, קענסטו דערמיט חרובֿ מאַכן די גאַנצע וועלט‟ [עירובין יג א].
אין קעגנזאַץ צו די אַלע נײַע ביבל־קריטיקער, וואָס האָבן געפֿאָרשט און אַנאַליזירט די פּסוקים און געפֿונען אין זיי (לויט זייער מיינונג) פֿאַרדרײונגען, פֿעלערן וכדומה, איז דער תּנ״ך, פֿון אָנהייב ביזן סוף, געבליבן אַזוי ווי ער איז שוין טויזנטער יאָרן. ער באַגלייט דאָס ייִדישע פֿאָלק אויף זײַן וועג, וואָס איז תּמיד פֿול מיט שטרויכלונגען, אינקוויזיציעס, רדיפֿות און פּײַניקונגען, און אין אים געפֿינט דאָס פֿאָלק טרייסט און כּוח צו גיין ווײַטער פֿאָרויס, צו זוכן דאָס ליכט.
ווען איך האָב געלייענט דאָס ליד „רְאִיתִיכֶם שׁוּב בְּקֹצֶר יֶדְכֶם” [“איך האָב אײַך ווידער געזען אין אײַער שוואַכקייט‟, ביאַליקס ליד, אָנגעשריבן אין 1931], פֿול מיט כּעס און צאָרן, ממש ווי אַ נבֿואה — ניט אויבערפֿלעכלעך געלייענט, נאָר זיך פֿאַרטיפֿט אין אים און געלייגט אַכט אויף יעדן געדאַנק, — האָב איך צו זיך אַליין געזאָגט: „עם ישׂראל חי!‟ — אויב פֿון זײַן מיטן זײַנען אַרויסגעוואַקסן אַזעלכע גאונים ווי רבי יהודה הלוי, רבי שלמה אבן־גבירול, רבי משה אבן־עזרא, רבי אַבֿרהם אבן־עזרא וכדומה, און פֿונעם נאָענטן פֿאַרגאַנגענעם דור אדם הכּהן און זײַן זון מיכה־יוסף, יהודה־לייב גאָרדאָן, המצי״ר מאַנע און אַנדערע, און דערנאָך ביאַליק, טשערניכאָווסקי, שניאור, יעקבֿ פֿיכמאַן, דוד שמעוני, יעקבֿ כּהן — די אַלע, וואָס האָבן געשאַפֿן און באַרײַכערט די העברעיִשע שפּראַך, און דער גרעסטער פֿון זיי אַלע ח״נ ביאַליק.
זעט נאָר, וואָס פֿאַר אַ וווּנדער! כּמעט צען יאָר לאַנג האָט אָט דער געניאַלער דיכטער געשוויגן, און זײַן פּען האָט גאָרנישט אַרויסגעגעבן. מע האָט שוין געקענט מיינען, אַז דער קוואַל פֿון זײַן פּאָעזיע איז פֿאַרשטאָפּט געוואָרן, אַז דער רוח־הקודש האָט זיך פֿון אים אָפּגעקערט, און אָט האָסטו אַזעלכע פּערל! דו שטייסט פֿאַרגאַפֿט פֿאַר דעם, וואָס דײַנע אויגן זעען, און דו חידושסט זיך איבער דער טיפֿקייט פֿונעם געדאַנק און איבער דעם ווערטער־אוצר, וואָס דער דאָזיקער „עושה־נפֿלאות‟, דער נבֿיא ביאַליק, האָט אונדז אַנטפּלעקט.
איר זאָלט מיך ניט חושד זײַן, מײַן טײַערער, חס־ושלום, אַז איך געהער צו יענער כּת, וואָס שרײַט: „רק עברית!‟ — ניין און נאָך אַ מאָל ניין! איך האָב אײַך שוין געזאָגט אין מײַנע פֿריִערדיקע בריוו, אַז איך טראָג אין מײַן בויך אַ צווילינג [זע: וַיְהִי בְּעֵת לִדְתָּהּ וְהִנֵּה תְאוֹמִים בְּבִטְנָהּ — און עס איז געװען אין דער צײַט פֿון איר געבערן, ערשט אַ צװילינג איז אין איר בויך, בראשית לח כז] (ניט חס־ושלום ווי עשׂו און יעקבֿ), און זיי לעבן בשלום איינער מיטן אַנדערן, כאָטש פֿון צײַט צו צײַט זיי שטופּן און שטויסן זיך [זע: וַיִּתְרֹצֲצוּ הַבָּנִים בְּקִרְבָּהּ — און די קינדער האָבן זיך געשטױסן אין איר, בראשית כה כב].
איך האָב אויך ליב די ייִדישע שפּראַך און שאַץ זייער הויך די גרויסע ייִדישע שרײַבער מענדעלע, י”ל פּרץ, שלום־עליכם — אונדזערע מוסטער־שרײַבער אויף ייִדיש, ווי אויך די דיכטער שמעון פֿרוג, אַבֿרהם רייזען, יהואש, אָשר שוואַרצמאַן, משה קולבאַק, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איזי כאַריק, איציק פֿעפֿער, שמואל האַלקין, לייב קוויטקאָ און אַנדערע און פֿון די גרויסע פּראָזע־שרײַבער דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר און אַנדערע.
ווי טיף איז דער ווייטיק און דער צער איבער דעם פֿאַרלוסט פֿון אַזעלכע אויסגעצייכנטע שרײַבער!
און אויב איך האָב זיך אַזוי באַזונדערס אָפּגעשטעלט אויף די גײַסטיקע גאונים פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור, בפֿרט אויף ביאַליקן, איז עס געווען, כּדי אײַך צו ווײַזן, ווי טײַער מיר איז אײַער מתּנה [טשערניאַק האָט איבערקאָפּירט און צוגעשיקט אים עטלעכע ביאַליקס לידער], אַ טייל פֿון דער גרויסער ירושה, וואָס דער אומשטערבלעכער געניאַלער נבֿיא האָט איבערגעלאָזט די קומענדיקע דורות, און וועמענס נאָמען וועט קיינמאָל ניט פֿאַרגעסן ווערן. זײַנע לידער דאַרף מען לערנען הונדערט און איין מאָל.
דאָס האַרץ טוט וויי, אַז אין אונדזער שטאָט געפֿינען זיך בלויז קנאַפּע פֿיר מענטשן, וואָס פֿאַרשטייען העברעיִש (און אויך זיי קענען די שפּראַך ניט בשלימות). בלויז מײַן חבֿר און טײַערער פֿרײַנד מאיר פֿינקל, אַן אויסגעצייכנטער מענטש און אַ באַגײַסטערטער ייִד, וואָס שאַצט הויך אַלע אונדזערע גײַסטיקע אוצרות, קומט אָפֿט צו אונדז און מיר פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין אינטערעסאַנטע שמועסן. ער, כאָטש ער קען אײַך ניט פּערזענלעך, איז אײַך אויך זייער דאַנקבאַר פֿאַר די זשורנאַלן, און בפֿרט פֿאַר ביאַליקס לידער.
און אָט שטייען מיר שוין אויפֿן שוועל פֿונעם נײַעם יאָר [ראָש־השנה תּשי״ט]. אין אײַערע בריוו באַטאָנט איר תּמיד, אַז איר זענט ניט קיין מאמין, דאָס הייסט, אַן אַפּיקורס. אויך איך האָב זוכה געווען אין אונדזער שטאָט צו אַזאַ טיטל.
דער גרויסער כּופֿר פּרץ סמאָלענסקין, וואָס האָט אַ סך געליטן צוליב זײַן בוך „התועה בדרכי החיים‟ [ווין תרמ”א] — און מיר, די ישיבֿה־בחורים, וויפֿל פּעטש און רדיפֿות האָבן מיר אויסגעשטאַנען פֿון די ראָשי־ישיבֿות און משגיחים, ווען מע האָט אונדז נאָר געכאַפּט בײַם לייענען דאָס דערמאָנטע בוך אָדער דאָס בוך פֿון אָשר ברוידעס „הדת והחיים‟ [לעמבערג תּרל”ז]. אָבער ווען איך האָב געלייענט סמאָלענסקינס אויסגעצייכנטן אַרטיקל „יום־הכּיפּורים‟, האָב איך געזאָגט: רבונו־של־עולם! צי קען דען אַן אַפּיקורס שרײַבן מיט אַזאַ האַרציקייט און התלהבֿות, ממש ווי אַן אמתער צדיק, וועגן יום־כּיפּור? די דאָזיקע רעטעניש קען מען גרינג לייזן.
איך ציטיר אַ שטיקל פֿונעם ווערטפֿולן אַרטיקל „פּרץ סמאָלענסקין‟ פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם מנחם־מענדל פֿייטלסאָן (אַגבֿ, צו אונדזער גרויסן באַדויערן האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן. אויך דער אויסגעצייכנטער שרײַבער בן־ישׂראל האָט זיך גענומען דאָס לעבן. ביידע האָבן מיט די אייגענע הענט איבערגעריסן דעם פֿאָדעם פֿון זייער לעבן, און ביזן הײַנטיקן טאָג ווייסט מען ניט די סיבה פֿון זייער טויט. קלויזנער האָט געפּרוּווט אויסצודריקן זײַן מיינונג, אַז זיי האָבן ניט געפֿונען קיין פֿעסטן באָדן אונטער די פֿיס, אאַ”וו. זאָל די געשיכטע מישפּטן):
„אַ פֿאָלק זײַנען מיר, און דעריבער מוזן מיר ליב האָבן די ספֿרים פֿון אונדזערע קדמונים, אַפֿילו ווען מיר ענטפֿערן ניט מיט קדוש־קדוש־קדוש אויף אַלץ, וואָס שטייט אין זיי געשריבן. ווײַל — צי איז עס געזאָגט געוואָרן ברוח־הקודש צי ניט — איז עס בלי־ספֿק אַרויסגעזאָגט געוואָרן אינעם גײַסט פֿון אונדזער פֿאָלק אין דער צײַט פֿון זײַן העכסטער דערוועקונג. צי וועלן מיר באַשטימען אויף זייער יסוד די הלכה אויף דורות צי ניט, נאָר אַלץ, וואָס אַ תּלמיד־חכם פֿון אונדזער פֿאָלק וועט נאָך מחדש זײַן אין דער מוסר־תּורה, איז אין דער אמתן, אין אַ געוויסער מאָס, די הלכה, וואָס משה האָט אַראָפּגעבראַכט פֿון באַרג סיני…‟