דער האַרציקער ייִדישער ניגון

מיכאל לײַנוואַנד

לאַנג ווי די מגילה
גייט דער טאָג צו נעילה.
די לבֿנה לײַכט,
דאָס געמיט איז לײַכט.

שטערנדלעך אין הימל
וואַכן אויף פֿון דרימל —
דיאַמאַנטן קלאָרע
בלישטשען קיין עין־הרע.

הייבסט אַרויף דעם קאָפּ
אַ קאַליידאָסקאָפּ
אין היכלות דרייט זיך,
מיט ערדפֿלאַך רייצט זיך.



גרעזעלעך נישקשה
רעדן אויף שטום־לשון,
פּוסט ווי די חלומות,
הערן מ׳הערט קוים־קוים עס.



כ׳האַלט די אויגן אָפֿן,
ס׳איז אַ זינד צו שלאָפֿן
ריין ז׳מײַן בליק און זויבער,
ער זאַפּעט אײַן דעם צויבער.

ס׳ווינטל ז’אויך אַ מיטגליד,
ס׳מונטערט שטיל אַ וויגליד:
„לולינקע דו נאַכט,
פֿון קיין שלעכטס ניט טראַכט,



מאָרגן ט׳ווערן הײַנט,
ס׳וועט ניט זײַן קיין פֿײַנט,
סוף צו די מלחמות
יונגינקע נשמות.



ליבלעך, טרײַ און ווייך
לײַכטן פֿון דער הייך.
ווער קען זיי פֿאַרווערן
שטערנדלעך צו ווערן?


הערט אַ מעשׂה, קינדערלעך



אַ מאָל ט׳די פּרינצעסין פֿון אינדזל מאַלדיוון
געשריבן אַ בריוו צו איר שאַץ.
די גאָלדענע פּאַווע ט׳פֿאַרלאָרן דאָס בריוול,
און ס׳האָט עס געפֿונען די קאַץ.

אוי וויי, טראַכט די קאַץ מיט איר קאַצישן מוח,
וו׳אַזוי זאָל איך ברענגען דעם בריוו?
ניטאָ ז׳דאָך אין וואַסער די תּבֿה של נוח,
נ׳די ז׳בלויז אַ קאַץ, ניט קיין שיף

דער האָן האָט דערהערט און געבלאָזן האָט שופֿר
ביז צונטער ז׳געוואָרן זײַן קאַם,
און פֿרום ז׳אויך געוואָרן אַ יעטווידער כּופֿר,
און ג־ט האָט געשפּאָלטן דעם ים.

די קאַץ איז אַריבער דעם ים מיט גרויס כּבֿוד
גאַנץ פֿרײַ צווישן „יאָ‟, צווישן „ניין‟
אין שטיוולעך מיט אָפּצאַסן הויך און געקאָוועט,
געהאַלטן דעם בריוו אין די ציין.

און זי האָט באַקומען אַ הויכע באַלוינונג
מיט „וויסקאַס‟ און אַלץ וואָס איז גוט,
און אויסגעפּאַטשט זי האָבן טאַקע המונים
אַזש פֿינעף און צוואַנציק מינוט.

און איך, מײַנע טײַערע דאַמען און הערן,
אויף „פֿאָלג מיך אַ קאַץ‟ זיך פֿאַרלאָזט,
און ס׳וועט צוגעשטעלט אײַער בריוועלע ווערן —
די קאַץ ז׳גיכער איידער די פּאָסט.


איך שרײַב מײַנע לידער
מיט קוילן אין קוימען
מיט קרײַד אויף די שטיינער
מיט ווידלעס אויף וואַסער.
וויכּוחים כ׳פֿיר ווידער
און כ׳קוועטש מיטן דוימען
די פּײַנען און ווייען
כ׳פֿאַרוואַנדל אין שפּאַסן.

יאָ, איידער צו וויינען
איז בעסער צו לאַכן,
דער עולם ז׳גערעכט, ער
וויל חכמעלעך הערן.
איז לאָמיר אין איינעם
אַ יד־אַחת מאַכן,
ווײַל ס׳קלינגט דאָס געלעכטער
העט־ווײַטער פֿון טרערן.


דער האַרציקער ייִדישער ניגון,
געמאַכט האָט אין האַרצן אַ סטעזשקע,
געשטעלט האָט אַ לייטער צום הימל,
צעבליט זיך ווי כּלומרש אַ פֿערשקע.

דער האַרציקער ייִדישער ניגון,
צעוויגט אויף די כוואַליעס פֿון ליבע,
ווי כּלומרשט אַן עופֿל מ׳זאָל וויגן
דורך צײַטן סײַ ליבע, סײַ טריבע.

דער האַרציקער ייִדישער ניגון —
אַ דוינע, אַ פֿריילעכס, אַ הימן,
ער לײַדט ניט קיין פֿאַלשקייט, קיין ליגן,
לאָזט איבער אין האַרצן אַ סימן.

ער איז אַזוי טרײַ, אַזוי טײַער,
מע זינגט אים אין ליידן און פֿריידן,
ער איז די נשמה מטהר,
צדיקים פֿירט ער אין גן־עדן.

דער האַרציקער ייִדישער ניגון
ז׳מסוגל די קליפּות באַזיגן.


איבער די לינדן
צאַרטלעך און לינד
אַ קליינטשיק ווינטל
שטיפֿט, ווי אַ קינד.

שפּילט זיך מיט בלעטער,
טוט זיי אַ שמעק,
וויגט זיי און גלעט ער
און פֿליט אַוועק.

בלײַבן די בלעטלעך
ווי נאָכן גט.
וווּ ז׳יענער גלעטער,
וואָס ט׳זיי געגלעט?

ר׳פֿליט מיט די כוואַליעס
פֿירן אַ פֿלירט
ממש בקולות
רעשט, ווי גערירט.

ווינטעלע־ממזר,
לײַכטזיניק־פֿאַרשײַט,
שעמען זיך מעגסטו
פֿאַר ג־ט און פֿאַר לײַט.






Leave a Reply