דער עקספּערימענט (המשך)

עמיל קאַלין

דער ערשטער קאַפּיטל

2

די אָוונטן פֿון מײַן לעבן ווי אַ דערוואַקסענער — יענע געציילטע שעהען, וואָס וואַרטן מיט געדולד אָן אַ דנאָ במשך פֿונעם טאָג, די איינציקע, וועלכע איך האָב פֿאַררעכנט טאַקע ווי מײַנע אייגענע, מײַן אייגן האָב-און-גוטס, — האָבן זיך קיינמאָל נישט אויסגעצייכנט מיט קיין צעצווײַגטער טעטיקייט, און נישט געווידמעט געוואָרן פֿאַר עפּעס, וואָס האָט פֿאַרמאָגט אין זיך אַ תּוך. עס ווײַזט זיך אויס, אַז תּמיד, ווען עס איז געקומען די שעה און מײַן, אַזוי גערופֿענער, „אמתער זיך‟ האָט געזאָלט זיך אויספּיקן, האָט אים עפּעס צוריקגעהאַלטן. די אָוונטן זײַנען אַדורך פּונקט ווי מײַנע טעג און יאָרן זינט איך בין צום ערשטן מאָל אַרײַנגעגאַנגען דורך די טויערן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט: מיט אַ באַקוועמער און פֿאַרדריסלעכער באַנאַליטעט, שיִער נישט קיין גאַנצער פּוסטקייט, אַנטוישונג, אָפּנאַר און פֿאַרפֿירונג, וועלכע האָבן זיך געצויגן נאָך מיר ווי נאָך אַ קאַפּריזנער געליבטער. ווען איך בין געווען אַ ייִנגל, פֿלעג איך אָפֿט חלומען אויף דער וואָר, אַן איבערגענומענער פֿון מײַן לעבן ווי אַ „דערוואַקסענער‟ מאַנסביל. איך האָב זיך אויסגעמאָלן מײַנע „דערוואַקסענע‟ טעג ווי אַ ציכטיקן לײַוונט, אויף וועלכן מײַן האַנט לויפֿט פֿרײַ, צייכנט אויף אים דעם מאָרגנדיקן טאָג, ענלעך צו יענעם ווײַסן בלאַט פּאַפּיר, וועגן וועלכן עס האָט געשריבן דזשאָן לאָק. ער איז געווען אַ שרעקלעכער העל-זעער און איך אויך. פֿון דעמאָלט אָן האָב איך זיך אויסגעניכטערט.

בעת דער מלחמה מיט איראַן, זענען די אָוונטן, יענע ליידיקע, געציילטע שעהען, מגולגל געוואָרן אין אַ סאָרט זעלנערישן שטייגער, און דעם אָוונט איז נישט געווען קיין אויסנאַם: קורץ נאָך זיבן אַזייגער האָט זיך מײַן אויטאָבוס פֿון דעם אוניווערסיטעט אָפּשגעטעלט בײַ דער סטאַנציע. איך בין אַרויסגעגאַנגען און זיך געלאָזט גיין מיט דער אבֿן־גבֿירול־גאַס, איבער וועלכער עס האָט געלויערט אַ שטיקנדיקע פֿינצטערניש. ס׳איז געווען אַזוי שטיל, אַז יעדע זאַך האָט אַזש אויסגעשריגן צו מיר. איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען עטלעכע פֿאַרשלאָסענע קלייטן, וווּ אײַזערנע גראַטעס זענען געשטאַנען פֿאַר די וויטרינעס ווי מיאוסע נאַכט-וועכטערס.

איך האָב זיך אַרײַנגעקוועטשט צווישן צוויי גלעזערנע טירן, וואָס האָבן זיך קוים פֿאַנאַנדערגערוקט, אין אַ קלייטל, וואָס איז אין צײַטן פֿון רעלאַטיוון שלום, געווען אָפֿן פֿיר און צוואַנציק שעה, נאָר איצט, לויט די באַפֿעלן פֿון ציוויל-שוץ, האָט מען דאָרטן אַראָפּגעלאָזט די אײַזערנע לאָדנס אַכט אַזייגער און אַפֿילו פֿריִער. בדרך־כּל, בין איך געווען דער איינציקער קונה, אָבער דעמאָלט האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז אַ צווייטער קונה זאָל מיר אַנטקעגנשפּרינגען; מיר האָבן אַ רגע באַטראַכט איינער דעם אַנדערן, זיך איבערקוקן מיט חידוש און פֿאַרדעכטיקייט, ווי געזאָגט אָן ווערטער: „קוקט אָן, אַ מענטש פֿון פֿלייש און ביין!‟ — און זיך צעשיידט, נישט אַרויסרעדנדיק קיין וואָרט. איך האָב זיך אײַנגעקויפֿט, ווי מײַן מינהג איז, אַ סענדוויטש מיט פּאַסטראַמע און אַ דאָזע „קאָקאַ־קאָלאַ‟.

אין דער היים האָב איך געעפֿענט דעם ליידיקן פֿרידזשידער, כּדי צו באַשטעטיקן אויף ס׳נײַ זײַן הוילע ליידיקייט. דערנאָך האָב איך זיך אַוועקזעצן פֿאַר דעם טעלעוויזאָר, וואָס איז געווען שוין באַצײַטנס אָנגעצונדן און האָט אַרויסגעשיט פֿון זיך נײַן מאָס רייד. ער איז, דאַכט זיך, געווען שוין אָנגעצונדן פֿון דעם מאָמענט, וואָס איך האָב געהאַט אַריבערגעטראָטן די שוועל. איך האָב קיינמאָל נישט געקאָנט זיך דערמאָנען, צי כ׳האָב אים געווען אָנגעצונדן פֿון דעם אייגענעם פֿרײַען ווילן. עס איז נישט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט, אַז דער טעלעוויזאָר האָט למעשׂה געברענט אין מײַן דירה אָן אַן אויפֿהער, ווײַל איך האָב אויך נישט געקאָנט זיך דערמאָנט, צי כ׳זאָל אים אַמאָל געווען אויסלעשן.

קורצע שוואַרץ־ווײַסע ווידעאָ-אָפּשניטן האָבן געוויזן די באָמבאַרדירונגען פֿון צה״ל אין איראַן. עס איז מיר תּמיד געווען שווער צו באַנעמען: הלמאַי דאַרף מען חרובֿ מאַכן גראָד אַזאַ און אַזאַ אָרט און נישט קיין אַנדערס און וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס מיט אונדזער גרויסן נצחון. אין פֿאַרלויף פֿון טעג האָב איך אָנגעוווירן יעדן אינטערעס צו די דאָזיקע בילדער; איך האָב גלאַט געגלאָצט מיט די אויגן אויפֿן עקראַן, געקײַט דעם סענדוויטש צום טאַקט פֿון די פֿײַערלעכע שילדערונגען, איבערגעגעבן דורך צה״ל-רעדנער. באַגלייט מיט די ווערטער, האָב איך אַרײַנגעגאָסן אין זיך אַ מעכטיקן שלונג קאָקאַ־קאָלאַ, וואָס האָט נישט געהאַט קיין באַזונדערן טעם.

זאַכן האָבן דעמאָלט אָנגעוווירן די לעצטע רעשטלעך פֿון זינען, וואָס זיי האָבן פֿריִער פֿאַרמאָגט.

נאָכן עסן בין איך געגאַנגען זיך וואַשן. איך בין געלעגן אין דער וואַנע און האָב געוואַרט אויף די מחשבֿות, אָבער זיי האָבן זיך פֿאַרזאַמט ווי אין יעדן אָוונט. בשעת-מעשׂה איז מײַן בליק געווען צוגעקאָוועט צו דער סטעליע, וווּ אין אַ ווינקל האָט זיך אויסגעשפּרייט אַ פֿײַכטער פֿלעק, וואָס האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן שוין אַ פּאָר יאָר.

נאָך דער וואַנע האָב איך זיך געלייגט אין בעט און געפּרוּווט בגוואַלד לייענען אַ בוך. עס האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן צו געדענקען מער ווי צוויי זאַצן נאָכאַנאַנד. נאָך אַ צעצויגענער ראַנגלעניש מיטן מוח האָב איך אַראָפּלאָזט די הענט, די משׂא איז געווען צו שווער. דעמאָלט האָב איך אַוועקגעלייגט דאָס בוך אין אַ זײַט און בין געבליבן ליגן אין בעט, צוגעדעקט מיט דער קאָלדרע, אָנגעטאָן אין די מלבושים, און געוואַרט איינער אַליין, אין דעם פֿינצטערן צימער אויף די באַנאַכטיקע אַלאַרמס און ראַקעטן.

אין יענע טעג פֿלעג איך לעבן בוכשטעבלעך „פֿון דער האַנט אין מויל אַרײַן‟. דער מוח איז געווען פֿול מיט טשאַד און ווי אויפֿגעהערט באַאַרבעטן דעם באַגריף „צוקונפֿט‟. איך האָב נישט געקאָנט פּועלן בײַ זיך צו טראַכטן וועגן דעם מאָרגנדיקן טאָג. סוף-וואָך איז געווען ווײַט מיט עטלעכע ליכט-יאָרן. איך האָב לחלוטין אָנגעוווירן די פֿעיִקייט זיך אויסמאָלן אַ זומער־וואַקאַציע אויפֿן קומענדיקן יאָר.

אינדערפֿרי, איך האָב געזאָלט באַנײַען דעם עקספּערימענט, וואָס האָט זיך איבערגעריסן גלײַך בײַם אָנהייב צוליב „דעם צושטאַנד‟ — אַ וואָרט, וואָס האָט געביטן דאָס בפֿירושדיקע וואָרט „מלחמה‟, — האָב איך באַגלייט מיטן בליק די רויטלעכע זון, די אויגנלעפּלעך האָבן זיך קוים אויפֿגעהויבן נאָך אַ שלאָפֿלאָזער נאַכט, אין וועלכער איך האָב געמאַכט דרײַ מאָל אַ וויזיט אינעם מיקלט אונטן.

די רויטע זון איז אַרויפֿגעקראָכן מיט אַ אויפֿגעצוווּנגענער התמדה: פֿריִער האָט זי זיך געשפּילט אין באַהאַלטעניש צווישן די הײַזער, און דערנאָך אַפֿירגעקוקט הינטער די ביימער־קרוינען. צוביסלעך און מיט בלינדער עקשנות האָט זי פֿאַרנומען איר פֿאַרויסבאַשטימט אָרט אין הימל. די שטאָט איז נאָך געווען פֿאַרגליווערט אין אַ האַרטן שלאָף, ווי נאָך אַ נאַכט פֿון שיכּרות.

איך בין געשטאַנען בײַם אָפֿענעם פֿענצטער, אָנגעטאָן אין צעקנייטשטע בגדים, די פּיזשאַמע פֿון פֿאַר מלחמה־צײַטן, ס׳האָט פֿון זיי געשלאָגן דער ריח פֿון מײַן אייגענעם זויערלעכן שווייס. איך האָב געהאַלטן אַ גלאָז קאַווע אין מײַן רעכטער האַנט; פֿון דער עספּרעסאָ־מאַשין האָט אַ הייב געטאָן אַ קנויל פּאַרע, און איך האָב ווידער איבערגעלייענט די נײַעס פֿון דער נאַכט: ראַקעטן האָבן געטראָפֿן אין צוויי ערטער, די שפּליטערס פֿון אַנטי-ראַקעטישע מיסילס האָבן גורם געווען אַ שׂרפֿה אין אַ פֿאַבריק לעבן חיפֿה, פֿאַרוווּנדיקטע און הרוגים. מענטשן זײַנען געפֿאַלן אויף די טרעפּ אויפֿן וועג צום שוץ-ערטער און זיך צעבראָכן הענט און פֿיס, געשטאָרבן פֿון האַרץ־אַטאַקעס. אַן אַרבעטער פֿון אַ וואַך־פֿירמע האָט זיך נישט באַהאַלטן בעת דער סירענע און איז אומגעקומען פֿון אַ דירעקטן שלאָג. זײַן טאָכטער האָט דערציילט, אַז ער איז געווען אַ וווּנדערלעכער פֿאָטער, וואָס האָט זיך לעצטנס געראַנגלט מיט פֿינאַנציעלער נויט „צוליב דעם מצבֿ‟, און טאַקע צוליב דעם האָט ער אָנגעהויבן די דאָזיקע אַרבעט מיט אַ וואָך צוריק. זײַן אויפֿגאַבע איז געווען אויסצוהיטן פֿאַר גניבֿות דאָס פֿאַרמעגן אין די דירות, וועלכע זענען צעשעדיקט געוואָרן בעת דער מלחמה…

וואָס בלײַבט טאַקע פֿונעם מענטשן נאָך אַ דירעקטן שלאָג פֿון אַ ראַקעט? האָב איך זיך געשטעלט די פֿראַגע. צי האָט יענער נאַכט-וועכטער עפּעס דערפֿילט פֿאַרן טויט אָדער די וועלט האָט גלאַט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן, פּונקט ווי עס פּלאַצט אַ זייף-בלויז? דער באַוווּסטזײַן ווערט אויסגעלאָשן, ווי עס לעשט זיך אויס מײַן קאַווע־מאַשין, ווען איך שטעק זי אַרויס פֿון עלעקטריע?

פֿרויד וואָלט, מסתּמא, געהאַלטן, אַז דער פֿאַל מיטן נאַכט-וועכטער איז אַ פֿײַנער בײַשפּיל פֿון דעם כּוח, וואָס עס פֿאַרמאָגט דער טויט-טרײַב, יענער אינערלעכער דראַנג, וועלכער נעסטיקט אינעם מענטשן גופֿא און ציט אים עקשנותדיק צו זײַן ענדגילטיקן אונטערגאַנג.

דער לעצטער זופּ פֿון דער קאַווע איז געווען אַן אינערלעכער סיגנאַל, אַז די שעה איז געקומען. איך וועל נישט קאָנען ווײַטער אָפּלייגן דעם גאַנג פֿון דעם טאָג, נאָך אַ טאָג אינעם פֿאַרכּישופֿטן קרײַז: נאָך אַ רגע וועל איך עפֿענען די טיר פֿון דער דירה, אַרויסגיין און פֿאַרשליסן די טיר, אַראָפּגיין מיט די האַלב-טונקעלע טרעפּ, איבער וועלכע איך בין אַרויף און אַראָפּ זעקס מאָל אין משך פֿון דער וואַכנאַכט, אַרויסגיין אויף דער צו-שטילער גאַס און וואַרטן אויפֿן אויטאָבוס ער זאָל קומען. כאָטש קיינער ווייסט נישט, ווען ער דאַרף קומען.

דער צײַטפּלאַן, וואָס, געוויינטלעך, דינט גיכער ווי אַן אַלגעמיינע מחשבֿה איידער ווי אַ קלאָרע התחײַבֿות, האָט אָנגעוווירן די האַפֿט אין די טעג פֿון מלחמה. די דערוואַרטונג אַליין אויפֿן אויטאָבוס, האָט אויסגעזען ווי אַ צייכן פֿון שמאָלקעפֿיקייט, אַ קינדערישער קאַפּריז, וואָס שטעלט אין די רעדער אַרײַן שטעקנס אויפֿן וועג צום נצחון. וואַרטן אָן טענות איז געווען אַן אופֿן אונטערשטעלן אַ פּלייצע צו די אַלגעמיינע באַמיִונגען.

נאָכן אַראָפּגיין פֿונעם אויטאָבוס וועל איך אַרײַנגיין אין דעם טויער פֿונעם קאַמפּוס, טוען עס אָן דעם מינדסטן חשק, קינדיש-ברוגז, שאַרנדיק מיט די פֿיס צווישן די געבײַדעס, געבויט אינעם ברוטאַליסטישן סטיל פֿון די זעכציקער יאָרן.

איך וועל גיין צווישן די מאַסיווע געבײַדעס, אָנגעגאָסן פֿון אַ ים מיט גרויען בעטאָן איבער אַ סקעלעט פֿון אײַזן און שטאָל — קאַנטיקע, גראָבע און שאַרפֿע ליניעס, אַ מוסטער פֿון נאַקעטקייט און רויִקייט, ווי זיי וואָלטן ערשט אַרויסגעקראָכן פֿון די טיפֿענישן פֿון דער מוטער־ערד.

אַזוי איז טאַקע געווען: איך האָב געטאָן מײַנס, פּונקט ווי די זון וואָס האָט פֿאַרנומען איר אייביקן אָרט אין הימל, אָדער ווי יענער אומגליקלעכער נאַכט־וועכטער, וואָס איז אפֿשר געשטויסן געוואָרן צו זײַן סוף דורך דעם כּוח פֿונעם טויט־טרײַב אָדער צוליב חשבונות, וואָס האָבן גאָר נישט קיין שײַכות צו אים, אַזוי האָבן מיך מײַנע פֿיס געטראָגן, פֿון זיך אַליין, צו מײַן ברוטאַריסטישן בנין.

די ברייטע גלעזערנע טירן האָבן זיך שווערלעך פֿונאַנדערגערוקט און איך בין אַרײַן אינעם לאָבי: אַ הויכער און ברייטער, פֿירקאַנטיקער זאַל. אַנטקעגן האָט זיך אויסגעצויגן אַ שווערע, גלעזערנע וואַנט. בײַ דער גלעזערנער וואַנט איז געוואַקסן אַ הויכער קרומער קאַקטוס מיט נאָדנלדיקע שטעכלקעס. איך האָב זיך תּמיד אויסגעהיט פֿון אים. אונטער די פֿיס האָט זיך געשפּרייט אַ ליים-קאָליריקער טעראַצאָ־דיל, אַ שײַנענדיקער, געשפּרענקלטער מיט שוואַרצע און ווײַסע שטיינדלעך. די לאַנגע נעאָן־לעמפּ, וואָס האָבן זיך געצויגן לענגויס דער סטעליע, האָבן געברענט מיט אַ בלאַסער ווײַסער שײַן. אין מיטן רוים האָבן זיך געצויגן אַרויף ברייטע טרעפּ. דער פּאָרענטש איז געווען אַ גרויסאַרטיקער, אַ גלאַטער, געמאַכט פֿון טונקל האָלץ. איך האָב זיך אין אים אָנגעכאַפּט מיט דער האַנט און גענומען קלעטערן איבער די טרעפּ ביזן דריטן שטאָק, וווּ ס’האָבן זיך געפֿונען די לאַבאָראַטאָריעס און שטשורעס…


המשך קומט

Leave a Reply