דרײַ יאָר —
און די װעלט איז אַראָפּ פֿונעם זינען ביז גאָר…
דרײַ יאָר —
און סע גלײבט זיך ניט: ס׳איז אַ קאָשמאַר צי די װאָר?!
דרײַ יאָר —
און סע שטעלן קאַפּױר זיך פֿון שױדער די האָר…
ס׳איז דער מערבֿ צי גאָר דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד?!
מע פֿאַרלירט מער און מער דעם געזונטן פֿאַרשטאַנד,
און דער שׂעיר–לעזאָזל איז װידער דער ייִד,
דװקא אונדז איצט באַשולדיקט מען אין גענאָציד.
װעגן אונדז איז מען גרײט יעדן בילבול צו גלײבן,
זאָגט מען אָפּ אונדזער לאַנד ס׳רעכט אַפֿילו אױף לעבן…
גיבן מיר זיך, אַװדאי, ניט אונטער, און דאָך —
װיפֿל יאָרן נאָך דױערן װעט אָט דער בראָך?
ס׳איז פֿאַרסמט שױן אַ גאַנצער דור יוגנט אַצינדער —
װי זשע װעלן דערציִען זײ זײערע קינדער?
זײַן אַ ייִד איז אַן אױספּרוּװ — סע האָבן גאַנץ קלאָר
דעמאָנסטרירט אָט דעם אמת די לעצטע דרײַ יאָר.
7 אָקטאָבער, 2026.
