צו מײַן טאַטנס 100 יאָר
דער האַרבסט האָט אין אָקטאָבער איבערגענומען אַלע זײַנע רעכט. און כאָטש די ביימער ווילן זיך נאָך נישט אונטערגעבן, האַלטן נאָך אויס זייער גרינבלעטערדיקן פֿאַסאָן, ווערן זייערע קרוינען מיט יעדן טאָג אַלץ שיטער און שיטער. דער וועטער אין ניו־יאָרק, ווי זײַן שטייגער איז, אַ קאַפּריזנער קאַוואַליר — אָט איז ער גרוי־אָנגעכמורעט, גיסט שוין מיט קאַלטע רעגנס מעת־לעתנווײַז און אָט, צעשײַנט ער זיך און רייצט דעם אַרום מיט אַ ייִנגלש־שפּילעוודיקער שטראַלנקייט.
הײַיאָר, אין אָקטאָבער־חודש וואָלט מײַן טאַטע זכרנו־לבֿרכה אַלט געוואָרן 100 יאָר. דער בורא, אונדזער יאָרן־געבער, האָט מײַן טאַטן אָפּגעציילט בסך־הכּל 65. גאָר נישט קיין ברייטהאַרציקער חשבון! אויב זיך שוין אַרײַנלאָזן אין ציילן, וואָס איז בפֿירוש אַ ייִדישע מידה האָבן צו טאָן מיט אַ צאָלבאַטרעף, איז אונדז ביידן באַשערט געווען צו „וואַנדערן‟ צוזאַמען אויף דער וועלט אַן ערך 41 יאָר. אַ גענוגנדיקע צאָל יאָרן, כּדי צו דערקענען איינער דעם אַנדערן. פֿרעג איך זיך טאַקע: וואָס ווייס איך וועגן מײַן טאַטן?
מײַן טאַטע איז דווקא נישט געווען קיין גרויסער דערציילער, כאָטש עטלעכע מאָל, ווען ער האָט שוין געהאַט אָנערקענט, אַז מײַן פֿאַרלאָזן דעם מוזיקאַלישן תּחום און זיך „אַריבערפּעקלען‟ אינעם תּחום פֿון ייִדישער ליטעראַטור־שאַפֿערישקייט, איז נישט קיין צײַטווײַליקער ברען, וואָס וועט אין גיכן אויסגעלאָשן ווערן. כ׳האָב אים אין יענעם טאָג געבראַכט מײַן ערשט דערשינענעם אין מאָסקווע ייִדישן בוך „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס‟. דער טאַטע האָט עס פֿון מײַנע הענט גענומען אין זײַנע הענט, אַרומגעטאַפּט, אַרומגעקוקט, געעפֿנט דעם האַרטן שער־בלאַט, און אַ גלעט געטאָן דעם טיטל־בויגן… איך האָב אָט דעם גלעט דערפֿילט אויף מײַן פּנים.
שפּעטער האָט ער מיר צוגעזאָגט צו „דערציילן וועגן זײַן לעבן‟, אַז ס׳וועט מיר סטײַען אויף אָנצושרײַבן נישט איין בוך. און טאַקע: נישט איין מאָל פֿלעגן מיר זיך פֿאַרמאַכן אין אַ צימער, מע זאָל אונדז נישט שטערן, דער טאַטע פֿלעגט אָנהייבן זײַן סיפּור־חיים, אָבער שוין נאָך עטלעכע מינוט איז אים אין האַלדז געבליבן שטעקן אַ ביטער קנײַלעכל… אָט די ספּאַזמע האָט אין זיך געטראָגן יענע הונגעריקע יאָרן פֿון מײַן טאַטנס קינדשאַפֿט, דעם פֿריצײַטיקן טויט פֿון זײַן מאַמען, וואָס איז אויסגעגאַנגען אין די טראַגישע טעג פֿון אוקראַיִנישן „האָלאָדאָמאָר‟[1]; דערנאָך זײַנען געקומען די רומענישע פֿאַשיסטן און די סכּנה־יאָרן פֿון זײַן פֿאַרשפּאַרט ווערן אין טראַנסניסטריע [2]; אין 1944, נאָך דעם ווי די רויטע אַרמיי האָט באַפֿרײַט מאָלדאַוויע, איז דער טאַטע, בײַ זײַנע קוים 18 יאָר אַוועק פֿרײַוויליק זיך שלאָגן מיט די שׂונאים ביז פּראָג. אין 1948 האָט ער זיך אומגעקערט אין זײַן פֿאַרברענטער פֿאַרגאַנגענהייט…
די מורא פֿאַרן הונגער, איז אים נאָכגעגאַנגען זײַן גאַנץ לעבן. פֿון קליינערהייט האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט, אַז בשעת די משפּחה פֿלעגט זיך זעצן עסן וועטשערע, האָט מיר דער טאַטע שטילערהייט צוגעשאַרט אַ שטיקל ברויט, צי כ׳האָב עס געדאַרפֿט, צי נישט. מיט מײַן קינדערשן חוש האָב איך געפֿילט, אַז דער טאַטע טוט עס, ווי ס׳וואָלט חלילה געווען דער לעצטער ביסן.
אויב ס׳איז אויף זײַן דאָליע ווייניק אויסגעפֿאַלן צרות אין דעם רומענישן קאָנצענטראַציע־לאַגער, האָט ער נישט ווייניקער געליטן פֿונעם סאָוועטישן רעזשים. אין די אָנהייב 1960ער, ווען כרושטשאָווס עקאָנאָמישע מאַניפּולאַציעס האָבן שיִער נישט דערפֿירט דאָס לאַנד צו אַ נײַעם הונגער, האָט די קאָמוניסטישע מאַכט געפֿונען דערצו אַ נאָמען — „עקאָנאָמישע דיווערסיע‟. ווי עס האָט זיך גיך אַרויסגעוויזן, זײַנען ס׳רובֿ פֿון אָט די „עקאָנאָמישע דיווערסאַנטן‟ אַנטדעקט געוואָרן צווישן די סאָוועטישע ייִדן, ווי ס׳האָט זיך געפֿירט אין רוסלאַנד פֿון קדמונים. די דאָזיקע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע אונטערן לאָזונג „אונטעררײַסער פֿון דער סאָוועטישער עקאָנאָמיע‟ — האָט זיך געוויס אָן מײַן טאַטן נישט געקאָנט באַגיין.
מיר איז דעמאָלט געווען 11 יאָר, כ׳האָב שוין גוט געקענט חשבונען, ס׳האָט זיך אָבער בײַ מיר נישט געלייגט אויפֿן שׂכל, אַז נאָך די 8 יאָר, וואָס מײַן טאַטע וועט מוזן אָפּזיצן אין תּפֿיסה, וועל איך שוין זײַן אַ גאָר דערוואַקסענער 19־יאָריקער יונגערמאַנטשיק! סטײַטש, וווּהין זאָל איך איצט אַהינטאָן אָט די פֿון אונדז ביידן אָפּגעריסענע 8 יאָר?.. צום גליק, האָט יעדע מאַכט אַ שטיקל מעלה, דהײַנו: ווען איין דיקטאַטאָר פֿאַלט און דער צווייטער — האַלט נאָר בײַם פֿאַרנעמען זײַן אָרט, קומט אַ קורצע הפֿסקה פֿון „פֿאַרגלעטן די דערלאָזטע בלויזן‟. נאָך 4 מיט אַ האַלב יאָר האָט זיך אַנטדעקט דער „בלויז‟, אַז מײַן טאַטע איז פֿאַרמישפּט געווען אומזיסט־אומנישט…

נאָך מײַן אייגענער לעבנס־דערפֿאַרונג, איבערלעבנדיק הײַנט מײַן טאַטן אויף 10 יאָר, ווייס איך, אַז אַ קנײַלעכל אין האַלדז קאָן בלײַבן שטעקן נישט בלויז פֿאַר ביטערע צרות, נאָר אויך פֿאַר זיסער פֿרייד און גליק. אַזאַ פֿרייד און גליק איז אין מײַן טאַטנס נישט לאַנג לעבן געווען די גרויסע ליבע צו מײַן מאַמען ע״ה. ער האָט זי קיינמאָל נישט גערופֿן בײַם נאָמען, נאָר — חיותל אָדער מאָמקעלע… דער ייִדישער נע־ונד־גורל און די מלוכישע גרענעצן האָבן זיי צעטיילט: מײַן טאַטנס מצבֿה איז פֿאַרבליבן אין בעלץ, מאָלדאָווע, און מײַן מאַמעס מצבֿה שטייט אין דער ישׂראלדיקער שטאָט נוף הגליל. כ׳בין אָבער זיכער, אַז די הימלישע ספֿערעס פֿון יענער וועלט האָבן נישט קיין גרענעץ, און מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן די קײַלעכדיקע דאַטע דעם טאַטנס, אָפּגעמערקט אין איינעם. אָט קלינגען זיי אין דער האַרבסטיקער קילבלעכער לופֿט, זייערע שיינע ברכות לטובֿת זייערע קינדער, אייניקלעך און אור־אייניקלעך…
[1] האָלאָדאָמאָר — אַ בכּיוון אַרויסגערופֿענער מאַסן־הונגער אין אוקראַיִנע אין די יאָרן 1932־1933 מצד דער סאָוועטישער רעגירונג אין שפּיץ מיט סטאַלינען
[2] טראַנסניסטריע — אַן אַדמיניסטראַטיווע טעריטאָריע, אויפֿגעשטעלט מצד דער פֿאַשיסטישער רומעניע צווישן די טײַכן דניעסטער און דרום־בוג אין די יאָרן 1941־1944, וווּ עס זײַנען צונויפֿגעטריבן און פֿאַרפּײַניקט געוואָרן טויזנטער און טויזנטער ייִדן פֿון דרום־אוקראַיִנע, בוקאָווינע און בעסאַראַביע
אָקטאָבער 26, 2026, ברוקלין, ניו־יאָרק
זײַן ספּאַזמע אין האַלדז