דער שטאָף פֿון לעבן (המשך)
שמואל אָרטענבערג
די שעפֿערישע פֿאַנטאַזיע פֿון די מענטשן, דערװעקט דורך דעם רעװאָלוציע־גײַסט, האָט באַװיזן װוּנדער: מיט צױבער־שנעלקײט זײַנען אױף די פּאַפּירן געװאַקסן קולטור־פּאַלאַצן, הױכע מױערן און גרױסע פֿאַבריקן, פּראַכטפֿולע קינדער־שטעטלעך און יוגנט־הײַזער…