די מעשׂה פֿון אַ תּלמיד־חבֿר
דוד עומר כּהן
אין זאַכן „טױט‟ האָסטו זיך שױן פֿרי געלערנט, װי אַזױ ער טוט זײַן מערדערישע אַרבעט. האָסט אַ מאָל געװאָלט אָנשרײַבן אַ מעשׂה מיטן טיטל „אַן אינטערװיו מיטן מלאך־המװת‟, נאָר די סקיצע, װאָס געפֿינט זיך אױף דײַן שלעפּטאָפּ, געהערט צו די סאַמע שװאַכע טעקסטן, װעלכע דײַנע פֿינגער האָבן װען ניט איז אױסגעקלאַפּט…