פֿון כאַרקאָוו ביז חיפֿה איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג
מרדכי יושקאָווסקי
אויף דער שטאָט איז ממש אַראָפּגעשוווּמען פֿונעם כּרמל-באַרג צום ים דער בלויער הימל און האָט געשפּילט מיט אַ גאַנצער גאַמע קאָלירן — ווייַסע הייַזער, רויטע דעכער, געדיכטע גרינוואַרג פֿונעם כּרמל-וואַלד, — און דאָס אַלץ איז באַגאָסן געוואָרן מיט די זאַפֿטיק-גאָלדענע זון-שטראַלן…