אין דער צײַט פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (7)


יעווגעני קיסין

אַפּריל 9

הײַנט איז אַליאָשעס געבױרנטאָג… במשך פֿון אַ סך יאָר, איז די הײַנטיקע דאַטע געװען פֿאַר מיר אַ טרױעריקע, מחמת אין דעם טאָג, אין יאָר 1989, איז צעטריבן געוואָרן דער מיטינג פֿאַר גרוזיעס אומאָפּהענגיקײט אין טביליסי. ס׳איז פֿאַרגאָסן געוואָרן אַ סך בלוט. איצט איז דער טאָג פֿאַר מיר אױך אַ יום–טובֿ. װי קאַרינאָטשקע זאָגט, אַלץ אין לעבן גראַמט זיך: מײַן טאַטע איז ניפֿטר געװאָרן אין מומע מאַרינעס [1] געבױרנטאָג, נעלי רובענאָװנאַ [2] איז געשטאָרבן אין מײַן באָבע רחלס געבױרנטאָג…

עמיליע קיסין און אַליאָשע

אַליאָשע איז זײער אַ הױכער, רעדט מיט אַ נידעריק קול און װערט אַלץ מער און מער אומאָפּהענגיק. הגם ער איז ניט מײַן אייגענער זון, נאָר געוואַקסן איז ער פֿאַר מײַנע אױגן, טראַכט איך אָפֿט מיט לײַכטן אומעט: װוּ איז יענץ זיס קלײן ייִנגעלע? אַליאָשע איז באמת געװען אַן אױסערגעװײנטלעך קינד: אַזױ פּאָזיטיװ בטבֿע, אַז קאַרינאָטשקע פֿלעגט אים רופֿן „אַנטידעפּרעסאַנט–װיטאַמינטשיק‟, — און אין דער זעלבער צײַט זײער פֿילבאַר. אַמאָל האָט קאַרינאָטשקע אים עפּעס דערצײלט װעגן די קײַלעכלעך, װאָס מע קװעטשט, כּדי פּטור צו װערן פֿון אַ סטרעס, און װען זי האָט געזאָגט, אַז אפֿשר זאָל זי זיך אויך אײַנקױפֿן אַזאַ קײַלעכל, האָט אַליאָשע געענטפֿערט: „צו װאָס? איך בין דײַן אַנטיסטרעס!‟ װען ער און זשעניעטשקע, און נאָך אַנדערע קינדער, האָבן געמוזט פֿאָרן מיט זײערע שול–חבֿרים קײן װאַרשע אױף אַ האָקײ–טורניר, האָט זשעניעטשקע, װאָס איז געװען אַ ביסל אַ פּעסימיסט אין זײַן קינדשאַפֿט, געזאָגט זײַן שװעסטערקינד, אַז ער װיל ניט פֿאָרן, מחמת ער דאַרף, אַז עמעצער פֿון זײַן משפּחה זאָל אים באַגלייטן. האָט אַליאָשע אים געטרייסט: „איך װעל דאָך זײַן מיט דיר!‟. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, נאָך זײַענדיק אַ קינד, האָט אַליאָשע געזאָגט דער מאַמען: „פֿאַרשטײסט, זשעניע צײלט שטענדיק דאָס, װאָס ער האָט ניט, אָבער ציילן דאַרף מען דאָס, װאָס מע האָט יאָ!‟ נאָך דעם, װי קאַרינאָטשקע און איר ערשטער מאַן האָבן זיך צעשײדט, פֿלעגן זייערע קינדער, במשך פֿון אַ געװיסער צײַט, נעכטיקן בײַ יעדערן פֿון די עטלערן לױט אַ רײ; איין מאָל האָט אַליאָשע אַ פֿרעג געטאָן זײַן מאַמען: „בײַ װעמען נעכטיקן מיר הײַנט?‟ — „בײַם טאַטן‟ — האָט זי געענטפֿערט. אַליאָשעס רעאַקציע איז געװען אַזאַ: „הוראַ! נאָר ניט װײַל ניט בײַ דיר, נאָר װײַל בײַם טאַטן! און װען בײַ דיר — אױך הוראַ: ניט װײַל ניט בײַם טאַטן, נאָר װײַל בײַ דיר!‟.

אין רוסלאַנד, אין דער קאַלינינגראַדער געגנט האָט מען דעמאָנטירט די בענקלעך אין די געזעלשאַפֿטלעכע ערטער, כּדי אויף אַזאַ אופֿן צו קעמפֿן קעגן דער מגפֿה. דער הויפּט פֿון דער שטאָט–אַדמיניסטראַציע האָט עס דערקלערט אַזוי: „דער גוטער װעטער פּראָװאָצירט מענטשן ברעכן די רעקאָמענדאַציעס פֿון ספּעציאַליסטן װעגן באַגרענעצן פּערזענלעכע קאָנטאַקטן‟. נו, פּונקט װי אין גאָרבאַטשאָװס צײַטן האָט מען געקעמפֿט קעגן אַלקאָהאָליזם, דהײַנו: אױסגעהאַקט אַ סך װײַנגערטנער. אַזוי טוט מען אַלץ אין רוסלאַנד — דורכן תּחת. 

געחתמעט אַ פּעטיציע קעגן רעפּרעסיעס פֿון די אוּיגורן. ס׳איז ממש אומגלײבלעך, װי פֿאַרשײדענע מענטשן, בתוכם אײניקע מערבֿדיקע אימפּרעסאַריאָס, האָבן ניט געקאָנט פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס איך װיל ניט אױפֿטרעטן אין כינע. אײנער פֿון זײ (כ׳געדענק שױן ניט, װער דאָס איז געװען) האָט מיר געזאָגט: „אָבער איצט איז אין כינע מער ניטאָ קײן קאָמוניזם, נאָר קאַפּיטאַליזם!‟ — ער האָט נעבעך ניט פֿאַרשטאַנען, אַז מיטן װאָרט „קאָמוניזם‟ האָב איך געמײנט ניט די עקאָנאָמישע, נאָר די פּאָליטישע סיסטעם, און דװקא דאָס איז פֿאַר מיר דאָס סאַמע װיכטיקסטע און לחלוטין אומדערלאָזלעך! יאָ, איצט באַצאָלט מען אין כינע אַ גוזמה געלט — און פֿיל מוזיקערס, װי אױך זײערע אימפּרעסאַריאָס, פֿאַרטראַכטן זיך ניט (מסתּמא, פּשוט װילן זיך ניט פֿאַרטראַכטן) װעגן דעם, פֿון װאַנען אָט דאָס געלט קומט.

װלאַדימיר אַשכּנזי [3] אין זײַן בוך זכרונות האָט דערמאָנט װעגן דעם, אַז װען מע האָט אײַנגעלאַדן אַרטור רובינשטײנען אױפֿצוטרעטן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, האָט יענער געענטפֿערט, אַז ער װעט קומען, אױב מע װעט אים גוט באַצאָלן, אַניט אינטערעסירט עס אים ניט. װי באַװוּסט, האָט רובינשטײן טאַקע געשפּילט אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד אין 1964. איך האָב אַ גרױס דרך–ארץ פֿאַר רובינשטײנען, ניט בלױז װי אַ מוזיקער, נאָר אױך פֿאַר זײַן אױפֿפֿירונג אין פּאָליטישע ענינים. אױב אָבער דאָס, װאָס אַשכּנזי האָט דערצײלט, איז אמת, מײנט עס, אַז רובינשטײן (איך װײס, אַז ער האָט פֿאַראַכט קאָמוניסטן, באַזונדערס די מאַכטהאָבערס פֿונעם קרעמל) האָט פּשוט ניט גענומען אין אַכט אײן פֿאַקטאָר, דהײַנו: פֿון װאַנען קומט עס, דאָס „גוטע‟ געלט, װאָס מע האָט אים דאָרטן באַצאָלט?

יהודי מנוחין

שױן עטלעכע יאָר נאָך דעם, װי די „אימפּעריע פֿון שלעכטס‟ איז חרובֿ געװאָרן, האָב איך זיך דערװוּסט, אַז יהודי מנוחין, בשעת זײַנע גאַסטראָלן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין די 1970ער יאָרן, האָט גערעדט דאָרטן װעגן מענטשנרעכט און סאָלזשעניצינען. מנוחין איז, אַװדאי, געװען אַ פּרינציפּיעלער מענטש אין פּאָליטישע ענינים (הגם, פֿאַרשטײט זיך, ניט אין אַלע פּאָליטישע אָנשױונגען זײַנע איז ער געװען גערעכט [4]), און רײדן װעגן אַזעלכע זאַכן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אין יענער צײַט איז געװיס געװען אַ װירדיקער טאַט — נאָר װער האָט דעמאָלט אָפּגעלערנט װעגן דעם, אַ חוץ יענע געצײלטע מענטשן, װאָס האָבן עס געהערט מיט אײגענע אױערן, און די מאַכטהאָבערס, וואָס מ׳האָט זיי וועגן דעם ראַפּאָרטירט? צו מיליאָנען פּשוטע סאָװעטישע בירגערס זײַנען מנוחינס אַרױסזאָגונגען אַפֿילו ניט דערגאַנגען; װי באַלד אַזױ, צי האָבן די ווערטער געבראַכט אַ פּראַקטישע נוץ דעם קאַמף פֿאַר מענטשנרעכט?

דעריבער מײן איך, אַז דאָס סאַמע בעסטע איז פּשוט ניט שפּילן אין אַזעלכע מלוכות. און היות ס׳איז דאָ אינטערנעץ (אמת, אין כינע איז גוגל, װי אױך יוטיוב, פֿאַרװערט, נאָר זײ האָבן אַנדערע אינטערנעץ־פּראָװײַדערס), קאָנען די אײַנװױנערס פֿון אָט די לענדער געװױר װערן, פֿאַר װאָס באַרימטע מוזיקערס זאָגן זיך אָפּ צו שפּילן בײַ זײ, בױקאָטירן זײערע מלוכות. בלױז דעמאָלט קאָן זײַן אַ האָפֿענונג (הגם גאָר אַ קלײנע), אַז עפּעס װעט דאָרט קאָנען זיך ענדערן. צוריק גערעדט, װאָלט עס געקאָנט ווערן אַ ממשותדיקע פּעולה בלױז דעמאָלט, װען אַלע באַרימטע מוזיקאַנטן װאָלטן עס געטאָן. איך אַלײן קאָן, צום באַדױערן, גאָרנישט ניט ענדערן: אײנער איז קיינער! נו, לכל–הפּחות, האַלט איך ניט אונטער יענעם רעזשים דורך מײַן ניט קומען אַהין און שפּילן דאָרטן. אויף אַזאַ אופֿן באַטײליק איך זיך ניט אינעם שלעכטס. כּל–זמן כינע איז ניט געװאָרן דער פֿולער באַלעבאָס איבער האָנג–קאָנג, װעל איך אין האָנג־קאָנג אויפֿטרעטן ווײַטער — און, אַװדאי, אױף מײַן באַליבטן טײַװאַן, דעם כינעזישן פֿרײַהײט–אינדזל. 

בלױז אין אײן פֿאַל קאָן איך זיך פֿאָרשטעלן די מעגלעכקײט פֿון מאַכן אַן אױסנאַם: אין דער לעצטער צײַט פֿאַרבעסערן זיך די באַציִונגען צװישן ישׂראל און אײניקע אַראַבישע מלוכות, און הגם אָט די מלוכות זײַנען אױטאָריטאַרישע, בין איך, אױב ס׳איז נײטיק פֿאַר אַ װײַטערער פֿאַרבעסערונג פֿון די באַציִונגען צװישן ישׂראל און זיי, גרײט צו פֿאָרן אַהין און שפּילן דאָרטן — דװקא װי אַ בירגער און פֿאָרשטײער פֿון ישׂראל.

הײַנט האָט זיך מיר עפּעס פֿאַרװאָלט ניט בלױז דרוקן, נאָר אױך שרײַבן אױף ייִדיש, דעריבער האָב איך אָנגעשריבן פּאַפּירענע בריװ צו אײניקע מײַנע ייִדיש–רײדנדיקע פֿרײַנד און באַקאַנטע אין פֿאַרשײדענע לענדער — מײַנע מחשבֿות אין שײַכות מיט פּסח.

אַפּריל 10

בײַ אונדז איז אַלץ װי פֿריִער, און מײַן לעבנס–שטײגער אין דעם הײַנטיקן מצבֿ האָט זיך אױסגעפֿורעמט: כ׳שפּאַציר אין לעטנאַ, כ׳אַרבעט, כ׳לײען און לײען װידער איבער קאַרס בוך…

דער אינטערנעט־פּאָרטאַל „מעדוזע‟, פֿאַררופֿנדיק זיך אױף אַ קװאַל, װאָס איז נאָענט צו פּוטינס אַדמיניסטראַציע, טײלט מיט, אַז דער קרעמל פֿאָדערט פֿון די רעגיאָנען, זײ זאָלן צושטעלן „דאָמינירנדיק-פּאָזיטיווע אינפֿאָרמאַציע‟, כּדי צו העכערן פּוטינס רײטינג: „די ידיעות װעגן דעם, װי אַלץ איז שלעכט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָדער װעגן דעם, אַז אין בריטאַניע איז אַפֿילו דער פּרעמיער־מיניסטער אין אַ שװערן מצבֿ, זײַנען ניט צופֿעליק. דער צושױער אָדער דער צוהערער זאָל זיך איבערצײַגן, אַז אין אַמעריקע און אײראָפּע איז אַלץ ניט אין אָרדענונג, דאָרטן ספּראַװעט מען זיך ניט, נאָר בײַ אונדז װערט אַלץ געלײזט גיך, אַזױ אַז מיר העלפֿן אױך אַנדערע.‟

Edward Hallett «Ted» Carr

קאַר שרײַבט אין זײַן בוך (װאָס באַשטײט פֿון זײַנע לעקציעס, געלײענט אין די אָנהײב 1960ער יאָרן), אַז ס׳איז שװער פֿאַר די הײַנטצײַטיקע היסטאָריקערס ניט צו פֿאַראורטײלן היטלערן אָדער סטאַלינען, װײַל זײ זײַנען געװען אונדזערע מיטצײַטלערס און אַ סך מענטשן, װאָס האָבן געליטן, דירעקט אָדער אומדירעקט, פֿון זײערע מעשׂים, זײַנען נאָך לעבעדיק, און ס׳איז די הױפּט–מניעה פֿונעם הײַנטצײַטיקן היסטאָריקער, — „נאָר װאָס פֿאַר אַ נוץ געפֿינט מען הײַנט אין פֿאַראורטײלן די זינד פֿון קאַרל דעם גרױסן אָדער פֿון נאַפּאָלעאָנען‟? אין רוסלאַנד אָבער איז עס דװקא ביז גאָר נײטיק (בפֿרט הײַנט!), אַז אױטאָריטעטע היסטאָריקערס זאָלן געבן מאָראַלישע אָפּשאַצונגען איװאַן דעם גרױזאַמען, אַפּשיטא שױן סטאַלינען, מחמת דאָדטן שטעלט מען זײ דענקמעלער און מע פֿאַרעפֿנטלעכט ביכער, װאָס רײנװאַשן זײ פֿולשטענדיק אָדער טײלװײַז! באמת, „מיט שׂכל קאָן מען רוסלאַנד ניט פֿאַרשטײן‟… קאַראַמזין, דער גרונטלײגער פֿון דער רוסישער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט, אַן איבערצײַגטער מאָנאַרכיסט און אַ פֿאַרברענטער רוסישער פּאַטריאָט, האָט קלאָר פֿאַרשטאַנען און בולט דעמאָנסטרירט, אַז איװאַן דער גרױזאַמער איז געװען אַ משוגענער, בלוטיקער טיראַן; קאַראַמזינס צוויי גרויסע נאָכפֿאָלגערס, קאָסטאָמאַראָװ און קליוטשעװסקי, האָבן עס אױך פֿאַרשטאַנען און פּרטימדיק דעמאָנסטרירט אין זײערע װערק (כ׳געדענק, װי בשעתן פֿליִען צום ערשטן מאָל פֿון מאָסקװע קײן ניו–יאָרק אין סעפּטעמבער 1990 האָב איך געלײענט קאָסטאָמאַראָװס גלענצנדיקן עסײ װעגן איװאַן דעם גרױזאַמען) — און די הײַנטיקע רוסלענדישע מחברים (ניט אַלע, פֿאַרשטײט זיך) טענהן, אַז די אױבנדערמאָנטע קלאַסיקערס פֿון רוסישן היסטאָרישן געדאַנק זײַנען אָפּגענאַרט געװאָרן פֿון די אױסלענדישע מוקרים (און די אױסלענדישע מקורים, לױט זײער מיינונג, זײַנען תּמיד בכּיװנדיק פֿאַלש)! ס׳איז גוט, אַוודאי, װאָס ס׳איז דאָ אין רוסלאַנד אַזאַ אױסערגעװײנטלעכער און אױטאָריטעטער היסטאָריקער װי פֿלאָריאַ, — נאָר שױן זשע איז ער מסוגל איבערצײַגן פּשוטע מענטשן, װאָס זײַנען בטבֿע גענײגט צו גלײבן דער פּראָפּאַגאַנדע פֿון דעספּאָטיזם? יאָ, װי טרױעריק עס זאָל ניט זײַן, האָט דאָס רוסישע פֿאָלק תּמיד ליב געהאַט די בײַטש… „ניט–געװאַשענע ראָסיִע, אַ לאַנד פֿון האַרן, אַ לאַנד פֿון קנעכט‟ (אַגבֿ, די רוסישע „פּאַטריאָטן‟ סטאַרען זיך שױן לאַנג מיט אַלע כּוחות צו „דערװײַזן‟, אַז אָט די באַרימטע שורות האָט כּלומרשט אָנגעשריבן ניט לערמאָנטאָװ).

פֿון דער אַנדערער זײַט, שרײַבט קאַר נאָך דעם, אַז היסטאָריקערס זאָלן פֿאַראורטײלן ניט די יחידים, נאָר די געזעלשאַפֿטן, די סיסטעמען, װאָס האָבן אַזעלכע יחידים געשאַפֿן. דװקא אַזױ! נאָך מער: „די דײַטשן הײַנט באַגריסן דאָס פֿאַראורטײלן היטלערס פּערזענלעכע זינד װי אַ באַפֿרידנדיקע אַלטערנאַטיװ צו דער מאָראַלישער אָפּשאַצונג פֿון דער געזעלשאַפֿט, װאָס האָט אים געשאַפֿן, מצד דעם היסטאָריקער. רוסן, ענגלענדער און אַמעריקאַנער כאַפּן אונטער מיט פֿאַרגעניגן די פּערזענלעכע אָנפֿאַלן אױף סטאַלינען, נעװיל טשעמבערלענען אָדער מאַקאַרטי, װי כּפּרה–הינדלעך פֿאַר זײערע געמײנזאַמע misdeeds.‟ (דאָס לעצטע װאָרט, װי באַװוּסט, קאָן איבערגעזעצט װערן סײַ װי „טעותים‟, סײַ װי „רציחות‟). יאָ, דאָס איז לגמרי ריכטיק — און סטאַלינס פּאָפּולערקײט אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד זאָגט עדות װעגן דעם: די דאָרטיקע געזעלשאַפֿט איז געװען און פֿאַרבליבן אַ פֿאַרדאָרבענע. די דײַטשן האָבן חרטה באַקומען אױף די רציחות פֿון זײערע אורעלטערן, אָבער ניט די רוסן. דעריבער, הגם מײַן ניט–ייִדישע שװיגער האַלט, אַז ס׳איז נאָך צו פֿרי פֿאַר די ייִדן צו באַזעצן זיך אין דײַטשלאַנד, וואָלט איך, האָבנדיק אַ ברירה צו װױנען אָדער אין דײַטשלאַנד אָדער אין רוסלאַנד, אױסגעקליבן אָן שום װאַקלעניש דײַטשלאַנד: אַ ציװיליזירטע, דעמאָקראַטישע מלוכה, װאָס אינעם סאַמע צענטער פֿון איר הױפּטשטאָט איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ריזיקער מעמאָריאַל לזכּרון די חורבן־קרבנות; װוּ פֿאַר אָפּלײקענען דעם חורבן (און פֿאַר אַנטיסעמיטיזם בכלל) זעצט מען אײַן אין תּפֿיסה.

אַװדאי, איז דאָס אַלץ אַ רעזולטאַט פֿון דעם, װאָס היטלער האָט געליטן אַ מפּלה אין דער צװײטער װעלט–מלחמה און נאָך דעם האָבן די מערבֿדיקע באַזיגערס אַקופּירט דאָס מערבֿדיקע דײַטשלאַנד במשך פֿון צענדליקער יאָרן, און אין פֿאַרלױף פֿון אַלע יענע יאָרן פֿלעגן זײ כּסדר און צוגענגלעך דערקלערן די דײַטשן, װאָס פֿאַר אַ טינוף יענע זײַנען. עס װאָלט זיך זײער געװאָלט, אַז די רוסן זאָלן אַליין אַראָפּזעצן פּוטינען און אײַנשטעלן דעמאָקראַטיע, נאָר כ׳האָב מורא, אַז כּדי צו דערגרײכן פֿרײַהײט און דעמאָקראַטיע אין רוסלאַנד, דאַרף מען טאָן דװקא דאָס, װאָס מע האָט געטאָן מיט דײַטשלאַנד: אָקופּירן דאָס לאַנד און צװינגען די מענטשן בגװאַלד צו האָבן חרטה און צו װערן געלײַטערט. סײַ די מלחמה מיט גרוזיע און די אָקופּאַציע פֿון דרום–אָסעטיע אין 2008, סײַ די אַנעקסיע פֿון קרים אין 2014 און די מלחמה מיט אוקראַיִנע װאָלט געװען אַ גוטע סיבה פֿאַר דעם — נאָר, צום באַדױערן, איז איצט אַזאַ טשערטשיל אין מערבֿ ניטאָ… גערעכט איז געװען מאַרק סאָלאָנין [5], װען ער האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אָנגעשריבן: „װען די נוצלעכע בורזשואַזע אידיאָטן האָלטן יאָר נאָך יאָר אין אײן טאָרקען דעם געפּגרטן היטלער, אָפּפֿירנדיק שעמעװדיק די אײגעלעך פֿון דעם, װי אין מיזרח־אײראָפּע װערט חבֿר סטאַלין אַלץ מער לעבעדיקער צווישן אַלע לעבעדיקע, — איז עס בפֿירוש ניט קײן גײַסטיקע דערהױבנקײט, נאָר אַ שענדלעכע מאָראַלישע קאַפּיטולירונג. אױפֿשטעלן אין דײַטשלאַנד נאָך אײן מעמאָריאַל אין אָנדענק פֿון די חורבן–קרבנות און ניט באַמערקן דערבײַ, אַז אין די מאָסקװער ביכער–קראָמען װערט פֿאַרקױפֿט שונד–ליטעראַטור, אָנגעשטאָפּט מיט חייִשער יודאָפֿאָביע — איז עס דען ניט קיין מאָראַלישע קאַפּיטולירונג.‟. [6]

װידער אָנגעשריבן עטלעכע פּאַפּירענע בריװ צו מײַנע ייִדיש–רײדנדיקע פֿרײַנד: מכּוח פּסח און פֿרײַהײט.

לעאָנאַרד בערנסטײַן

כ׳געדענק, װי נאָכן פֿאַלן פֿון דער בערלינער װאַנט האָט לעאָנאַרד בערנסטײַן געמאַכט אַ רעקאָרדירונג פֿון בעטהאָװענס 9טער סימפֿאָניע מיט שילערס אָריגינעלן טעקסט: ניט „Freude‟, נאָר „Freiheit‟. אױף דער הילע פֿונעם קאָמפּאַקטל איז געװען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון יובלענדיקע מענטשן בײַ די בראַנדענבורגער טױערן, און אױבן איז געװען אָנגעשריבן: ODE AN DIE FREIHEIT. שױן אַ לאַנגע צײַט טראַכט איך: בײַ מײַן גאַנצן דרך–ארץ פֿאַר בערנסטײַנען, צי האָט ער געהאַט דאָס רעכט צו מאַכן אַזאַ רעקאָרדירונג? לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז אין די אָנהײב 1980ער יאָרן, אין סאַמע שפּיץ פֿון דער קאַלטער מלחמה, בשעת דער בלוטיקער סאָװעטישער אַגרעסיע אין אַפֿגאַניסטאַן, האָט דער באַרימטער מאַעסטראָ אין אײנער אַ רעדע זײַנער אױפֿגערופֿן זײַן מלוכה, די פֿאַראײניקטע שטאַטן, צו… אַן אײנזײַטיקער אַנטװאָפֿענונג, ווי אַ גוטער בײַשפּיל פֿאַר די „רוסן‟! זײַנע טענות, הלמאַי אין אַזאַ סיטואַציע װעט דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד ניט אָנפֿאַלן אױף די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען געװען ממש אומגלייבלעך מחמת זײער נאַיִװקײט: „דאָס רוסישע פֿאָלק װיל ניט קײן מלחמה, עס האָט צו פֿיל געליטן,‟ (גלײַך װי דעם פֿאָלקס װוּנטשן וואָלטן װען–ניט–איז געװען געהאַט כאָטש אַ מינדסטע השפּעה אױף דעם קרעמלס באַשלוסן און מעשׂים!), „צי װעלן זײ פֿאַרװעלן אָנפֿירן מיט אַזאַ גרױס לאַנד, װי די פֿאַראײניקטע שטאַטן, און דערצו נאָך אױף דער ענגלישער שפּראַך?‟ (גלײַך װי די קרעמליער גזלנים האָבן כּסדר ניט געשטרעבט צו פֿאַרכאַפּן װאָס מער לענדער, אין װעלכע מע האָט גערעדט אױף כּל–מיני לשונות!). נו, אַז אױסערגעװײנטלעכע, אַפֿילו געניאַלע מוזיקערס (און מענטשן פֿון קונסט בכלל) קאָנען זײַן פֿולשטענדיקע טיפּשים אין פּאָליטיק — דאָס איז שױן לאַנג זײער אַ באַװוּסטער פֿאַקט. איך בין אָבער פֿעסט איבערצײַגט, אַז אַן אַמעריקאַנער, װאָס האָט בעת דער קאַלטער מלחמה אױפֿגערופֿן די רעגירונג פֿון זײַן מלוכה צו אַנטװאָפֿענען זיך פֿאַרן סאָװעטישן שׂונא, האָט ניט געהאַט קײן שום מאָראַליש רעכט צו באַטײליקן זיך אױף אַזאַ אופֿן אין די באַפֿרײַונג־פֿײַערונגען מצד די מיזרח–אײראָפּעיִשע פֿעלקער פֿון דער קאָמוניסטישער טיראַנײַ. אַזאַ מין רעקאָרדירונג האָט געזאָלט מאַכן מסטיסלאַװ ראָסטראָפּאָװיטש: הגם ער איז געװען גאָר ניט אַזאַ גרױסער דיריגענט װי בערנסטײַן, דװקא ער האָט צװישן די אַלע באַרימטע מוזיקערס פֿון יענער צײַט געקעמפֿט פֿאַר פֿרײַהײט, קעגן קאָמוניזם.

אַפּריל 11

הײַנט איז דער מאַמעס געבױרנטאָג — 83 יאָר ביז 120! קײנער גלײבט עס ניט, װען מע דערוויסט זיך װעגן דעם, — און טאַקע — זי זעט קיין עין־הרע אױס אַ סך ייִנגער, הגם די כּוחות און דער זכּרון בײַ איר זײַנען שױן ניט װי פֿריִער… אַבי זי זאָל זיך פֿילן אַזױ גוט, װי זי זעט אױס, און בלײַבן מיט אונדז װאָס לענגער! מיר האָבן געפּראַװעט בײַ אונדז אירע אימענינעס דעם גאַנצן אָװנט, פֿון 5 אַזײגער אָן.

עמיליע קיסין אין איר געבוירן־טאָג

געלײענט זײער אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל װעגן די איצטיקע שטימונגען אין רוסלאַנד אין שײַכות מיט דער מגפֿה. פֿון אײן זײַט, גלײבט מען דאָרטן ניט דער מאַכט, און מע נעמט אױף די קאַראַנטין–באַגרענעצונגען װי אַ דרוק, אַ נאָענטסטער גורם פֿאַר נײַע רעפּרעסיעס, אַ הױלער שװינדל, כּדי נתעשר צו װערן. פֿון דער אַנדערער זײַט, גלײבט מען אין כּל–מיני פּיזמונות, װאָס דעמאָנסטרירן, װי אַזױ די מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע װערט אָפּגעשפּיגלט אין מענטשנס מוחות. אַ חוץ דעם אַלעם, גלײבט מען, למשל, אין דעם, אַז דעם קאָראָנאַ–װירוס האָבן דערפֿונדן די אַמעריקאַנער, כּדי חרובֿ צו מאַכן די עקאָנאָמיע און „אונדזער גרױס לאַנד‟; מע גלײבט אינעם מערבֿס פֿאַרשװערונג; אין דעם, אַז די מאַסקעס זײַנען נוצלאָז; אין די מאַכינאַציעס, כּדי צו העכערן די פּרײַזן; אין דעם, אַז אינגבער הײלט אָדער פֿאַרהיט פֿונעם קאָראָנאַ–װירוס; און סוף–כּל–סוף, אין דעם, אַז די מגפֿה איז גאָטס גזר. גובערמאַן [7] האָט דערצײלט װעגן אײנעם, מיט װעלכן ער איז בשעתּו געזעסן אין אײן תּפֿיסה–קאַמער. יענער האָט פֿײַנט געהאַט די סאָװעטן–מאַכט תּכלית–שׂינאה, נאָר אין זײַן מוח איז די מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע װעגן די הינטערשפּיצלעך פֿון די אַלפֿאַראַנענע ציוניסטן אָפּגעשפּיגלט געװאָרן אױף אַן אײגנאַרטיקן אופֿן: ער איז געװען פֿעסט איבערצײַגט, אַז די ייִדן באַלעבאַטעװען אומעטום, אין דער סאָװעטישער רעגירונג בתוכם. אַגבֿ, די לאָגיק פֿון זײַן הױפּט–אַרגומענט מכּוח די סאָװעטישע מאַכטהאָבערס איז געװען ממש געניאַל: „װען זײ װאָלטן געװען רוסישע מענטשן, װאָלטן זײ דען געקאָנט זיך באַגײן אַזױ מיט זײער אײגענעם פֿאָלק?!‟ 

באמת, „אין געלעכטער, אין געװײן מענטשן זײַנען גאַנץ פֿאַרשײדן‟ — און דער מענטש איז ביז גאָר אַ קאָמפּליצירט באַשעפֿעניש. װען איך בין געװען נאָך אַ דערװאַקסלינג און האָב געלעבט אינעם געװעזענעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, בין איך געװען זיכער, אַז ס׳איז גענוג אויפֿעפֿענען די מלוכה–גרענעצן, מע זאָל אַלץ פֿאַרשטײן. איצט איז מיר קלאָר, װי נאַיִװ איז געװען צו טראַכטן אַזױ, נאָר אין יענער צײַט האָט עס אויסגעזען גאַנץ לאָגיש: דעריבער טאַקע לאָזט מען אונדז ניט אַרױס אין אױסלאַנד, כּדי מיר זאָלן זיך ניט דערװיסן, װי מע לעבט אין דער אמתן אױפֿן מערבֿ, און ניט פֿאַרװעלן צו שאַפֿן די זעלבע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע סיסטעם בײַ אונדז אין לאַנד. דעמאָלט האָב איך ניט געװוּסט, אַז, למשל, נינאַ אַנדרעיעװאַס [8] מאַן איז געװען אי אין דענמאַרק, אי אין איטאַליע — און פֿאָרט געבליבן אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט–סטאַליניסט (אין נינאַ אַנדרעיעװאַס באַרימטן אַרטיקל זײַנען געװען דערמאָנט „די טעכנאָקראַטישע חריפֿותלעך פֿונעם הײַנטצײַטיקן קאַפּיטאַליזם‟). איך האָב אױך ניט געװוּסט (און בשום אופֿן ניט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן), אַז מיכאַיִל באָטװיניק [9], — ס׳װאָלט זיך געדוכט, גאָר אַן אַנדער טיפּ מענטש און בכלל אַ ייִד, — װאָס פֿלעגט כּסדר פֿאָרן קיין אויסלאַנד, איז אױך ביזן סאַמע סוף פֿון זײַן לעבן פֿאַרבליבן אַן איבערצײַגטער קאָמוניסט און אַפֿילו אין אַ געװיסער מאָס אַ סטאַליניסט (גאַרי קאַספּאַראָװ [10] האָט מיר דערצײלט װעגן דעם מיט עטלעכע יאָר צוריק). 

פּוטין איז, אַװדאי, אַ בר–דעת, און ער האָט פֿאַרשטאַנען ניט בלױז דאָס, װאָס אַ סך מענטשן גיבן אָפּ די בכורה קאָלבעס לגבי פֿרײַהײט (דאָס האָט נאָך היטלער פֿאַרשטאַנען), נאָר אױך דאָס, װאָס פּראָפּאַגאַנדע קאָן זײַן עפֿעקטיװ אַפֿילו בײַ אָפֿענע גרענעצן. נאָך מער: װי מאָדנע עס זאָל זיך ניט דוכטן, קאָן די רוסלענדישע מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע משפּיע זײַן אױך אױף אײניקע מענטשן, װאָס לעבן אױפֿן מערבֿ! צוריק גערעדט, װאָס איז דאָ זיך צו חידושן, װען ניט װײניק מענטשן אין דער פֿרײַער װעלט געפֿינען זיך אונטער אַ השפּעה פֿון דער איסלאַמיסטישער פּראָפּאַגאַנדע?

אױף אַן אמתן, איז אין דעם גאָרנישט קיין נײַס ניטאָ. לאָמיר נעמען, למשל, ניקאָלײַ גאָגאָלן: אײנער פֿון די סאַמע גרעסטע שרײַבערס אױף דער װעלט געװען, געװױנט אַ סך יאָר אין אײראָפּע — און נאָך אַלעמען געװאָרן אַזאַ פֿינצטערלינג! „איך װאָלט ניט דערלױבט קײן שום נײַ–אײַנפֿירונגען אין רוסלאַנד אָן אַ באַגיטיקונג מצד דער קירך,‟ — האָט ער אָנגעשריבן. און דער גרויסער פּאָעט טיוטשעװ: ער האָט דאָך אַזױ לאַנג געװױנט אין אײראָפּע — און ניט בלױז פֿאַרבליבן אַ פֿאַרברענטער רוסישער פּאַטריאָט און מאָנאַרכיסט, נאָר ער האָט פֿאַראַכט אײראָפּעס מײנונג (הײַנט װאָלט מען געזאָגט: „די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿטלעכע מיינונג‟) מכּוח רוסלאַנדס פּאָליטיק. און אַװדאי, דאָס, װאָס די פֿילבאַרקײט צו די סאַמע דינסטע שאַטירונגען פֿון דער מענטשלעכער נשמה פֿאַראײניקט מיט אַ שרײַבערישן זשעני און פּראָגרעסיװע פּאָליטישע אָנשױונגען זײַנען ניט געװען אײנס און דאָס זעלבע אַפֿילו אינעם 20סטן יאָרהונדערט — איז עס אױך אַ באַװוּסטער פֿאַקט: קנוט האַמסון איז געװען אַ בולטער בײַשפּיל פֿון דעם. ס׳װערט גאָר ביטער פֿון אָט די מחשבֿות… איז דען דאָ נאָך אַ האָפֿענונג?! 

יאָ, אַלץ אין לעבן איז זײער, זײער קאָמפּליצירט… איצט פֿאַרשטײ איך, װי קײן מאָל פֿריִער, אַז אין אַ געװיסן זינען איז צו לעבן אין דער פֿרײַער געזעלשאַפֿט שװערער, װי אין אַזאַ, װאָס האָט עקזיסטירט, למשל, אין ברעזשניעװס סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. דעמאָלט איז פֿאַר די מענטשן, װאָס האָבן געגלײבט דער מלוכישער פּראָפּאַגאַנדע, געװען קלאָר דאָס בילד פֿון דער װעלט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט פֿאַר די מענטשן, װאָס האָבן ניט געגלײבט דער אָפֿיציעלער פּראָפּאַגאַנדע, אױסגעזען דאָס בילד פֿון דער וועלט אױך קלאָר: אַלץ, װאָס ווערט געזאָגט פֿון דער סאָװעטישער מאַס–מעדיאַ, איז אַ ליגן, און פֿאַרקערט: װאָס עס גיט איבער די מערבֿדיקע ראַדיאָ, איז אמת. פֿון דעסטװעגן, איבערגעװאַנדערט אױפֿן מערבֿ, האָבן מיר דערזען, אַז די אָרטיקע מאַס–מעדיאַ זײַנען אָך און וויי, װי פֿאַרשײדן! און איצט, אין דער תּקופֿה פֿון דער אינטערנעץ, איז אפֿשר געװאָרן נאָך שװערער צו געפֿינען דעם אמת: ניט װײַל ס׳איז ניט גענוג דאָ אינפֿאָרמאַציע, װי עס איז געװען אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, נאָר מחמת ס׳איז דאָ צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע! ס׳באַקומט זיך, אַז ניט געקוקט אױף דער פֿרײַהײט פֿון װאָרט און פּרעסע, קאָן מען אַמאָל אַרײַנפֿאַלן אין ייִאוש: װוּ זשע איז דער אמת?! יאָ, פֿרײַהײט קאָן זײַן שװער — און דאָך װאָלט איך, אַװדאי, קײן מאָל ניט געביטן די פֿרײַע געזעלשאַפֿט אױף אַ װאָסערער–ניט–איז אַנדערער

טראַכט איך נאָך אַלץ װעגן דער אױספֿאָרשונג פֿון מיולערס קאָמיסיע — און האָב איבערגעלײענט (צום ערשטן מאָל פֿאַר אַ סך יאָרן) דעם פֿראַגמענט פֿון פֿ. נײַטליס בוך װעגן קים פֿילבי, אין װעלכן עס װערט פּרטימדיק דערצײלט, װי און פֿאַר װאָס, ניט געקוקט אױף די ערנסטע אױפֿװײַזן קעגן פֿילבי אין די 1950ער יאָרן, איז ער דעמאָלט געװאָרן פֿרײַגעשפּראָכן. יאָ, הגם די אױפֿװײַזן זײַנען געװען פֿילצאָליקע און איבערצײַגעװדיקע, װאָלט גאָרנישט ניט געקאָנט אױסהאַלטן אַ דורכקאָנטראָלירונג אין אַ געריכט, װי ס׳האָט מודה געװען אַן אױספֿאָרשער, װאָס האָט דורכגעפֿירט איינעם פֿון די פֿאַרהערן פֿון פֿילבי. דערצו נאָך זײַנען געװען אײניקע פּערזענלעכע פֿאַקטאָרן, װאָס האָבן סוף–כּל–סוף געבראַכט צו פֿילביס פֿאַרשפּרעכונג. װער װײסט, װאָס מיר װעלן נאָך לערנען אין דער צוקונפֿט מכּוח טראַמפּן און זײַנע מגע–ומשׂא מיטן קרעמל…

[1] קאַרינעס מאַמע
[2] קאַרינעס באָבע
[3] אַשכּנזי, װלאַדימיר (1937־) — סאָוועטישער [ביזן יאָר 1962] און איסלענדישער פּיאַניסט און דיריגענט
[4] כ׳געדענק, װי בשעת אײנער פֿון מײַנע טרעפֿונגען מיט װלאַדימיר בוקאַװסקי, ז״ל (ער איז געװען אײנער פֿון די סאַמע באַרימטע סאָװעטישע דיסידענטן און אַ רוס לױט דער נאַציאָנאַליטעט), האָט ער מיר געזאָגט װעגן מנוחינען, מיט װעמען ער האָט זיך אַמאָל געהאַט געטראָפֿן, אַזױ: „ער איז געװען אַ װױלער מענטש. מיט מאָדנע גענג: אונטערגעהאַלטן די פּאַלעסטינער!‟.
[5] סאָלאָנין, מאַרק (1958־) — רוסלענדישער שרײַבער און פּובליציסט
[6] עטלעכע װאָכן נאָך דעם, װי אָט די שורות זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן, בשעת די מרידות אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אויסגעבראָכן נאָך דזשאָרדזש פֿלױדס מאָרד, האָט מאַרק סאָלאָנין פֿאַרעפֿנטלעכט אין פֿייסבוך אַ מיאוסן פּאָסט, װאָס האָט מיך זײער שטאַרק אַנטױשט: „װײַסע מענטשן, אױפֿן חשבון פֿון זײערע אײגענע כּוחות און מיטלען, אָפֿט ריזיקירנדיק מיטן לעבן (ים–שטורעמס, קראָקאָדילן, שלאַנגען, מוקלעך מיט װירוס אין מױל), האָבן אַרױסגעפֿירט פֿון אַפֿריקע און געבראַכט אינעם סאַמע בעסטן (יאָ–יאָ!) לאַנד פֿון דער װעלט אַ סך נעגערס. איצט לעבן די אָפּשטאַמלינגען פֿון די אַרױסגעפֿירטע — אין פֿאַרגלײַך מיט יענע, װאָס זײַנען געבליבן אין אַפֿריקע — װי אין אַ גן–עדן. און די װײַסע פֿאָדערן אַפֿילו ניט פֿון די אַפֿראָ–אַמעריקאַנער קײן געלט פֿאַר ווערן אַריבערגעפֿירט! װאָס זשע נאָך װילט איר?‟. פֿון דעסטװעגן, האַלט איך, אַז אין זײַנע אױבנדערמאָנטע אַרױסזאָגונגען מכּוח סטאַליניזם און שׂינאת–ישׂראל אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד איז ער לגמרי גערעכט. 
[7] גובערמאַן, איגאָר (1936־) — רוסישער פּאָעט און פּראָזאַיִקער.
[8] אַנדרעיעוואַ, נינאַ (1938־2020) — סאָוועטישע און רוסלענדישע פּאָליטישע טוערין
[9] באָטוויניק, מיכאַיִל (1911־1995) — שאַכמאַטיסט, פֿילמאָליקער געווינער פֿון וועלטטורנירן
[10] קאַספּאַראָוו, גאַרי (1963־) — שאַכמאַטיסט, פֿילמאָליקער געווינער פֿון וועלטטורנירן, פּאָליטיקער.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s