פֿון כאַרקאָוו ביז חיפֿה איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג


מרדכי יושקאָווסקי

די דאָזיקע געשעעניש איז פֿאָרגעקומען אין חיפֿה. ווי באַוווּסט, פֿירן הייַנט-צו-טאָג ס׳רובֿ מוזייען אין דער וועלט אויך אַ פֿאַרצווײַגטע אַקאַדעמיש-אויפֿקלערערישע טעטיקייט, האָב איך און מיט אַ יאָר צען צוריק דערהאַלטן אַן אײַנלאַדונג צו עפֿענען אַ קורס פֿון ייִִדישער ליטעראַַטור אינעם חיפֿהער מוזיי פֿון יאַפּאַנישער קונסט, וואָס איז מער באַקאַנט אונטערן נאָמען טיקאָטין-מוזיי. נאָך דעם, ווי דער קורס איז אָנגעגאַנגען צוויי יאָר, איז זײַן פּאָפּולערקייט געוואַקסן אַזוי ווייַט, אַז די פֿירערשאַט האָט באַשלאָסן אַריבערצופֿירן דעם קורס אינעם חיפֿהער שטאָט-אוידיטאָריום, ווייַַל דאָרטן איז דער זאַל דרײַ מאָל גרעסער, איידער אינעם מוזיי. אין משך פֿון יאָרן בין איך צוגעוווינט געוואָרן דערצו, אַז נאָך יעדער לעקציע גייען צו צו מיר די צוהערער, דערציילן עפּעס פֿון זייער לעבן אָדער טיילן זיך מיט דערמאָנונגען, וואָס די לעקציע האָט אַרויפֿגעבראַכט אין זייער זכּרון. פֿון די דאָזיקע נאָך-לעקציע-שמועסן געניס איך ביז גאָר, ווייַל מע קאָן דאָרטן צווישן אַנדערס דערהערן און לערנען אַ סך אינטערעסאַנטע זאַכן.

יענץ מאָל האָב איך געגעבן אַ לעקציע וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון דוד בערגעלסאָן. דערבייַ האָב איך געוויזן עטלעכע זעלטענע ביכער, און צווישן זיי אויך אַ ביכל מיט בערגעלסאָנס דערציילונג „בירעבידזשאַנער‟, אַרויסגעגעבן פֿון מאָסקווער פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ אין 1934.

נאָך דער לעקציע איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ שטאַלטנער הויכער מאַנצביל מיט אַ קאָפּ גרויע קוטשעראַווע האָר און גלאַנצנדיקע אויגן. ער האָט געבעטן כ׳זאָל אים געבן אַ קוק טאָן דאָס בוך „בירעבידזשאַנער‟, דערבייַ האָב איך באַמערקט אויף זייַן פּנים, אַז ער איז אויפֿגערודערט און אומרויִק. בלעטערנדיק די פֿאַרגעלטע זײַטלעך מיט אַ מין רירנדיקער פֿאָרזיכטיקייט, האָט ער געזאָגט אויף העברעיִש מיט אַ שווערן רוסישן אַקצענט: „יאָ… איך געדענק עס זיכער. איך האָב געהאַט דאָס דאָזיקע בוך. גענוי… איך האָב עס געהאַט‟.

אַ פֿאַרוווּנדערטער האָב איך איבערגעפֿרעגט: „פֿאַרוואָס געהאַט? וווּהין איז עס אַהינגעקומען?‟

דער גרוי-קוטשעראַווער מאַנצביל האָט זיך אַ ביסל צעמישט און געענטפֿערט מיט אַ געפֿיל פֿון פֿאַרלוירנקייט: „עס איז אַ לאַנגע געשיכטע… זאָגט מיר, קאָן איך אייַך אייַנלאַדן בייַ אַ געלעגנהייט אויף אַ גלאָז קאַווע צו מיר אַהיים? איך בעט אייַך, קומט אַרייַן. איך זאָג אייַך צו, אַז קיין חרטה וועט איר ניט האָבן‟. ער האָט אַרויסגענומען פֿון זייַן טייַסטער אַ וויזיט-קאַרטל, דערלאַנגט עס מיר און צוגעגעבן מיט אַ האָפֿנדיקן שמייכל: „איך בעט אייַך, טעלעפֿאָנירט מיר פֿאַר אייַער נעקסטן קומען קיין חיפֿה, וועלן מיר באַשטימען אַ באַגעגעניש‟.

שוין פֿאָרנדיק צוריק אַהיים אין טאַקסי, האָב איך איבערגעלייענט דאָס וויזיט-קאַרטל: „ד”ר אריה זלדין, רופא כירורג‟ (דאָקטער-כירורג) — און פֿאַרצייכנט אינעם נאָטיץ־ביכעלע צו טעלעפֿאָנירן אים אַ טאָג פֿאַר דער קומעדיקער לעקציע אין חיפֿהער אוידיטאָָריום. אומגעפֿער אין אַ חודש אַרום האָט מיך הער זעלדין אָפּגעוואַרט נאָך דער לעקציע און מיטן אויטאָ געבראַכט אין זייַן הויז, וואָס האָט זיך געפֿונען אין דער פּרעסטיזשפֿולער חיפֿהער געגנט „דניה‟ אויפֿן שפּיץ פֿונעם כּרמל-באַרג. אויפֿן וועג, וואָס האָט געדויערט אַ מינוט צען, איז ער אַריבערגעגאַנגען צו רעדן אויף רוסיש. אָנקומענדיק, האָט ער מיך אַרייַנגעפֿירט אינעם געראַמען סאַלאָן פֿון זייַן הויז. דורך אַ גרויסער פֿאַרגלאָזטער וואַנט פֿונעם סאַלאָן האָט זיך געעפֿנט אַ זעלטענע פּאַנאָראַם אויף חיפֿה. אויף דער שטאָט איז ממש אַראָפּגעשוווּמען פֿונעם כּרמל-באַרג צום ים דער בלויער הימל און האָט געשפּילט מיט אַ גאַנצער גאַמע קאָלירן — ווייַסע הייַזער, רויטע דעכער, געדיכטע גרינוואַרג פֿונעם כּרמל-וואַלד, — און דאָס אַלץ איז באַגאָסן געוואָרן מיט די זאַפֿטיק-גאָלדענע זון-שטראַַלן… איך בין אַזוי דערשטוינט געוואָרן פֿון אָט דעם בילד, אַז איך האָב קוים אַרויסגעשטאַמלט: „פֿאַר דעם אַליין האָט זיך געלוינט קומען צו אײַך‟.

דאָקטער זעלדין האָט מיר דערציילט, אַז ער לעבט אַליין, ווייַל זייַן פֿרוי איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק, און ביידע טעכטער האָבן זייערע משפּחות. איינע וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ, און די אַנדערע אין אַשדוד. זיי רופֿן אים אַריבערצופֿאָרן נעענטער צו זיי, אָבער ער איז פֿאַַרליבט אין דער דאָָזיקער שטאָט, וווּ ער לעבט שוין עטלעכע און פֿערציק יאָר, זינט ער איז עולה געווען אינעם יאָר 1974.

דערזעענדיק, אַז איך בין ניט מסוגל זיך אָפּצורייַסן פֿון דער פּאַנאָראַם, וואָס עפֿנט זיך פֿון זייַן הויז, האָט ער באַמערקט: „יאָ, איך פֿאַרשטיי אייַך זייער גוט. אַלע, וואָס קומען אַרייַן צו מיר אין הויז דאָס ערשטע מאָל, ווערן געפּלעפֿט פֿונעם דאָזיקן בילד. פֿאַר מיר פּערזענלעך אויפֿצושטיין יעדן אינדערפֿרי, צוגיין צו דעם פֿענצטער און וואַרפֿן אַ בליק אויף דער שטאָט איז די בעסטע רפֿואה. עס גיט מיר צו אַ שטיק געזונט, דעריבער קאָן איך אַפֿילו ניט טראַכטן וועגן דעם, איך זאָל אַריבערפֿאָרן ערגעץ-וווּ פֿון דאַנען‟.

דאָקטער זעלדין האָט פֿאַר מיר שטאָלצירט, אַז ער קען עטלעכע סודות פֿון צוגרייטן באמת אַ גוטע קאַווע. ער איז אַרויסגעגאַנגען אין קיך, און אין עטלעכע מינוט אַרום איז ער צוריקגעקומען פֿון דאָרט, טראָגנדיק אַ טאַץ מיט צוויי טעפּעלעך קאַווע און אַ טעלערל מיט קיכלעך. ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אין אַ ברייטן, מאַסיוון פֿאָטעל, און איך בין געזעסן אַנטקעגן אים אויף אַ ברוינער לעדערנער סאָפֿע. ער האָט אַ זופּ געטאָן פֿונעם טעפּעלע קאַווע און, שמייכלענדיק געזאָגט: „איר פֿאַרשטייט מסתּמא, אַז דאָ, אין ישׂראל, בין איך געוואָרן אַריה. די עלטערן האָבן מיך גערופֿן ליאָווע, אין דער קינדהייט — ליאָוווּשקאַ. איך בין געבוירן געוואָרן אין כאַרקאָוו אַ פּאָר יאָר נאָך דער מלחמה, אין 1947‟.

אויף דעם האָב איך געענטפֿערט: „זיכער פֿאַרשטיי איך עס. ישׂראל האָט געשטויסן אַ סך פֿון אונדז בייַטן די נעמען. אַ גליק, אַז מע פֿאָדערט ניט איצט פֿאַרהעברעיִשן די פֿאַמיליע-נעמען, אַזוי ווי עס איז געווען דאָ אָנגענומען אין די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן‟.

אַריה זעלדינס פּנים איז מיט אַ מאָל געוואָרן ערנסטער, אויף אַ ווייַלע האָט זיך מיר אַפֿילו אויסגעדאַכט, אַז זייַן בליק איז אַ ביסל פֿאַרנעפּלט געוואָרן, ווי ער וואָלט זיך געעצהט וועגן עפּעס-וואָס מיט זיך אַליין.

„איך האָף, אַז כ׳וועל אייַך ניט לאַנגווייַליקן, אָבער עס האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט אייַך צו דערציילן מייַן געשיכטע, — האָט ער געזאָגט איינדייַטיק און אַנטשלאָסן, — אַז איר וועט הערן, וועט איר אַלץ פֿאַרשטיין אַליין. איך האָב אייַך שוין געזאָגט, אַז כ׳בין געבוירן געוואָרן אין כאַרקאָוו. ניט סתּם געבוירן אין כאַרקאָוו… פֿון טאַטנס צד בין איך דער דריטער דור אין כאַרקאָוו. איר ווייסט דאָך, אַז כאַרקאָוו איז געווען מחוץ דעם תּחום-המושבֿ. מייַן זיידע האָט געשטאַמט פֿון ווייַַסרוסלאַַנד. נאָך אַ קינד האָט מען אים צוגענומען צו דינען ווי אַ ניקאָלאַיעווסקער סאָלדאַט, געווען אַ קאַנטאָניסט. איר האָט דאָך דערציילט וועגן דעם אויף איינער פֿון אייַערע לעקציעס, ווי מע פֿלעג צונעמען ממש קינדער אין דער אַרמיי, און די משפּחות זייַנען נאָך זיי שבֿעה געזעסן. נאָכן אָפּדינען אַ סך יאָר האָט ער געקראָגן אַ דערלויבעניש צו וווינען מחוץ דעם תּחום. איז ער געקומען קיין כאַרקאָוו, אַ סך געאַרבעט, אָפּגעשפּאָרט אַ סומע געלט און האָט געעפֿנט אַן אייגענע ברויערייַ. ער איז אַפֿילו נתעשר געוואָרן, געווען איינער פֿון די בויערס פֿון דער קאַנטאָניסטישער שיל. דער בנין פֿון דער שיל עקזיסטירט, דאַכט זיך, ביז הייַנט. שפּעטער האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ שטאָטיש מיידל, געהאַט מיט איר, מיט מייַן באָבען, הייסט עס, דרייַ קינדער — צוויי טעכטער און אַ זון. מייַן טאַַטע איז געווען דער מיזיניק. פֿון דער גאַנצער גרויסער משפּחה איז ער געבליבן לעבן און זײַן עלטערע פּלימעניצע. ער האָט געדינט אין דער רויטער אַרמיי און געדאַרפֿט סוף זומער 1941 דעמאָביליזירט ווערן, און זייַן פּלימעניצע, האָט שטודירט מוזיק אין דער גנעסין-קאָנסערוואַטאָריע אין מאָסקווע. ביז הייַנט פֿאַרשטיי איך ניט, פֿאַרוואָָס די גאַנצע משפּחה האָט זיך ניט עוואַקויִרט. אַלע זייַנען אומגעקומען אין דראָביצקי יאַר. געווען אַ גאַנצער שבֿט און כּמעט קיין זכר איז פֿון אים ניט פֿאַרבליבן.

„מייַן פֿאָטער איז אַדורך די גאַנצע מלחמה — פֿונעם ערשטן טאָג ביזן לעצטן, עטלעכע מאָל געווען פֿאַרוווּנדעט. נאָָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט קיין כאַרקאָוו און פֿאַרווירקלעכט זייַן טרוים. ער איז אָנגענומען געוואָרן אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט. דאָרט האָט ער זיך באַקענט מיט מייַן מאַמען. אין אַ יאָר נאָך זייער חתונה בין איך געבוירן געוואָרן. אין די נעכט האָט דער טאַטע געאַרבעט ווי אַ סאַניטאַר אין דער גיכער הילף, בייַ טאָג זיך געלערנט. מייַנע ביידע עלטערן זייַנען געוואָרן גוטע דאָקטוירים, געהאַט אַ נאָמען אין שטאָט, דער טאַטע איז געווען אַ כירורג, די מאַמע — אַ קינדער-דאָקטערין. פֿאַר מיר איז בכלל קיין פֿראַגע ניט געשטאַנען, וואָס וועט זייַן מייַן פּראָפֿעסיאָנעלע צוקונפֿט. פֿון קינדווייַז אָן האָב איך געוווּסט, אַז איך וועל גיין אין די פֿוסטריט פֿון די עלטערן און ווערן אַ דאָקטער, בפֿרט נאָך, אַז איך האָב געענדיקט די מיטלשול מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל.

„איך דאַרף אייַך ניט דערציילן, אַז אויף יעדן שריט און טריט האָט געוועלטיקט אַ שרעקלעכער אַנטיסעמיטיזם. דעם טאַטן האָט מען געמוזט נאָמינירן אין זייַן קליניק אויפֿן אַמט פֿונעם פֿאַרוואַלטער בײַם כירורגיע-אָפּטייל. קיינער פֿון זייַנע קאָלעגן האָט ניט געהאַט קיין ספֿק, אַז ער איז בפֿירוש דער פּאַסיקסטער מענטש פֿאַר דער דאָזיקער שטעלע. זייַן נאָמען איז געווען באַקאַנט ווייַט אויסער כאַרקאָוו. עס פֿלעגן זיך קאָנסולטירן מיט אים דאָקטוירים פֿון מאָסקווע, קיִעוו און אַנדערע שטעט. ער האָט פּובליקירט אַרטיקלען אין פּראָפֿעסיאָנעלע מעדיצינישע זשורנאַַלן. פּלוצעם איינעם אַ טאָג האָט אים אַרויסגערופֿן זייַנער אַ חבֿר, דער הויפּּט פֿונעם „גאָרזדראַוו‟ (שטאָטישע געזונטהייַטס-אינסטאַנץ) און מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן אים געזאָגט: „זייַ מיר מוחל, איך האָב גאָרנישט ניט געקאָנט טאָן, עס איז געווען אַ טעלעפֿאָן-קלונג פֿון אויבן מיט אַ באַפֿעל, אַז קיין שום זעלדין זאָל ניט אָנפֿירן מיטן אָפּטייל. עס איז שוין געחתמעט געוואָרן די פֿאַראָרדענונג צו נאָמינירן די דאָקטערין סאָלאָוויאָוואַ ווי אַ פֿאַרוואַלטערין פֿון דער כירורגיע‟. דער טאַטע האָט עס אויפֿגענומען זייער שווער, ממש דעמאָראַליזירט געוואָרן, אַרייַן אין אַ דעפּרעסיע, דערנאָך אין אַ צושטאַנד פֿון אַ מין קרענקלעכער גלייַכגילטיקייט. עס האָט גענומען אַ גוט שטיק צייַט, איידער ער איז געקומען צו זיך…

„אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז וואָס גרעסער עס איז געווען די דערנידערונג און דיסקרימינירונג, אַלץ מער האָט זיך אונדזער משפּחה דערנענטערט צו ייִדישקייט. דער טאַטע האָט פֿאַר דער מלחמה געלערנט אין אַ זיבן-יעריקער ייִדישער אָנפֿאַנג-שול, האָט ער מיך אויסגעלערנט לייענען און שרייַבן אויף ייִדיש. צווישן זיך האָבן די עלטערן ניט זעלטן גערעדט אויך אויף ייִדיש. אונדזער משפּחה איז ניט געווען רעליגיעז, נאָר מיר האָבן אָנגעהויבן אָפּהיטן שבת און ייִדישע ימים-טובֿים. פֿון מייַן פֿריִער קינדהייט אָן האָט מען פֿאַר מיר ניט באַהאַלטן קיין סימן פֿון ייִדישקייט. איך האָב גוט געוווּסט, ווער איך בין און פֿון וואַנען איך שטאַם.

„איך האָב זיך געלערנט אין דער שול אויף אויסגעצייכנט, אָבער אויף יעדן דריטן וואָרט האָט מען מיך געשיקט קיין ישׂראל, באַליידיקט, באַעוולט אָן אַ פֿאַרוואָס… מסתּמא האָט איר דאָס אויך איבערגעלעבט, ווען די עלטערן פֿלעגן אַרייַנקלאַפּן אינעם קאָפּ פֿון א ייִדיש קינד: דו מוזסט זיך לערנען בעסער פֿון אַנדערע, זייַן תּמיד אויף דער הייך, ווייַל כּדי דערגיין צו עפּעס, וועט עס דיר אָנקומען אַ סך שווערער. דו מוזסט באַווייַזן, אַז ניט געקוקט אויף זייער שׂינאה און קינאה צו אונדז, וועסטו דערגרייכן דאָס, וואָס ס’קומט דיר. איך ווייס ניט, וויִאַזוי איז בייַ אַנדערע, אָבער בייַ אונדז, רוסישע ייִדן, איז עס, דאַכט זיך, אין בלוט אייַנגעוואָרצלט. איך האָב זיך פֿלייַסיק געלערנט, מער פֿון אַלץ ליב געהאַט כעמיע און ביאָלאָגיע, אויך שטודירט אין דער מוזיק-שול; אָבער דערבייַ האָט זיך אין מיר אַלץ מער געוועקט דאָס נאַציאָנאַלע געפֿיל. ווי מייַן טאַטע פֿלעג זאָגן: אַפֿילו אויב עמעצער וויל מיט אַלע כּוחות פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ ייִד, וועלן די אַנטיסעמיטן עס אים ניט פֿאַרגינען, ניט לאָזן עס צו טאָן. איך האָב אַ סך געלייענט, ניט פֿאַרגעסן צו לייענען אויך אויף ייִדיש. דאַנקען גאָט, אַז די וויכטיקסטע זאַך, וואָס מייַנע עלטערן האָבן צונויפֿגעקליבן אין זייער לעבן, איז געווען אַ ריזן-ביבליאָטעק. אונדזער דירה איז געווען פֿול מיט ביכער. דער טאַַטע האָט געבויט פּאָליצעס פֿונעם דיל ביז דער סטעליע. אויף ביכער פֿלעגט מען קיינמאָל ניט זשאַלעווען קיין געלט. דער בעסטער פֿאַרברענג סייַ פֿאַרן טאַטן, סייַ פֿאַר דער מאַמען איז געווען זיך אַרומדרייען אויף דער ׳קניזשנאַיאַ באַראַכאָלקאַ׳ (אַ מאַרק פֿון געניצטע ביכער). ווען זיי פֿלעגן ערגעץ פֿאָרן אין אַן אַנדער שטאָָט, האָט מען צוריק געפֿירט, דער עיקר, ביכער. טאַקע צוליב דער דאָזיקער ביבליאָטעק איז געשען מייַן גרויסע דראַמע…‟

פּלוצעם האָט דאָקטער זעלדין איבערגעריסן זייַן דערציילונג, אַ קוק געטאָן אויף מיר מיט אַ פֿאָרשערישן בליק און אַ פֿרעג געטאָן אין איין אָטעם:

„ס’איז אייַך אינטערעסאַנט? איך נודיע אייַך ניט צו פֿיל? אפֿשר נאָך אַ טעפּעלע קאַווע?
„ניין, אַ דאַנק, עס איז זייער אינטערעסאַנט, איך אידענטיפֿיציר זיך זייער מיט אייַער געשיכטע. מיר קומען דאָך פֿון די זעלבע מקומות, פֿאַרשטיי איך זייער נאָענט וועגן וואָס איר רעדט, — האָב איך געענטפֿערט, וואַרטנדיק מיט אומגעדולד אויפֿן המשך.

דערבייַ האָב איך געכאַפּט ווידער אַ בליק אויף דער פּאַנאָראַם, וואָס האָט זיך געעפֿנט דורך דער פֿאַרגלאָזטער וואַנט און ממש פֿיזיש דערפֿילט אַ שטאַרקן דיסאָנאַנס צווישן דעם דאָזיקן פּאַסטאָראַלן בילד פֿונעם כּרמל-באַרג מיט דער באַזוניקטער פּרעכטיקער שטאָט, וואָס שטראָמט אַראָפּ צו דער פֿאַנטאַסטישער בלויקייט פֿונעם ים, און דער געשיכטע, וואָס איך הער דאָ אַצינד. איך האָב דערשפּירט בוכשטעבלעך אַ מין צעשפּאָלטקייט. די אויגן האָבן געזען איין ווירקלעכקייט — אַ ליכטיקע, אַ קלאָרע, און די געדאַַנקען האָּבן זיך אַַריבערגעטראָגן אין אַן אַנדערער — אַ ווייַטער, גרויער, דראָענדיקער רעאַלקייט, מיט אַ ביטערלעכן בייַ-טעם…

דאָקטער זעלדין האָט איבערגעריסן מייַנע מחשבֿות און ממשיך געווען:

„איך האָב נאָך יונגערהייט פֿאַרשטאַנען, אַז מיר האָבן אַ צוקונפֿט און אַ קיום נאָר אין דער ייִדישער מדינה, און איך האָב געזוכט יעדן פּרט, יעדעס פּינטעלע אינפֿאָרמאַציע וועגן ישׂראל. איך האָב געוווּסט, אַז אַלץ מוז זייַן בשתּיקה, קיינער זאָל גאָרנישט חושד זייַן. כאַרקאָוו איז אַ גרויסע שטאָט, און עס האָבן דאָרט געלעבט אַ סך ייִדן, אָבער דאָרט האָב איך ניט געהאַט קיין ייִדישע סבֿיבֿה. עס איז געווען אַנדערש, איידער אין די קליינע שטעטלעך, וווּ ייִדן האָבן געלעבט מער-ווייניקער קאָָנצענטרירט, אַפֿילו אין די נאָך-מלחמה-יאָרן. אין די גרויסע שטעט איז מען געווען מער צעזייט און צעשפּרייט, דעריבער איז געווען כּמעט אוממעגלעך אָנצוהאַלטן אַ ייִדישע סבֿיבֿה. איך האָב געהאַט ווייניק ייִדישע חבֿרים. די, וואָס האָבן זיך געלערנט מיט מיר אין דער שול, האָבן מורא געהאַט זיך אָפֿן חבֿרן מיט אַנדערע ייִדן, מע זאָל זיי ניט חושד זייַן, אַז זיי האָבן געשאַַפֿן אַַ ׳זשידאָווסקיע קאָמפּאַניע׳. עס האָט זיך שוין אַזוי באַקומען, אַז מייַן בעסטער חבֿר אין די העכערע קלאַסן איז געווען אַן אוקראַיִנישער בחור טימאָפֿיי סושיצקי. ער האָט געשטאַמט פֿון אַ פּשוטער אַרבעטער-משפּחה. דער טאַטע זייַנער איז געווען אַ שאָפֿער, פֿלעגט ער אָפֿט מאָל קומען אַהיים שיכּור. די מאַמע האָט געאַרבעט אין אַ פֿאַַבריק, און דאָס ייִנגל פֿלעגט זיך אַרומדרייען אין די גאַסן. איך ווייס אַפֿילו ניט פֿאַרוואָס, אָבער דער דאָזיקער טימקאַ, ווי אַלע האָבן אים גערופֿן, האָט זיך געקלעפּט צו מיר. כּמעט יעדן נאָכמיטאָג איז ער געקומען צו מיר אַהיים, איך זאָָל אים אַרויסהעלפֿן מיט דער היים-אַרבעט. איך פֿלעג אים אונטערשטופּן צו לייענען ביכער, וואָס איך האָב שוין אַליין געהאַט איבערגעלייענט. מיר פֿלעגן גיין אין קינאָ, שפּאַצירן אין איינעם, זיך אַרײַנכאַפּן אויפֿן טאַנץ-פּלאַץ צו טאַנצן מיט מיידלעך. ווען מיר האָבן זיך געלערנט אינעם לעצטן קלאַס, האָבן מיר זיך צערעדט, וואָס ווער וועט טאָן נאָך דער שול. איך האָב אים געזאָגט, אַז איך גרייט זיך אַרייַנצוטרעטן אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט און וויל ווערן אַ דאָקטער, ווי מייַנע עלטערן. האָט ער מיר געענטפֿערט: ׳ווייסטו וואָס? איך וועל פּרוּוון אויך גיין אין מעדיצינישן. איך וויל זייַן דאָרט, וווּ דו וועסט זייַן׳. איך האָב אים געוואָרנט, אַז דער קאָנקורס איז דאָרט זייער אַ גרויסער, און דער זשורנאַל איז בייַ אים פֿול מיט „דרייַען‟. צום סוף האָב איך אים צוגעזאָגט, אַז אין משך פֿונעם יאָר וועל איך מיט אים זיצן און אים אַרויסהעלפֿן מיט פֿיזיק, כעמיע און ביאָלאָגיע. אַזוי איז טאַקע געווען. מיר האָבן שטודירט כּמעט יעדן טאָג ביז שפּעט, איך האָב אים באמת געוואָלט אַרויסציִען אויף עפּּעס אַ לייַטישן ניוואָ און העלפֿן, ער זאָל אויך אַרייַן אינעם מעדיצינישן אינסטיטוט מיט מיר אין איינעם. בייַ אים איז עס געגאַנגען שווערלעך, אָבער ער האָט זיך שטאַרק באַמיט.

און אָט איז געקומען דער טאָָג פֿונעם ערשטן עקזאַַמען. עס איז געווען כעמיע. וויבאַַלד איך האָב געהאַט אַ גאָלדענעם מעדאַל, האָב איך באַקומען דאָס רעכט אָנגענומען צו ווערן אינעם אינסטיטוט בלויז מיט איין עקזאַמען אָנשטאָט די געוויינטלעכע פֿיר, אָבער מיטן תּנאַי, אַז איך וועל בייַ אָט דעם ערשטן עקזאַַמען קריגן אַ ׳פֿינף׳, אויסגעצייכנט! איז געקומען דער טאָג. איך בין געווען אינגאַנצן רויִק, ווייַל כעמיע האָב איך געקענט אַזוי, ווי מע קנאַקט ניסעלעך…‟

דאָקטער זעלדין איז אויף אַ ווייַלע אַנטשוויגן געוואָרן. אויף זייַנע ליפּן איז געלעגן אַ מין האַלבער שמייכל, וואָס האָט געקאָנט פֿאַרטײַטשט ווערן, אַז באַלד וועט ער זאָגן אַזוינס, וואָס וועט מיך ממש דערשיטערן. אָט דער האַַלבער שמייכל האָט נאָך מער אָנגעשפּיצט מייַן אויפֿמערק, מיר גורם געווען צו דערפֿילן אַ שפּאַנונג אינעם גאַנצן קערפּער. אויף אַ רגע האָב איך באַמערקט, אַז איך לעב מיט דער דאָזיקער געשיכטע, אַז איך פֿיל זיך ניט מער ווי אַ זייַטיקער צוהערער, און אומדערוואַרט פֿאַר זיך אַליין האָב איך אויסגעשאָסן: מיר דאַַכט זיך, אַז איך בין זיך משער, וואָס ס׳איז געשען ווייַטער‟…

סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s