
משה לעמסטער
אַ דיאַלאָג מיט זיך אַליין
אָפּלעבן 50 יאָר
עס איז גענוג צי ניין?
— 50 יאָר איז ווי אַ פֿעלדזנשטיין!
דאָס איז ניט קיין קלייניקייט,
דאָך, מסתּמא, ווייניקלעך,
דאָס בלוט אין דיר זיך קאָכט —
עס וויל זיך לעבן אַ ביסעלע נאָך!
איז 80 יאָר, איך בין ניט קאַרג!
— 80 יאָר איז שוין אַ באַרג!
אָן ספֿק ניט קיין קלייניקייט,
ווער זשע וועט חתונה מאַכן די אייניקלעך?
עקשנותדיק מײַן האַרץ זיך פֿאָכט —
עס וויל זיך לעבן אַ ביסעלע נאָך!
ווי מיינסטו, 100 יאָר איז וווּנדערלעך?
— 100 יאָר איז אַ יאָרהונדערטער!
טאַקע ניט קיין קלייניקייט…
פּלוצעם זעסט די שכנה די שיינינקע
און עפּעס טוט אין דיר אַ טיאָך —
עס וויל זיך לעבן אַ ביסעלע נאָך!
ווילסט 120 יאָר, משה רבינוס עלטער?
— 120 יאָר געפֿעלט מיר!
זיכער ניט קיין קלייניקייט,
ס’איז די צאָל, קאָן מען זאָגן, אַ הייליקע!
אָבער, גאָטענעיו, די פֿיס טראָגן דאָך —
עס וויל זיך לעבן אַ ביסעלע נאָך!
1000 יאָר! זאָל זײַן אַ נס!
— 1000 יאָר איז דער עווערעסט!
אַוודאי, ניט קיין קלייניקייט,
ס’ווײַזט זיך אויס ווי אַן אייביקייט!
קאָנסט מיינען ס’איז אַ שווערער יאָך…
נאָר לעבן עס וויל זיך אַ ביסעלע נאָך:
אונטער אַ רעגן, וואָס דויערט ניט לאַנג,
כאָטש נאָך אַן אויפֿגאַנג, נאָך אַ פֿאַרגאַנג…
28, דעצעמבער 2020־7 יאַנואַר 2021
גלעקעלעך
אַ מאָל פֿלעגן מיך וועקן,
אין די ווײַטע צײַטן,
זילבערנע גלעקלעך
פֿון די פֿרילינג־טײַכלעך.
פֿון ליבע, ערגעץ דאָרטן,
פֿלעג איך נחת שעפּן…
געזונגען עס האָט מיר דער גאָרטן
מיט זײַנע גלעקלעך־עפּל.
אין אַ קאַלטן אָוונט
בײַ אַ רעגן־וועטער
האָט מיך געטרייסט דער אָסיען
מיט גאָלדענע גלעקלעך־בלעטער.
און בײַ נאַכט אַצינדער,
ווען אַנטשלאָפֿן כ’קאָן ניט ווערן
שלעפֿערט מיך אײַן דער ווינטער
מיט די גלעקלעך־שטערן…
יאַנואַר 2021
ניטאָ קיין ברירה
גוט איז מיר טאַקע זייער גוט,
אָבער גיך די צײַט עס פֿליט.
נאָר וואָס אָנגעהויבן ריידן
און אָט בין איך שוין אַ זיידע.
גלײַך ווי ערשט דערוווּסט זיך, אָט,
אַז ס’איז פֿאַראַן אין הימל גאָט
און הײַנט פֿון דאָרטן ער אַליין,
רופֿט מיך צו זײַן הימל־היים.
און איך וועל מוזן זיכער זיך
שטעלן באַלד פֿאַר זײַן געזיכט…
גוט איז מיר טאַקע זייער גוט,
אָבער גיך די צײַט עס פֿליט…
26, דעצעמבער, 2020
דאָס אַמאָליקע מזל
דער קנויל פֿון מײַנע יאָרן זיך צעוויקלט
דרייט זיך, ווי אַ גיכע ראָד.
צי בין איך געווען אין מײַן לעבן גליקלעך?
געווען, אַוודאי, דאַנקען גאָט!
ניט אַלע דאָנערשטיק און מיטוואָך,
אויך קאַלט און פֿינצטער פֿלעג מיר זײַן…
נאָר אויך דעמלט בין איך געוועזן גליקלעך —
דאָס אַמאָליקע מזל האָט מיר וואַרעם געשײַנט…
28, דעצעמבער, 2020