נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 42

דער קורצער חודש פֿעברואַר גייט אויס, ווי דער קורצער פֿרײַטיק. לויטן נבֿיאות פֿונעם אַמעריקאַנער מורמל־חיהלע, וועט דער פֿרילינג קומען אין לאַנד נישט פֿריִער ווי אין אַ צוויי וואָכן אַרום. דער חודש האָט זיך אַרויסגעוויזן אַ שניייִקער און צומאָל אַ פֿראָסטיקער, אָבער פֿאָרט זאָגט דאָס פֿריילעכע קאַפּען פֿון די דעכער צו, אַז די וואַרעמע וועסנע־טעג זײַנען שוין גאָר נישט ווײַט.

ווי אַ סימן דערפֿון האָט איר אונדזער פֿריילעכן יום־טובֿ פּורים, וואָס פֿלעגט פֿאַר מיר פּערזענלעך, פֿון קינדווײַז אָן, ברענגען מיט זיך די בשׂורה, אַז דער גרויער ווינטער־נעפּל צעשווענקט זיך אין דער קילבלעכער וועסנע־לופֿט, אָנגעזעטיקט מיט פֿרישקייט. אַזוי האָט טאַקע מײַן מאַמע געזונגען אויף איר בעסאַראַבער ייִדיש:

פּירעם, פּירעם, פּירעם,
פּירעם איז דאָך גיט,
קאַפּצונעם און געווירעם,
מע זינגט אַ פֿריילעך ליד,
מע כאָפּט אַ נאַש אַ הומענטאַש,
מע שרײַט — מיר ווילן נאָך!

אַ כאָפּטע קינדערלעך פֿון אונדזער מאַהאָלע ציגײַניִע, פֿאַרשטעלט די פּנימער מיט אַליין־געמאַכטע מאַסקעס, אָנגעטאָן אין איבערגעקערטע אויף דער לינקער זײַט פּעלץ, זײַנען אַרומגעגאַנגען איבער די הײַזער מיט אַ קוויטש און רעש; די ברייטהאַרציקע שכנים האָבן נישט געזשאַלעוועט קיין פּורימדיקע נאַשערײַען, צוגעגרייט פֿאַר שלח־מנות…

אויף מײַן גאַס אין ברוקלין, וואָס האָט אַפֿילו נישט קיין נאָמען, נאָר אַ ציפֿער 29, וווּ ס׳רובֿ שכנים זײַנען כינעזער, טראָגט מען בפֿירוש מאַסקעס אויף די פּנימער, נאָר די סיבה דערצו איז גאָר אַן אַנדערע.

אין דעם קורצן פֿעברואַר זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי אונטערנעמונגען, וואָס האָבן אַרײַנגעבראַכט אין מײַן פֿאַרמאַכטן, געצאַמטן שטייגער פֿרייד און האָפֿענונג, אַז צו דעם משונהדיקן פּאַנדעמיע־קאַרנאַוואַל וועט אין גיכן קומען אַ סוף.

קודם־כּל, גייט די רייד וועגן דער וועלט־פּרעמיערע (אין zoom־פֿאָרמאַט) פֿון דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג „פֿייגעלע אַלף פֿונעם אַלטן גראַמאָפֿאָן‟, וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון מײַן מעשׂהלע מיטן זעלבן נאָמען. די מוזיק האָט געשאַפֿן יעווגעני קיסין. דער לייענערשאַפֿט פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ איז זײַן נאָמען גוט באַקאַנט, אַזוי אַז איך דאַרף אים ספּעציעל נישט פֿאָרשטעלן. אויפֿגעפֿירט האָט דעם מיוזיקל דער ביראָבידזשאַנער מוניציפּאַלער ליאַלקע־טעאַטער, צוזאַמען מיטן קונדער־אַנסאַמבל „אילנות‟, אָנגעפֿירט פֿון אירינאַ נאַטאַפּאָוואַ. די פּרעמיערע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין די ראַמען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן קונסט־פֿעסטיוואַל „שולם־עליכם־גאַלאַ‟, וואָס זײַן צענטער געפֿינט זיך אין מאָסקווע. אין שפּיץ פֿון דער אָרגאַניזאַציע שטייט די רוסלענדישע קולטור־טוערין, פּראָפֿעסאָר אירינאַ גאָריונאָוואַ און דער באַקאַנטער מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר מיכאל גלוז.

אין דעם אַרײַנפֿיר־שמועס האָבן זיך באַטייליקט אָנגעזעענע טוער און שטיצער פֿון ייִדישער קולטור, בתוכם דעם ייִדישן טעאַטער־וועטעראַן אין ישׂראל, שמואל עצמון.

איידער די פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג האָט זיך אָנגעהויבן, האָט יעווגעני קיסין און זײַן פֿרוי קאַרינע אַרזומאַנאָוו אויסגעפֿילט זײַן שפּאָגל נײַ ליד אויף מײַנע ווערטער „שטערנדלעך מיט מאַנדלען‟. קאַרינע אַליין איז לויט דער בילדונג אַ פֿילאָלאָג־גערמאַניסט; אַ סך יאָר האָט זי געאַרבעט ווי אַ ראַדיאָ־זשורנאַליסטקע און אַ לעקטאָר אין מאָסקווער אוניווערסיטעט. אַזוי אַז פֿאַר איר איז עס אויך אַ וועלט־דעביוט ווי אַ זינגערין.

שטערנדלעך מיט מאַנדלען

די צווייטע זום־אונטערנעמונג איז געווידמעט געווען דער דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן חיים. לעצטנס איז דערשינען איר נײַ פּאָעטיש בוך „בליִונג אין אַש‟, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון איר אַכט־יאָריק ברודער אַרעלע, אומגעקומען פֿון די נאַציס. אָט די וועלט־פּרעזענטאַציע איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „לייוויק־הויז‟ בראָש מיט דניאל גלאַי, וואָס האָט אויך געפֿירט די אונטערנעמונג. אַ בכּבֿודיקע חבֿרה פּאָעטן און ייִדיש־טוער פֿון פֿאַרשידענע לענדער האָבן געלייענט די לידער פֿון דער זאַמלונג, און אויך אַן אייגן ליד, ווי אַ מין פּאָעטישע מתּנה און שטאַפֿעט־שטעקעלע פֿון דורות. אַ תּוכיקן אַרײַנפֿיר וועגן דער דיכטערין האָט געמאַכט ד״ר דוד קאַץ.

די יאָרן, ווי מע זאָגט, נעמען זייערס, אָבער ווי פֿריִער, האָט רבֿקה בײַ אירע 96 געלייענט אירע לידער קלאָר און קלוג, פֿול מיט נשמה־ליבע צו לעבעדיקע און די פֿאַרבליבענע אין דער אייביקייט.

דאָס לעצטע מאָל בין איך געווען בײַ רבֿקהן מיט אַ יאָר זיבן צוריק, בשעתן פֿילמירן מײַן פֿילם „אַ פֿרײַטיק אין לייוויק־הויז‟. אָט אַזוי איז עס געשען:

איך ווינטש אַלעמען אַ געזונטן פֿריילעכן יום־טובֿ פּורים!

פֿעברואַר, ברוקלין ניו־יאָרק

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s