לאָמיר זיך ווײַטער באַקענען מיט די נעאָלאָגיזמען, געשאַפֿן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און וואָס זײַנען באַקאַנט געוואָרן אין דער ייִדישער לינגוויסטיק ווי „סאָוועטיזמען‟.
דאָס זײַנען נישט סתּם נײַ־געשאַפֿענע ווערטער; יעדעס וואָרט טראָגן אין זיך אַ שטיק געשיכטע פֿון סאָוועטישער עקזיסטענץ, מיט אַלע אירע מעלות און חסרונות, פֿרייד און לייד, שׂימחות און טראַגעדיעס. נישט צו פֿאַרשטיין זייער זין, מיינט, נישט פֿאַרשטיין די סאָוועטישע ווירקלעכקייט; און כּדי צו פֿאַרשטיין זייער זין, מוז מען קענען יענע ווירקלעכקייט.
נעמט, למשל, דאָס וואָרט „אויסגלײַכלקע‟. ס׳וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַ קינדער־שפּראַך, ווי הוידלקע, שפּרינגלקע, צוקערקע… אָבער אינעם קאָנטעקסט פֿון סאָוועטישן לעבן האָט דאָס וואָרט געטראָגן אַ טיף אידעאָלאָגישן אינהאַלט.
„אויסגלײַכלקע‟ האָט באַטײַט, אַז אַלע בירגער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס שייך זייער עקאָנאָמישן מצבֿ מוזן לעבן אויף איין ניוואָ, נישט וויכטיק צי דו ביסט אַ דאָקטאָר, אַן אינזשעניר, אַ געלערנטער, צי אַ שאָפֿער, אַ שלאָסער, אַ סטאָליער… די סאָוועטישע שיטה פֿון מי־אָפּשאַצונג האָט געמיינט, אַז אַלע, ווי גלײַכע בירגער פֿונעם סאָציאַליסטישן לאַנד, מוזן באַקומען אַ גלײַכן אָפּצאָל. אין די 1950ער יאָרן האָט די דאָזיקע אויסגלײַכלקע־שיטה געבראַכט צו דעם, אַז בײַ די פּויערים האָט מען אָפּגענומען זייער „פֿי און רינדער‟, פּריוואַטע ערד־צירקלען, ליקווידירט בײַ די ספּעציאַליסטן אַלע סטימוליר־מיטלען בײַם אויסצאָלן דעם געהאַלט, וואָס האָט געבראַכט דערצו, אַז סײַ די ליידיקגייער און סײַ די ספּעציאַליסטן פֿלעגן באַקומען אַ „גלײַכן אָפּצאָל‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז צוליב דעם האָבן מענטשן פֿאַרלוירן דעם אינטערעס צו זייער אַרבעט און צום פֿאַרפֿולקומען זייער פֿאַך. ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון איז אינעם לאַנד בכלל געפֿאַלן דער עקאָנאָמישער מצבֿ און דער לעבנס־ניוואָ.
אָדער אַן אַנדער וואָרט „אַווראַל‟, וואָס שטאַמט פֿונעם ענגלישן ים־טערמין over .all אַנדערש געזאָגט, „אַלע אַרויף‟. און געמיינט האָט עס, אַז אַלע מאַטראָסן צוזאַמען דאַרפֿן נאָך דער קאָמאַנדע טאָן אַן עקסטרע קאָנקרעטע אַרבעט אויף דער שיף אַלע אין איינעם. אינעם סאָוועטישן אַרבעט־לעקסיקאָן האָט דאָס וואָרט „אַווראַל‟ אָנגעהויבן קלינגען, ווען דער „פּלאַן האָט שוין געברענט‟, בדרך־כּלל, סוף חודש אָדער סוף יאָר. דעמאָלט פֿלעגן זיך אַלע — דער גאַנצער קאָלעקטיוו פֿון אַ פֿאַבריק אָדער אַן אַנדער אונטערנעמונג זיך אײַנשפּאַנען און זיך שטעלן אויף דער וואַך; האָרעווען טאָג און נאַכט, כּדי דעם חודש־ אָדער יאָר־פּלאַן אויספֿירן צו דער צײַט. צומאָל אַפֿילו העכער פֿון 100%. וועגן דער פּראָדוקציע־קוואַליטעט נאָך אַזעלכע „אַווראַלן‟ איז שוין נישטאָ וואָס צו רעדן.
„אויגן־פֿאַרבלענדער‟! אויף אַ פּשוטן מאַמע־לשון מיינט עס אַ שווינדלער; אין סאָוועטישן שפּראַך־לעקסיקאָן האָט עס געמיינט נישט סתּם אַ שווינדלער, נאָר אַ מענטש, וואָס נאַרט בכּיוון אָפּ, כּדי אויסצוזען אין די אויגן פֿון זײַן נאַטשאַלסטווע אַ בעסערער מיטאַרבעטער. אין דער סאָוועטישער מלוכה פֿלעגט אויף אַלע אופֿנים בליִען די סיסטעם פֿון אויגן־פֿאַרבלענדעניש — פֿון אונטן ביז די העכסטע מאַכט־פֿענצטער.
אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געווען זייער אַ וויכטיקע פּראָפֿעסיע, וואָס קיין שום אוניווערסיטעט האָט קיין ספּעציאַליסטן נישט אויסגעשולט; אָבער אָן אַזאַ ספּעציאַליסט איז זיך נישט באַגאַנגען קיין איין אַרבעטס־אונטערנעמונג. געהייסט האָט ער „באַזאָרגלער‟. וואָס האָט עס געמיינט? ווי געזאָגט, איז בײַ יעדער אַרבעטס־אונטערנעמונג, פֿאַבריק, בוי־טרעסט אָדער ווירטשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע געווען אַן אָפּטייל, וואָס די מיטאַרבעטער, די באַזאָרגלערס, פֿלעגן באַזאָרגן מיט פּראָדוציר־סחורה די אונטערנעמונג, זי זאָל קאָנען נאָרמאַל פֿונקציאָנירן.
אַזוי ווי אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז יעדע קלייניקייט געווען אַ דעפֿיציט, האָבן די פֿאַרזאָרגלערס געמוזט אַרומפֿאָרן איבערן לאַנד און מיט אַלע אמתן און ניט־אמתן אויסזוכן די פּאַסיקע סחורה. פֿאַר די יאָרן פֿון סאָוועטן־מאַכט האָט זיך שוין געשאַפֿן אַ באַזונדערער טיפּ, וואָס מ׳האָט אין אים באַלד דערקענט דעם דאָזיקן באַזאָרגלער. די בעסטע קאַדרען צווישן די באַזאָרגלערס זײַנען געווען ייִדן.
איך ווינטש אײַך אַ זיסן פּסח און אַ שטאַרקן כריין, כּדי צו פֿאַרטרײַבן אַלע ווירוסן פֿונעם סדר־טיש!
לאַפּסוס־קאַקטוס