מתושלח און נחמה

באָריס סאַנדלער
די לבֿנה־ליסקעס האָבן זיך צעשאָטן איבער איר נאַקעטן לײַב, שימערירט און גערייצט, ווי פּיצינקע פֿישעלעך. ער האָט פֿאַרמאַכט די אויגן און זיי אָנגעהויבן כאַפּן מיט די ליפּן — פֿון אירע שפּיציקע בריסטלעך אַראָפּ, ביז ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט מיטן פּנים אין איר האָריקער נעץ אונטערן בויך. זײַן צונג האָט אָנגעטאַפּט איר זאַפֿטיקן סטעלניק, און דאָס מויל האָט זיך אים ווידער אָנגעפֿילט מיטן זיס־ביטערלעכן האָניק…