אוקראַיִניש־אָפּשטאַמיקע ווערטער אין מאַמע־לשון
אין די 1920־1930ער יאָרן האָט זיך אינעם יונגן ראַטן־פֿאַרבאַנד צעבליט די שפּראַכן־רעפֿאָרן. פּונקט ווי דאָס פֿילנאַציאָנאַלע פֿאָלק פֿונעם לאַנד, האָט אויך די שפּראַך, אויף וועלכער ס׳האָבן די פֿעלקער גערעדט במשך פֿון לאַנגע דורות, געמוזט באַפֿרײַט ווערן פֿון די נאַציאָנאַליסטישע, בורזשואַזע, רעליגיעזע און אַנדערע השפּעות. ייִדיש איז נישט געווען קיין אויסנאַם. די ייִדישע לינגוויסטן האָבן זיך צוגעכאַפּט „פּראָלעטאַריזירן‟ די שפּראַך, און קודם־כּל אויסוואָרצלען פֿון איר די פֿאַרשימלטע רעליגיעזע ווערטער און באַגריפֿן, און דעם סכּנהדיקן „העברעיִשן עלעמענט‟, די ציוניסטישע אָנשטעקעניש.
לאַפּסוס־קאַקטוס האָט אין אַ ריי פּריִערדיקע נומערן פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ געבראַכט און אַרומגערעדט אַ גאַנצע רשימה פֿון די אַזוי גערופֿענע „סאָוועטיזמען‟ און נעאָלאָגיזמען. אוקראַיִניש, ווי אַ שפּראַך, האָט אויך גענוג געליטן פֿון די סאָוועטישע לינגוויסטישע רעפֿאָרמאַטאָרן. אין דער זעלבער צײַט איז די זאַפֿטיקע אוקראַיִנישע פֿאָלקס־שפּראַך געוואָרן אַ קוואַל צו שעפּן פֿון איר ווערטער, וועלכע האָבן געקאָנט פֿאַרבײַטן מיט זיך „די אידעאָלאָגיש־פֿרעמדע העברעיִזמען‟.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָרט, וווּ מע כאַפּט שוין איבער די מאָס, קומט אַרויס אַ געלעכטער מיט יאַשטשערקעס. אַזוי, למשל, איז דאָס ייִדישע וואָרט בעל־מלאָכה פֿאַרביטן געוואָרן אויפֿן אוקראַיִנישן „קוסטאַר‟; בפֿירוש — אויף „יאַוונע‟; בכּיוון — אויף אומיסטן, אומישנע — „נאַוומיסנע‟ (אוקר.); פּרוש — אויף „בעזלאַדניק‟ אָדער „בעזליודניק‟; בעל־עגלה — אויף „וואָזניק” (וויזניק — אוקר.). וכדומה — אויף „אַזוי ווײַטער‟.
טשיקאַווע איז, אַז אין אייניקע ערטער פֿון אוקראַיִנע פֿלעגט מען אַ „וואָזניק‟ רופֿן „באַלאַגולאַ‟ און „חלה‟ — „כאַלאַ‟.
לאָמיר אַ בלעטער דעם ייִדיש־אוקראַיִנישן ווערטערבוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון דמיטראָ טישטשענקאָ:
בײַסטרוק [ממזר] — בײַסטריוק (אוקר.)
פּוכיר, בלאָז — פּוכיר (אוקר.)
בלודנע [פֿאַרבלאָנדזשעט] — זאַבלודני (אוקר.)
בליאַסק — בליסק (אוקר.)
בלישטשען — בלישטשאַטי (אוקר.)
בלעכער — בליאַכאָר (אוקר.)
בעזדיעטניק, בעזדיעטינצע — בעזדיטיניִי, בעזדיטניאַ (אוקר.)
בעזלאַד [אומאָרדענונג] — בעזלאַד (אוקר.)
בראָניען זיך [זיך פֿאַרטיידיקן] — אָבאָראָניאַטיסיאַ
לאַסקע [צערטלעך] — לאַסקאַ
שנורעווען — שנוראָוואַטי
המשך קומט