אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין
מישע און קאַטיע באַגעגענען זיך צופֿעליק, אָבער צופֿעליקייטן צווישן צוויי יונגע נפֿשות טרעפֿן זיך זעלטן. שוין גיכער — באַשערטקייט. קאַטיע נעמט זיך אונטער צו ווײַזן איר נײַעם באַקאַנטן איר היים־שטאָט לענינגראַד…

וואַסער־לידער

בערל קאָטלערמאַן
מײַן ליד איז פֿאַר דיר, אַדריאַטישע כּלה,
מיט הימל באַדעקט ווי מיט זײַדענעם שלייער
אַ ים־מיידל ביסטו, נאָר שענער און העלער
בשעת דו צעשיטסט דײַנע שנירעלעך כוואַליעס…

צוזאַמענבראָך (המשך)

עמיל קאַלין
אין ירושלים, וווּהין אונדזער העלד אַנטלויפֿט פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער הו־האַ און וווינט בײַ זײַנע פֿרומע עלטערן, באַזוכט ער אַ שרײַבקרײַז, וואָס באַשטייט נאָר פֿון פֿרויען…