קאַפּיטל אַ (סוף)
4
אָנגעטאָן אין אַ העל–גרױען רעגנמאַנטל, איז זי געגאַנגען צו דער קאַסע, כּדי צו פּרוּװן קריגן בילעטן אױף גוטע קאָנצערטן די קומעדיקע װאָך. מישע האָט זי דערזען דער ערשטער און האָט זיך אָפּגעשטעלט אַ געפּלעפֿטער. זי האָט אים באַמערקט אַ ביסל שפּעטער, דערזען, אַז ער קוקט אױף איר, און, אַ מבֿולבלטע, פֿאַרלאַנגזאַמט אירע טריט. דאַן איז מישע צוגעגאַנגען צו איר.
— אַ גוט מאָרגן… — האָט ער שטיל געזאָגט.
— אַ גוט יאָר… — האָט זי געענטפֿערט, אױך שטיל און שעמעװדיק, — אַ דאַנק אײַך פֿאַרן נעכטיקן קאָנצערט, איר האָט געשפּילט אַזױ װוּנדערלעך…
איר קול איז געװען נידעריק, ברוסטיק — דװקא אַזאַ, װאָס האָט אים תּמיד אויפֿגערײצט בײַ די פֿרױען.
— אײַך אַ דאַנק פֿאַרן קומען… אַנטשולדיקט, זײַט איר איצט פֿאַרנומען?
— ניין, כ׳בין ניט פֿאַרנומען.
— איר זעט, איך בין צום ערשטן מאָל אין לענינגראַד און האָב דאָ נאָך כּמעט גאָרנישט ניט געזען… אױב איר זײַט פֿרײַ אַצינד, אפֿשר װאָלט איר געקאָנט מיר עפּעס װײַזן?
— אַװדאי, מיט פֿאַרגעניגן! — זי האָט תּיכּף פֿאַרגעסן װעגן קױפֿן בילעטן.
— אַ שײנעם דאַנק אײַך! און… װי הײסט איר?
— קאַטיע… קאַטיע שטולבערג…
מישעס פּנים האָט אױפֿגעשײַנט, קאַטיע האָט אַ שמײכל געטאָן, און זײ האָבן פֿרײלעך געשפּאַנט אױפֿן טומלדיקן, באַלעבטן נעװסקי פּראָספּעקט, װעגן װעלכן מישע האָט אַזױ פֿיל געהאַט געלײענט בײַ גאָגאָלן און דאָסטאָיעװסקין און שױן אַזױ לאַנג געהאַט געחלומט אים צו זען מיט די אײגענע אױגן.
קאַטיען איז פֿריִער קײן מאָל ניט אױסגעקומען זיך טרעפֿן מיט מוזיקאַנטן, בפֿרט מיט יענע, װאָס זי האָט געהערט אין קאָנצערטן, דעריבער איז איר געװען אינטערעסאַנט צו וויסן װאָס מער װעגן מישען. מישע האָט פֿאַרליטן געענטפֿערט אױף אירע פֿראַגעס, נאָר אים האָט זיך, אַװדאי, אױך געװאָלט וואָס מער זיך דערװיסן וועגן קאַטיען. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זי, װי מישע, איז דאָס אײנציקע קינד אין דער משפּחה, אַז זי האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלע „ענגלישע‟ שול, געגאַנגען במשך פֿון עטלעכע יאָר אין אַ קינסטלערישער שול און אַצינד לערנט זי זיך אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, אױף דער שפּאַנישער אָפּטײלונג. הערנדיק קאַטיען און באַװוּנדערנדיק זי, האָט מישע פֿון איר אָנגעקװעלט אַלץ מער און מער. אים האָט זיך געדוכט, אַז ס׳איז דער סאַמע גליקלעכער טאָג אין זײַן לעבן: דער װוּנדערשײנער לענינגראַד, אַ באַגאָסענער מיט דער מילדער צפֿונדיקער זון, די באַצױבערנדיקע יונגע פֿרױ דערנעבן… קאַטיע, זעענדיק מישעס צושטאַנד און רעאַקציעס, איז געװען געשמײכלט, און מישע איז איר אױך געפֿעלן געװאָרן. זי האָט עס אָבער דעמאָלט ניט באַנומען, װײַל אױף קײן אײן רגע האָט זי ניט פֿאַרגעסן איר אײַנשטעלונג „ניט פֿאַרליבן זיך אין אונדזערע ייִנגלעך‟. ניט װילנדיק, חס–וחלילה, באַליידיקן מישען, האָט קאַטיע אױך ניט געװאָלט אים געבן קיין איבעריקע האָפֿענונגען, דערפֿאַר האָט זי אין זײער שמועס דערמאָנט אַגבֿ–אורחא איר פּאָרטוגאַלישן חבֿר.
מישעס רעאַקציע איז געװען אומגעזאַמט און הילכיק:
— יאָ, — האָט ער דערקלערט, — בײַ זײ דאָרטן איז מסתּמא ניטאָ אַזעלכע װוּנדערשײנע ייִדישע מײדלעך!
אַ פּאָר דורכגײערס האָבן זיך אומגעקוקט אױף אים. קאַטיע האָט אַ שמײכל געטאָן און געזאָגט פֿאַרקלערט און קאָקעטיש:
— נו אָט, אפֿשר, װעט ער מיך אַװעקפֿירן אַהין — און עס װעט דאָ זײַן אַזאַ אײנס…
— װאָ–אָ–אָס?! — האָט מישע אױפֿגעבראַכט געשריִען, — מער װיל ער גאָרניט?! פֿריִער האָבן זײ די ייִדן אַרױסגעטריבן, געשמדט בגװאַלד, פֿאַרברענט אױף שײַטערס — און איצט װיל ער קריגן אונדזער אַ מײדל?! אַ קדחת אױף אים!
— אָהאָ! — האָט קאַטיע געענטפֿערט, שמײכלענדיק װידער, — אַ מין נאַציאָנאַליסט זײַט איר!
— קײן נאַציאָנאַליסט בין איך ניט, נאָר מיט אונדזערע שײנהײטן בין איך יאָ שטאָלץ! — האָט מישע געמאָלדן.
— און ס׳איז דאָ בײַ אײַך אַ סך שײנהײטן? — האָט קאַטיע געפֿרעגט.
— אַזעלכע, װי איר, האָב איך קײן מאָל אין ערגעץ ניט געטראָפֿן! — האָט מישע פֿעסט געענטפֿערט און אָנגעהױבן דעקלאַמירן פֿון בײַראָנס „ייִדישע מעלאָדיעס‟ אין דער רוסישער איבערזעצונג:
„איר גאַנג איז שײן, װי ס׳איז די נאַכט
װען אַלע שטערן לױכטן קלאָר;
די גאַנצע ליכט–און–שאָטן פּראַכט
אין איר, אין אירע אױגן פּאָר…‟.
אין אונטערשײד פֿון קאַטיען, האָט מישע באַקומען גאָר אַן אַפּאָליטישע דערציִונג פֿון זײַנע עלטערן. װען ער איז געװען נאָך אַ קינד, האָט מען נאָמינירט זײַן טאַטן אױף אַ העכערער שטעלע און געפֿאָדערט, אַז ער זאָל ווערן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אין קאַטיעס קרײַז האָט מען עס געהאַלטן פֿאַר טרײף. שפּעטער האָט מען אים אַפֿילו געמאַכט פֿאַר אַן אַזױ גערופֿענעם „אַגיטאַטאָר‟, װי אַ פּאַרטײ–אַרבעט, נאָר קײנער אין דער משפּחה, בתוכם דעם טאַטן גופֿא, פֿלעגט עס ניט אָננעמען ערנסט; די עקזעמפּלאַרן פֿונעם זשורנאַל „אַגיטאַטאָר‟, װאָס ער איז מחויבֿ געװען אַבאָנירן, האָט מען במשך פֿון יאָרן צונױפֿגעלײגט אַ נומער נאָך אַ נומער אינעם טואַלעט אױף דער דאַטשע, און מישעס זײדע פֿלעגט די אױסגאַבע אָנרופֿן „אַגיקאַקער‟.
פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן מישעס עלטערן קײן מאָל ניט אַרױסגעוויזן קײן אַקטיװן אומחן בנוגע דעם רעזשים און לחלוטין ניט געװאָלט אַװעקפֿאָרן פֿונעם לאַנד. מישען איז די אדעע פֿון משנה–מקום אױך ניט געקומען אױפֿן געדאַנק, נאָר אין דער זעלבער צײַט איז אים גאָר פֿרי אױפֿגעקומען אַ נאַציאָנאַל געפֿיל, װאָס ער האָט באַפֿרידיקט, אַזױ צו זאָגן, אין די ראַמען פֿון דעם, װאָס איז געװען דערלױבט. צו דער צײַט, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן אונדזער דערציילונג, האָט ער דורכגעלײענט מסתּמא כּמעט אַלץ, װאָס מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אױף דער ייִדישער טעמע אױף רוסיש (אַ חוץ, אַװדאי, די מיאוסע אַנטיציוניסטישע בראָשורן וכּדומה), און ניט בלױז דורכגעלײענט, נאָר איבערגעשריבן אַ סך אין ספּעציעלע דיקע העפֿטן און פֿאַרגעדענקט אױף אױסנװײניק (ער האָט געהאַט גאָר אַ גוטן זכּרון). װאָס שײך זײַנע חבֿרטעס, האָט מישע קײן מאָל ניט אָפּגעגעבן בכורה די ייִדישע מײדלעך און ניט געװאָלט הערן זײַנע עלטערן, װאָס האָבן געטענהט, אַז חתונה האָבן זאָל ער למן–השם מיט אַ ייִדישקע. פֿון דעסטװעגן, װען ער האָט געטראָפֿן קאַטיען, האָט אין אים אױפֿגעברויזט דאָס נאַציאָנאַלע געפֿיל, צונױפֿגעפּאָרט מיטן ראָמאַנטישן געפֿיל — און ער איז זיך צעגאַנגען…
מישע האָט בכלל ליב געהאַט דעקלאַמירן לידער, און הערנדיק אים, האָט קאַטיען זיך געדאַכט, אַז זי שפּאַצירט ניט אויף דער גאַס, נאָר זיצט אין אַ קאָנצערט–זאַל און הערט מישען שפּילן, װי נעכטן אין אָװנט. נאָך בײַראָנען איז ער גלײַך איבערגעגאַנגען צו פּושקינס „גאַװריִיִליאַדע‟:
„אַלט זעכצן יאָר, װי אומשולדיק–באַשײדן,
די ברעמען שװאַרץ, פֿון בתולה–בערגלעך צװײ
אַ שטײַף געריר אונטער דער לײַװנט–קלײדונג,
אַ ליבער פֿוס, אַ שורה פּערל–צײן…
װאָס האָסטו, ייִדישקע, געטאָן אַ שמײכל,
פֿאַר װאָס האָט זיך פֿאַררױטלט דײַן געזיכט?‟
אָנגענומען פֿולע לונגען לופֿט, האָט מישע זיך צעגװאַלדעװעט מיט התלהבֿות אױפֿן גאַנצן פּאַלאַץ־פּלאַץ:
״פֿון טעכטער ערדישע, דו שײנהײט, קום,
צו יונגע האָפֿענונג פֿון אַלע ייִדן!
איך רוף דיך, מיט אַ ליבע–פֿלאַם איך גלי דאָ,
דו נעם אַן אָנטײל אין מײַן גרױסן רום…‟
— שטילער, מישע! — האָט קאַטיע אים אָפּגעשטעלט מיט שרעק.
— װאָסי? — האָט מישע געמאָלדן, — ס׳איז דאָך פּושקין, רוסישע קלאַסיק!
קאַטיען איז אין דער אמתן זײער געפֿעלן געווען, אַז מישע, אין אונטערשייד פֿון אַלע אַנדערע אירע באַקאַנטע, שעמט זיך ניט אַרױסזאָגן אָט די אַלע װערטער הױך און עפֿנטלעך, נאָר פֿאָלגנדיק די נאַטירלעכע װײַבערשע באַטראַכטקײט, האָט זי געזאָגט איר היציקן קאַװאַליר:
— נו גוט, מישע, איצט לאָמיך אײַך װײַזן דעם ערמיטאַזש, דערנאָך װעלן מיר גײן אינעם זומער–גאָרטן — און דאָרטן װעט איר מיר לײענען… רוסישע קלאַסיק.
זײ האָבן זיך געלאָזט צום פּרעכטיקן בנין פֿונעם געװעזענעם װינטער־פּאַלאַץ, און מישע האָט שטיל ציטירט נאָך דרײַ שורות פֿון פּושקינס פּאָעמע, זיס פּאָסמאַקעװענדיק מיט דער סאַמע לעצטער:
„האָט איר געזיכט פֿון ליבע–פֿלאַם געברענט,
און צאַרטקײט האָט פֿאַרפֿולט די זעל פֿון מײדל.
אַך, װי ס׳איז שײן די ייִדישקע געװען!..‟.
װען זײ האָבן אױסגעטאָן זײערע רעגנמאַנטלעך, כּדי אָפּצוגעבן זײ אינעם גאַרדעראָב, און מישע האָט דערזען די רײצנדיקע קאָנטורן פֿון קאַטיעס פֿיגור, אַרומגעכאַפּט פֿונעם פּראָסטן גרױען קלײד, האָט ער זיך ניט אײַנגעהאַלטן און אױסגעשריגן „אַך!‟ — בײדע זײַנען צעמישט געװאָרן, און מישע האָט גענומען זיך שעמעװדיק אַנטשולדיקן.
„נישקשה!‘ — האָט אים שטיל באַרויִקט די געשמײכלטע קאַטיע. הגם זי האָט תּמיד אױסגענומען בײַ מאַנצבילן, האָט אױף איר אַזױ היציק נאָך קײנער ניט געהאַט רעאַגירט.
אינעם ערמיטאַזש האָט מישע מיט אַלע כּוחות און ברען דעמאָנסטרירט פֿאַר קאַטיען זײַן מבֿינות אױף דער ייִדישער געשיכטע. װען זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר רעמבראַנדטס „פֿלאָרע‟ און „אַראָפּנעם פֿונעם צלם‟ און מישע האָט אַ קוק געטאָן, װען יענע בילדער זײַנען געװען אָנגעמאָלט, האָט ער געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט און פֿילבאַדײַטנדיק: „יאָ, דאָס 1634סטע יאָר, אַמסטערדאַם… דװקא אין יענעם יאָר איז ברוך שפּינאָזע געבױרן געװאָרן… און מיט אַ יאָר פֿריִער האָט אוריִעל ד׳אַקאָסטע באַקומען זײַן לעצטן חרם…‟.
קאַטיע האָט אױסגעגלאָצט אױף אים אַ פּאָר אױגן מיט חידוש און געשטעלט די ערשטע פֿראַגע, װאָס איר איז געקומען אױפֿן געדאַנק: „און דעם ערשטן?‟. „דעם ערשטן — אין 1618‟, — האָט מישע געענטפֿערט אָן שום פֿאַרדאַכט און מיט זיכערקײט, — „דעם צװײטן — אין 1623‟, — און ער האָט באַריכות אױסגעלײגט דער געפּלעפֿטער קאַטיען די גאַנצע ביאָגראַפֿיע פֿונעם באַרימטן פֿרײַדענקער און די געשיכטע פֿון די פּאָרטוגעזישע מאַראַנען, װאָס פֿאַר אַ סך פֿון זײ איז רעמבראַנדטס הײמלאַנד בשעתּו געװאָרן אַ מקום–מיקלט. מישע האָט דערצײלט מיט באַגײַסטערונג, װי די רעגירונג פֿון מאַנועל דעם 1טן האָט געגעבן די ייִדן, װאָס האָבן זיך געשמדט אַבי צו בלײַבן אינעם לאַנד, גלײַכע רעכט מיט די „אַלטע קריסטן‟, נאָר דערבײַ פֿלעגט זי כּסדר פּראָװאָצירן ייִדישע פּאָגראָמען. אין 1516 האָט דער קיניג אַרױסגעגעבן אַ דעקרעט, װאָס האָט באַפֿרײַט די מאַראַנען פֿונעם אַכריות אָפּצוהיטן ייִדישע מינהגים אױף זעכצן יאָר, נאָר שױן מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט ער אָנגעהױבן פֿירן אונטערהאַנדלונגען מיטן פּױפּסט מכּוח אײַנפֿירן אינקװיזיציע פֿאַר די מאַראַנען… אין מישעס פֿאַרליבטע אױגן האָט קאַטיע בולט געלײענט: „נו, דאַרפֿסטו, אַ ייִדישער פּערל, האָבן צו טאָן מיט אַ פּאָרטוגאַלער–שמאָרטוגאַלער?!‟.
װעגן דער אינקװיזיציע האָט קאַטיע אַװדאי גאַנץ גוט געװוּסט. װאָס שײך די מאַראַנען און אוריִעל ד׳אַקאָסטען בפֿרט, האָט זי בלױז געהערט מיט אײן אױער. נאָכן באַזוכן דעם ערמיטאַזש האָבן אונדזערע העלדן זיך אַרײַנגעכאַפּט צו שטילן דעם הונגער מיט בוטערבראָדן און אײַזקרעם אינעם קאַפֿע, װאָס מע פֿלעגט צווישן זיך רופֿן „ליאַגושאַטניק‟ צוליב די גרינע דיװאַנען, שטאָרעס און קאַכליעס. דאָרטן האָט קאַטיע גענומען אױספֿרעגן מישען, װאָס זשע האָט דער ד׳אַקאָסטע געהאַט אױפֿגעטאָן אַזױנס, אַז ער האָט געהאַט באַקומען אַזש דרײַ חרמס. מישע, אױף חידושים פֿון די אַנדערע יונגע באַזוכער, װאָס זײַנען געזעסן דערנעבן, האָט אָנגעהױבן הױך ציטירן „די טעזיסן קעגן דער טראַדיציע‟ מיט די קאָמענטאַרן, װאָס האָבן דערקלערט די מײנונג פֿון אַזעלכע װערטער װי „תּפֿילין‟, „ציצית‟, „אַרבע–כּנפֿות‟ און אַזױ װײַטער. װען ער האָט אױפֿגעקלערט קאַטיען, װאָס עס איז אַזױנס „מציצה‟, „כּסא של אליהו‟, „פּריעה‟, האָט זי באַמערקט מיט אַ שמײכל: „איר טויגט זיך אויס, מישע, אין ברית־מילה‟, — און זײ האָבן זיך בײדע צעלאַכט.
…מישע האָט ניט געװוּסט, אַז װען ער איז געבױרן געװאָרן, איז פֿעטער סעניע, זײַן זײדעס ברודער, געװען גרײט צו פֿאַרבעטן זײַנעם אַ באַקאַנטן מוהל. אַלע בני–בעת זײַנען געװען מסכּים, נאָר די מאַמע האָט קאַטעגאָריש געמאָלדן: „נײן, כ׳װעל ניט לאָזן מוטשען דאָס קינד!‟ הגם די מאַמע איז געװען די ייִנגסטע אין דער משפּחה, איז שפּאַרן זיך מיט איר געװען לגמרי אומזיסט. װען מישע האָט דערגרײכט דעם בר–מיצװה עלטער, האָט דער טאַטע דורכגעפֿירט מיט אים אַ „מאַנצבילשן שמועס‟ און, אַ חוץ דעם אַלעם, דערצײלט דעם זון װעגן דעם אוראַלטן ייִדישן מינהג, זײַן היגיענישער נוץ, און צוגעגעבן דערבײַ, אַז „די ייִדן זײַנען קלוגע מענטשן‟. װאָס שײך קאַטיען, האָט זי אינטים געקענט בלױז אײן מאַן, איר פּאָרטוגאַלישן חבֿר, און זײערע געהײמע אײַליקע ראַנדעװוּען האָבן ניט געלאָזט קײן צײַט אױף פּרטימדיקע „אױספֿאָרשונגען‟, לכן האָט זי געהאַט גאָר אַ פֿאַרנעפּלטע פֿאָרשטעלונג מכּוח אָט דעם ענין…
פֿאַרענדיקט מיט „די טעזיסן‟, האָט מישע גענומען זײער אױסדריקלעך און ערנסט דעקלאַמירן ד׳אַקאָסטעס „װעגן דער שטערבלעכקײט פֿון דער מענטשלעכער נשמה‟. נאָך דעם, װי ער האָט טיפֿזיניק אַרױסגערעדט די לעצטע װערטער: „און איצט װעלן מיר איבערגײן צו דערצײלן עטלעכע געשיכטעס‟ — איז געקומען אַ פּױזע, און קאַטיע האָט געפֿרעגט:
— נו, און װײַטער?
— װײַטער האָט זיך ניט פֿאַרהיט, — האָט מישע דערקלערט, — ד׳אַקאָסטעס בוך איז פֿאַרניכטעט געװאָרן, און דערגאַנגען איז צו אונדז, צום באַדױערן, בלױז אָט דער פֿראַגמענט: אים האָט געבראַכט אין זײַן בוך שמואל דאַסילװע.
— יאָ-אָ-אָ… — האָט קאַטיע, װאָס האָט זיך קײן מאָל ניט געהאַט אינטערעסירט מיט מעטאַפֿיזישע ענינים, האַלב שפּאַסיק צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, — אומעטיק: די נשמה, הײסט עס, איז שטערבלעך…
מישע, זײַענדיק אױך גאָר װײַט פֿון רעליגיעזקײט, האָט ניט געפֿונען װאָס צו ענטפֿערן און שטיל געקײַט אַ בוטערבראָד מיט קאָלבעס.
— און איר גלײבט ניט אין דער אומשטערבלעכקײט פֿון דער נשמה? — האָט קאַטיע געפֿרעגט אינעם זעלבן װיצלענדיקן נוסח און לאַנגזאַם אָפּגעזופּט פֿונעם בעכער שאַמפּאַן־ווײַן.
מישע האָט פֿעסט געהאַלטן אין דער האַנט דאָס פֿיסל פֿון זײַן פֿוזשער, אױפֿגעהױבן אים, געקוקט גלײַך אין קאַטיעס גרױסע, װוּנדערשײנע אױגן און געזאָגט שטיל, נאָר זיכער:
— איצט גלײב איך יאָ!
דער רעשט פֿונעם טאָג איז דורכגעפֿלױגן װי עפּעס אַ כּישופֿדיקער חלום: דער איסאַקיעװסקי קלױסטער, די פּעטראָפּאַוולאָװסקאַיאַ פֿעסטונג, פּיאָטער דעם ערשטנס הײַזעלע… מישע האָט אױסגעפֿרעגט בײַ קאַטיען, װאָס מע לערנט אױף דער שפּאַנישער אָפּטײלונג אין איר אינסטיטוט, — און דעקלאַמירט איר פּרץ מאַרקישעס און אַלכּסנדר פּנס לידער װעגן שפּאַניע אין דער רוסישער איבערזעצונג:
,«Сегодня язык мой, библейский иврит
Взбегая по лестнице нот и созвучий,
Рифмуется только со словом «Мадрид»
Как с избранным самым и самым певучим.» [1]
— װאָס לײענט איר אַזױנס, יונגער־מאַן? — האָט זיך דערהערט אַ פּריקרע מאַנצבילש קול.
מישע האָט זיך אומגעקוקט: הינטער אים איז געשטאַנען אַ מיטלװוּקסיקע פּאָר פֿון מיטעלע יאָרן און אַ פֿעסטער קאָמפּלעקציע; זײערע טיף אײַנגעזעצטע, קלײנע אױגן האָבן געקוקט שװער און בײז.
הן מישע, הן קאַטיע האָבן גוט געקענט אָט דעם בליק. ס׳איז ניט געװען דער בליק פֿון פּראָסטע רוסישע מענטשן, װאָס האָבן ניט איבעריק ליב געהאַט ניט די ייִדן, ניט דעם קאָמוניזם אױפֿן אינסטינקטיװן ניװאָ. פֿון אונטער דעם מאַנס געדיכטע און דער פֿרױס שיטערערע ברעמען האָבן אַרויסגעקוקט פֿיר אױגן פֿון טיפּישע פּאַרטײ–טוערס, װאָס אַלע זײערע געפֿילן זײַנען געװען אונטערגעװאָרפֿן דער אידעאָלאָגיע און װאָס זײַנען געװען ניט װײניקער פֿאַרביסן אין זײער אידעיִשקײט, װי די שפּאַניש–פּאָרטוגאַלישע אינקװיזיציע און די יודאַיִשע רודפֿים פֿון אוריִעל ד׳אַקאָסטען — אין זײער גלױבן.
— דאָס איז אַ ליד פֿונעם באַרימטן ישׂראלדיקן פּאָעט–קאָמוניסט אַלכּסנדר פּן װעגן דעם בירגער–קריג אין שפּאַניע, װעגן דעם קאַמף פֿונעם שפּאַנישן פֿאָלק קעגן פֿאַשיזם, — האָט מישע פֿלינק אָפּראַפּאָרטירט, — פּנס בוך לידער „דאָס האַרץ אין װעג‟ איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אינעם יאָר 1965סטן.
דאָס װאָלט געקאָנט זײַן גענוג, נאָר היות קאַטיע איז געװען דערנעבן, האָט זיך מישען פֿאַרװאָלט דערלאַנגען נאָך אײן „געזעצלעכן קלאַפּ‟.
— און אָט איז פּנס ליד „דײַן װעג‟, װאָס ער האָט געװידמעט דער ישׂראלדיקער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, — האָט מישע געזאָגט און אָנגעהױבן דעקלאַמירן מיט אַ פֿעסט קול:
„רבת הנפתּולים וטהר העזות!
בעמלך הגא אל חוף יעוד חותרת —
עולה אתּ מנבכי כּלאים והריסות,
מאלם גרדמיך במחתּרת.‟
מישע האָט דעקלאַמירט, קוקנדיק גלײַך אין די שטעכיקע אױגן פֿון די צװײ אומבאַקאַנטע. אין זײַן בליק האָט מען געקאָנט בולט לײענען: „נאַט אײַך! אָט האָט איר עס!‟ די לעצטע װערטער פֿונעם ליד האָט ער אַרױסגערעדט מיט אַזאַ אױסדרוק, װי ער װאָלט געמאָלדן אַ פּסק־דין: „אני מדגיל אל–על שבועת הקומוניסט: ׳לא ארתע, כּי — כּך! כּי דרך אין אחרת!..׳‟ נאָך דעם האָט מישע אַ װוּנק געטאָן קאַטיען, און זײ האָבן אײַליק אַװעקגעשפּאַנט לענגױס דעם טײַך צו דער טראָיִצקי בריק.
— יאָ, אינטערעסאַנט… — האָט קאַטיע געזאָגט פֿאַרטראַכטערהײט און װי אַ ביסל פֿאַרלױרן. איר איז פֿריִער ניט בלױז ניט אױסגעקומען לײענען ישׂראלדיקע קאָמוניסטישע פּאָעזיע, נאָר בכלל קײן מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז אױך אין דער ייִדישער מלוכה זײַנען פֿאַראַן קאָמוניסטן. אױב מישע האָט זיך באַצױגן צו אָט די זאַכן מיט איראָניע, האָבן זײ בײַ קאַטיען אַרױסגערופֿן ממש אַן עקל. דערפֿילט אָט דעם חילוק און ניט זײַענדיק זיכער װעגן זײַן מאָס, האָט קאַטיע אַ פֿרעג געטאָן:
— צי האָט איר געלײענט „מענטשן, יאָרן, לעבן‟?
דאָס איז געװען אַ מין פּאַראָל: אין אָט די זכרונות זײַנע האָט איליאַ ערענבורג אַ סך אָנגעשריבן װעגן סטאַלינס טעראָר, און הגם די מעמואַרן פֿונעם חשובֿן שרײַבער זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם ראַטן–פֿאַרבאַנד בשעת כרושטשאָװס „אָדליגע‟, האָט די קורצע הקדמה צו זײ געװאָרנט די לײענערס, אַז זײ זײַנען „העכסט סוביעקטיװ‟.
— ערענבורגן? אַװדאי, געלײענט, — האָט מישע באַשטעטיקט און תּיכּף ציטירט פֿונעם בוך צװײ פּאַסאַזשן מכּוח דעם מאָלאָטאָװ–ריבענטראָפּ פּאַקט: „אונדזער אױסערן–פּאָליטיק געפֿעלט ניט די מענטשן פֿון אַ געװיסער נאַציאָנאַליטעט. דאָס איז פֿאַרשטענדלעך. נאָר זאָלן זײ צוהאַלטן זײערע געפֿילן פֿאַר די הױז-לײַט.‟ און „אַ געװוּנענער שידוך קאָן ברענגען קינדער‟. קאַטיע און מישע האָבן אַ קוק געטאָן פֿילבאַדײַטנדיק אײנער אױפֿן אַנדערן: אַצינד איז באַשטעטיקט געװאָרן ניט בלױז זײער שײַכות װי ייִדן, נאָר אױך זײער אָנערקענען דעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד. דאָס האָט באַרויִקט קאַטיען און דערנענטערט זײ נאָך מער אײנער צום אַנדערן.
זײ האָבן שױן געפֿילט, אַז ס׳איז אומנאַטירלעך פֿאַר זיי „אירצן‟ איינער דעם אַנדערן, נאָר קײנער האָט ניט געהאַט גענוג מוט צו מאַכן דעם ערשטן טראָט. סוף–כּל–סוף, װען קאַטיע האָט באַגלײט מישען צוריק ביזן האָטעל, איז ער אַרויס מיט אַן „איבערשפּיצל‟:
— קאַטיע, אַ דאַנק דיר… אױ, זײַט מוחל! אַ דאַנק אײַך פֿאַר אַלצדינג…
— אױב איר װילט, קאָן מען זיך דוצן, — האָט קאַטיע פֿאָרגעלײגט מיט אַ באַשײדענעם שמײכל.
— טאַקע?! — מישעס פּנים האָט געשײַנט, — אַ דאַנק, אַ דאַנק דיר… װילסט מיר געבן דײַן אַדרעס? איך װאָלט געװאָלט דיר אָנשרײַבן…
ליגנדיק אױף דער אײבערשטער פּאָליצע אינעם קופּע, האָט מישע, אין אונטערשײד פֿון זײַנע שכנים, טאַקע ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן די גאַנצע נאַכט. זײַענדיק נאָענט מיט דער מאַמען, האָט ער פֿאַרװאָלט זי דערפֿרײען, אַז ער האָט געהאַט געטראָפֿן אַ װוּנדערלעך ייִדיש מײדל. די מאַמע אָבער, להיפּוך צו זײַנע דערװאַרטונגען, האָט זיך עפּעס גאָר ניט דערפֿרײט. נאָך לאַנג האָט מישע ניט געקאָנט פֿאַרשטײן איר רעאַקציע… דער טאַטע האָט, אַדרבה, אױפֿגענומען די ידיעה גאַנץ גוט, נאָר פֿאָרט ניט געוואָלט שטרײַטן מיט דער מאַמען.
װאָס שייך קאַטיען, איז זי געבליבן אין גאַנצן צעמישט, װי קײן מאָל פֿריִער ניט אין איר לעבן. איצט איז איר שױן געווען קלאָר, אַז קעגן איר „אײַנשטעלונג‟ האָט זי ניט געקאָנט בײַשטײן דעם חן, די היציקײט און די אױסערגעװײנטלעכע אױפֿריכטיקײט פֿון דעם יונגן פֿאַרפֿאָרענעם אַהער אַרטיסט. מישעס כּסדרדיק באַטאָנען זײַן און קאַטיעס ייִדישקײט האָט אױך משפּיע געװען אױף איר: אַצינד האָט זי ניט געקאָנט ניט טראַכטן װעגן דעם, אַז קײן איין אױסלענדישער מאַן װעט ניט זײַן מסוגל צו פֿאַרשטײן זי אין דער פֿולער מאָס, װײַל מישע איז טאַקע געװען אַן אײגענער. און ער איז דאָך ניט געװען „אונדזער ייִנגל‟ פֿון אַ גאַנץ יאָר… די עלטערן, פֿאַרחידושט פֿון קאַטיעס אומקערן זיך אַהײם אַזױ שפּעט נאָך דעם, װי זי איז געגאַנגען בלױז אין דער פֿילהאַרמאָניע נאָך בילעטן, האָבן קײן שום מײנונג ניט אַרױסגעזאָגט אױף אַ קול, נאָר זיי איז בפֿירוש געװען אָנגענעם, אַז אַזאַ אַרטיסט האָט געהאַט אַרױסגעװיזן גוטע סימנים פֿון סימפּאַטיע צו זײער טאָכטער און דערבײַ זיך אױפֿגעפֿירט לײַטיש. סוף–כּל–סוף, האָט קאַטיע זיך אײַנגערעדט, אַז מע קאָן אין גאָרנישט ניט זײַן זיכער, אַז מוזיקאַנטן זײַנען בטבֿע אומבאַשטענדיקע מענטשן און װער װײסט — אפֿשר װעט אָט דער מישע שױן אױפֿן אַנדערן טאָג פֿאַרגעסן װעגן איר אױף תּמיד.
[1] הײַנט איז מײַן שפּראַך תּנכישער עבֿריתּ,
וואָס שטײַגט אַרויף אויף די טרעפּ פֿון קלאַנגען און האַרמאָניע,
זי גראַמט זיך נאָר מיטן וואָרט „מאַדריד‟,
ווי אַן אויסגעוויילטס און די סאַמע זינגעוודיקס.
המשך קומט