פֿון אונדזער עזבֿון: ייִדישע פּאָעטן פֿון אוקראַיִנע

באַזונדערס אויסגענומען האָט זי מיט אירע קינדער־לידער און אירע ביכלעך פֿאַר יונגוואַרג. אירע לידער פֿלעגן אײַנגעשלאָסן ווערן אין די כרעסטאָמאַטיעס פֿאַר דער אָנפֿאַנג־שול. לויטן פֿאַך אַ לערערין, האָט זי גוט געוווּסט די קינדערישע פּסיכאָלאָגיע. לידער פֿאַר קינדער האָט זי געשריבן ביזן לעצטן טאָג פֿון איר לעבן…