לאַפּסוס־קאַקטוס — 85

אַ קצבֿ אָדער אַ פֿליישער, אַ העקער, אַ בוטשער (אַמער.), האָט געזאָלט גוט קענען ווי עס רופֿן זיך די טיילן פֿון אַ בהמה. אַ ייִדישער קצבֿ האָט געדאַרפֿט זײַן סײַ אַ שוחט, סײַ קאָנען אָפּשינדן די געקוילעטע בהמה, סײַ צעטרייבן דעם טול אויף טיילן און ערשט דערנאָך פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה…