דאָס פּנים פֿון מײַן לאַנד

משה לעמסטער
און אין מײַן לאַנד — אין ישׂראל,
פֿון וואַנעט כ’זאָל ניט רעדן צו אונדזער טאַטן זיסן:
פֿון שטיבער, פֿון שילן, פֿון גערטנער…
ווייס איך אָן אַ צווייפֿל, ווייס אויף זיכער:
ער הערט מיך,
ער הערט מיך,
ער הערט מיך…

בראשית־לידער

בערל קאָטלערמאַן
מע גרייט שוין צו די חופּה פֿאַר בראשית,
מע שטעלט אַרויס די ספֿרים צום פּאַראַד,
דער חתן בענטשט מיט דבֿקות: מקודשת
און כאַפּט דער עולם אונטער: הרי אַתּ.