געדענקשאַפֿט
מרדכי יושקאָווסקי
יענער טאָג, ווען נועם האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה, אויסהערנדיק דעם זיידנס זכרונות, איז געוואָרן אַ ווענדפּונקט אין זייַן לעבן. זינט דאַן האָט די וועלט פֿונעם שטעטל, פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום אים געצויגן ווי אַ מאַגנעט…