דאָס מענטשעלע מיטן הינטל סיסקין
באָריס סאַנדלער
יעדן אינדערפֿרי האָבן די שפּאַצירנדיקע געהאַט דעם זכות זיך אָנצוטרעפֿן אויף זיי און דערהערן פֿונעם אַלטיטשקן זײַן „גוטמאָרגן‟. ער האָט עס אַרויסגעבראַכט שטיל, אונטער דער נאָז און אַזוי ווי אויפֿהייבן דעם קאָפּ האָט אים געשטערט דער הויקער, האָבן זײַנען אויגן זיך געריסן אַריבער די ברילן אַרויף צום דאַשיק, ווי אָנגעוויזן אויפֿן אויפֿשריפֿט: „Drill, baby, drill‟…