פֿון אונדזער עזבֿון: עזרא פֿינינבערג (1899־1946)

דיכטער, פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג, איבערזעצער. זײַן ערשטע לידערזאַמלונג „אָטעם‟ (1922) איז זייער וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן מצד דער קריטיק, וועלכע האָט באַטאָנט דעם דיכטערס פֿלאַמיקן טעמפּעראַמענט און הויכע מײַסטערשאַפֿט…