אַ ייִדישער ראָמאַן (המשך)

יעווגעני קיסין
דער אױפֿטריט איז פֿאָרגעקומען אין אַ גרױסן צימער פֿון אַ פּרעכטיקן האָטעל. אין אײנעם אַן עק פֿונעם צימער איז געװען אױפֿגעשטעלט עפּעס ענלעכס אױף אַ קלײנער בינע, דעם רעשט פֿונעם לאָקאַל האָבן פֿאַרנומען רונדע געדעקטע טישן, בײַ װעלכע עס זײַנען געזעסן די „צוהערערס‟ — אַרום פֿופֿציק מענטשן, אַלע מאַנצבילן, אָנגעטאָן אין שװאַרצע קאָסטיומען…