דאָס ליד ווי אַ שליסל צו באַהאַלטענע אוצרות

יואל מאַטוועיעוו
דער טײַך איזשאָרע לעבן פּעטערבורג טראָגט דעם נאָמען פֿונעם אוראַלטן פֿאָלק, וואָס זײַן שפּראַך איז ענלעך אויף פֿיניש. מיט יאָרן צוריק האָט מיר איינער אַ היימלאָזער ניו־יאָרקער, וואָס שטאַמט פֿונעם דאָזיקן שבֿט, דערציילט אַ מעשׂה…