דאָס ליד ווי אַ שליסל צו באַהאַלטענע אוצרות

יואל מאַטוועיעוו

אינעם יאָר תּשפֿ״א (2021), צווישן דער תּקופֿת־תּשרי און תּקופֿת־טבֿת, האָב איך פֿאַרענדיקט מײַן אַרבעט איבערן אומגעוויינטלעכן צעל־קאָמפּיוטער „איזשאָרע‟ און גלײַך אָנגעהויבן אויסבויען די צווייטע ווערסיע, אויסגעפּרוּווט מיט דערפֿאָלג נאָכן ווינטערדיקן זונשטאַנד (ביידע זענען פֿאַרעפֿנטלעכט אין Github). אַ סך מענטשן האָבן שוין באַמערקט, אַז צו שאַפֿן אַזאַ קאָנסטרוקציע וואָלט געווען אוממעגלעך אָן מאַגיע. אמת צו זאָגן, האָב איך ניט געוואָלט אַנטפּלעקן מײַנע סודות, אָבער נאָך אַזויפֿיל בקשות באַשלאָסן מגלה צו זײַן געוויסע פּרטים פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט.

דער טײַך איזשאָרע לעבן פּעטערבורג טראָגט דעם נאָמען פֿונעם אוראַלטן פֿאָלק, וואָס זײַן שפּראַך איז ענלעך אויף פֿיניש. מיט יאָרן צוריק האָט מיר איינער אַ היימלאָזער ניו־יאָרקער, וואָס שטאַמט פֿונעם דאָזיקן שבֿט, דערציילט אַ מעשׂה, אַז ערגעץ אויפֿן ברעג פֿונעם דאָזיקן טײַך געפֿינט זיך אַ קליינע מיסטגרוב, וווּ מע קען געפֿינען באַצויבערטע עלעקטראָנישע מכשירים. ווי אַזוי זיי אַרבעטן גענוי, טאָר איך אײַך ניט אויסזאָגן און איר וועט ממילא ניט פֿאַרשטיין. כ׳מעג נאָר מרמז זײַן, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט צירופֿי־אותיות על־פּי קבלה; אין פּרינציפּ, קאָן מען אויך באַטראַכטן די אַלטע ראַדיאָ־לעמפּלעך ווי אַ מין סקאַנדינאַווישע רונעס.

גיי איך אַמאָל שפּעט בײַ נאַכט אַזייגער צוויי, זומער־צײַט, אויף דער בריק איבערן דאָזיקן טײַך און טרעף אַ מיטל־יאָריקן שיכּור מיט אַן אָפּגעגאָלטן קאָפּ, אין אַ בלוי העמדל מיט רונע־צייכנס. כ׳האָב געטראַכט, אַז ער מוז זײַן עפּעס אַ נעאָ־נאַצי, נאָר ער האָט מיך גאַנץ פֿרײַנדלעך באַגריסט און אָנגעהויבן זינגען דאָס ליד פֿון דער אָפּערע „איגאָר דער פֿירשט‟, וואָס דער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקסאַנדר באָראָדין האָט צום ערשטן מאָל געשטעלט אין פּעטערבורג אינעם יאָר 1890. כ׳האָב דאָס ליד איבערגעזעצט אויף ייִדיש:

פֿלי אַוועק אויף ווינטן־פֿליגלען
אין אונדזער קאַנט, דו ליד, דו אונדזערע,
דו פֿלי אַהין, וווּ פֿלעגן זינגען פֿרײַ
מיר, וווּ אַזוי מיט דיר אונדז ז׳ווויל געוועזן.

פֿלי אַוועק אויף ווינטן־פֿליגלען
אין אונדזער קאַנט, דו ליד, דו אונדזערע,
דו פֿלי אַהין, וווּ פֿלעגן זינגען פֿרײַ
מיר, וווּ אַזוי מיט דיר אונדז ז׳ווויל געוועזן.

דאָרט, וווּ הימלען ברענען
ד׳לופֿט איז פֿול מיט תּענוג,
און דער ים דאָרט שעפּטשעט
אין די וואָלקנס דרימלען בערג;

דאָרט די זון אַזוי טוט שײַנען,
די בערג די ליבע ליכטיק טוט באַגיסן,
אין טאָלן טוען בליִען פּרעכטיק רויזן,
עס זינגט דער סאָלאָוויי אין וועלדער גרינע.

די אָפּערע איז געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון דער אַלט־רוסישער סאַגע „די מעשׂה פֿון איגאָרס פּאָלק‟. אַגבֿ, דער הויפּט־העלד פֿונעם דאָזיקן עפּאָס, דער פּרינץ איגאָר, האָט געשטאַמט טיילווײַז פֿון וויקינגען און האָט, גאַנץ מעגלעך, טאַקע געוווּסט אַ טאָלק אין די רונעס. זײַן נאָמען איז אַ וויקינגישער.

באָראָדינס אָפּערע האָט שטאַרק אויסגענומען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איז הײַנט ברייט באַקאַנט אין רוסלאַנד. אַז מע רעדט שוין וועגן די סקאַנדינאַוון, אָט אײַך נאָך מײַנע אַ קורצע איבערזעצונג פֿון נאָרוועגיש: אַ ליד פֿון עדוואַרד גריגס מוזיק צו דער ראָמאַנטישער דראַמע „פּער גינט‟, אָנגעשריבן פֿונעם גרויסן דראַמאַטורג הענריק איבסען אין 1876:

אַ ווינטער פֿאַרגאַן און אַ וועסנע פֿאַרבײַ,
אַ זומער און ווידער אַ גאַנץ יאָר פֿון ס׳נײַ, —
נאָר דו וועסט נאָך קומען, אַמאָל ווען עס טאָגט;
און וואַרטן איך מוז, ווי איך האָב דיר צוגעזאָגט.

גאָט שטאַרקן דיך זאָל, וווּ דו וואַנדערסט פֿרײַ!
דערפֿרייען דיך ער זאָל פֿאַר זײַן כּיסא הל׳וואַי!
נאָר וואַרטן איך וועל ביז דײַן קומען צוריק;
און וווּ דו זאָלסט ניט זײַן, איז וועל׳מיר זיך זען, מײַן גליק!

ביידע ווערק, באָראָדינס און גריגס, זענען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים אַסאָציִיִרט איינע מיט דער צווייטער. באָראָדין האָט אָנגעהויבן אַרבעטן איבער זײַן ווערק נאָך מיט עטלעכע יאָר פֿאַר גריגן.

אַנטקעגן וואָס זאָג איך דאָס? אין אַן אַנדער טאָג האָב איך ווידער שפּאַצירט פּאַזע דעם איזשאָרער ברעג, זוכנדיק די לעגענדאַרע מיסטגרוב. ס׳האָט זיך באַוויזן אויפֿן שטעגל אַ פֿרוי, אַ יאָר זעכציק אַלט. פֿרעגט זי בײַ מיר, צי איך קלײַב שוואָמען. כ׳האָב געענטפֿערט, אַז יאָ. ס׳האָט זיך פֿאַרקניפּט אַ שמועס און זי האָט מיר דערציילט, אַז איר מאַמע איז געווען אַ קובאַנערין, וואָס האָט זיך געלאָזט קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד נאָך פֿידעל קאַסטראָס רעוואָלוציע צו שטודירן אין אַן אינסטיטוט, זיך הייס פֿאַרליבט אין אַ ייִדישן יאַט און זיך באַזעצט מיט אים אין פּעטערבורג. מיט אַן עכטן שפּאַנישן אַקצענט האָט זי אויסגעזונגען דאָס באַקאַנטע ליד Bésame mucho. ס׳איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן; ווען איך בין געקומען אַהיים, האָב איך גלײַך אָנגעשריבן מײַן ייִדישן וואַריאַנט:

בעסער, זיך בעסער צעקושן,
קוש אַזוי הייס, ווי די נאַכט וואָלט געווען ס׳לעצטע מאָל.
בעסער, זיך בעסער צעקושן,
ווײַל דיך פֿאַרלירן ז׳אַ שרעק, נאָר מיט דיר זײַן איך זאָל.

וויל איך, דו זאָלסט זײַן גאָר נאָענט, און לאָמיר
זיך זען אויג אויף אויג, דו מיט מיר,
מאָרגן וואָס וועט זײַן דו ווייסט ניט, און טאָמער
כ׳וועל ווײַט, ווײַט אַוועק זײַן פֿון דיר.

קיין מיסטגרוב האָב איך דעמאָלט ניט געפֿונען, נאָר געטראָפֿן אַ צעבראָכענעם טעלעוויזאָר פֿון די 1970ער יאָרן, וואָס האָט מיר דערמאָנט אין אַ גאַנצער ריי אַנדערע לידער. למשל, פֿון דער גאָר באַרימטער סאָוועטישער זינגערין סאָפֿיאַ ראָטאַרו; הײַנט איז זי, קיין עין־הרע, 75 יאָר אַלט. שטאַמענדיק פֿון אַ מאָלדאַווישער משפּחה, זינגט זי אויך אויף רומעניש, נאָר אָט די לידער האָט דער פּאָעט מיכאַיִל שאַבראָוו (אמתער נאָמען, שאַפּיראָ) אָנגעשריבן אויף רוסיש. דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון ביידע לידער, וולאַדימיר מאַטעצקי, איז אויך אַ ייִד. האָב איך באַשלאָסן זייערע לידער איבערצוזעצן אויפֿן מאַמע־לשון פֿון זייערע טאַטע־מאַמעס:

ניט כּדאַי קיין קשיות פֿרעגן:
בלײַבט פֿאַרשנייט אויף וועסנע־וועגן,
און אין ווינטער גייט אַ רעגן,
פּלוצעם וואַרעמער ווערט.
ליבן מיר צי ניט, נאָר שפּירן,
אַז אַזאַ מין שפּיל מיר פֿירן,
ווען אַ ליבע מיר פֿאַרלירן,
זאָגן מיר: „ניט באַשערט‟.

לאַוואַנדע, באַרגישע לאַוואַנדע,
בלויער בלומען־ווײַן, אונדזער צײַט מיט דיר,
לאַוואַנדע, באַרגישע לאַוואַנדע,
וויפֿל יאָר פֿאַרבײַ, נאָר אַלץ געדענקען מיר.

האָט דער זומער זיך געצויגן,
מעוועס אויפֿן ים געפֿלויגן,
די לבֿנה אונדז אין אויגן
האָט געקוקט, פֿאַר אונדז צוויי.
נאָר ס׳איז שפּעט צוריק צו טרעטן,
ניט געבליבן וואָס צו בעטן,
זענען מיר ווי צוויי פּלאַנעטן —
פֿאַראַיאָריקער שניי.

מיטן טעקסט פֿונעם צווייטן ליד איז טאַקע פֿאַרבונדן מײַן געפֿינס. קודם־כּל לייענט איבער די איבערזעצונג:

שטילערהייט ז׳דער טאָג פֿאַרלאָפֿן — אויס ביז צו שפּעט,
איז פֿאַרלאָפֿן — די לבֿנה ביז מאָרגן ברענט.
אונטער איר ליכט ווערן פֿאַרבן ריינער און פּראָסט
בלומען נאָך שענער און צאַרטער דו האָסט.

פֿול מיט סודות, פֿול מיט צויבערס — לבֿנה ברענט,
פֿאַר פֿאַרליבטע צו באַלויכטן הינטער די ווענט.
די פֿאַרליבטע — זייער גורל ז׳יעדן באַקענט:
בלומען און נאָך, בלומען און דאָך — לבֿנה ברענט.

לבֿנה ברענט, סע בליט אַ בלום.
נאָר אַזוי אָפֿט אונדז טאַקע פֿעלן די פֿרײַנד און ליכט אַרום
לבֿנה ברענט, סע בליט אַ בלום.
און די פֿאַרליבטע — זיי פֿאַרטרויט מען חלומות אומעטום.

ס׳איז אַ וווּנדער, ווען די ליבע הערשט אויף דער וועלט.
וואָלט מיט בלומען גאַנצע ימען יעדער געקוועלט.
ס׳איז אַ וווּנדער, ווען אין ערגעץ לידער מע הערט.
אויב די לבֿנה ביז פֿרימאָרגן ברענט.

ווען איך האָב עטלעכע מאָל אויסגעהערט די אַלטע רעקאָרדירונג און צוגעטראַכט דעם ייִדישן וואַריאַנט, האָב איך זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז יענער ניו־יאָרקער היימלאָזער האָט מיר עפּעס דערציילט וועגן דער לבֿנה, נאָר דעמאָלט האָב איך געמיינט, אַז ער איז פּשוט אָנגערייכערט. האָב איך געגעבן אַ קוק אינעם פֿענצטער: די לבֿנה האָט טאַקע געברענט.

צוויי הויפּט־פּערסאָנאַזשן פֿונעם פֿילם „איוואַן וואַסיליעוויטש בײַט די פּראָפֿעסיע‟ פּערסאָנאַזשן

צוויי הויפּט־פּערסאָנאַזשן פֿונעם פֿילם „איוואַן וואַסיליעוויטש בײַט די פּראָפֿעסיע‟
בין איך אַרויס אין דרויסן און זיך געלאָזט אַרומגיין מיט אַ לאַמטערנדל בײַם ברעג. קיין עלעקטראָנישע מכשירים האָב איך ניט געטראָפֿן, נאָר געפֿונען דעם קאָנטראָווערסאַלן מיטאָלאָגישן טראַקטאַט „די ווײַסע געטין‟ פֿונעם בריטישן דיכטער ראָבערט גרייווז (יענע רוסישע ווערסיע איז אַרויס אין 2007). דאָס אַרויסגעוואָרפֿענע בוך איז געווען שטאַרק צעשעדיקט פֿון רעגן, נאָר דער צוועלפֿטער קאַפּיטל, וועגן דעם אירלענדישן באַרד אַמערגין, האָט זיך על־פּי נס אָפּגעהיט. כ׳האָב געפֿונען דאָס אָריגינעל

ע ענגלישע בוך אויף דער אינטערנעץ. אין יענעם קאַפּיטל ווערט דערציילט, ווי דער לעגענדאַרער דיכטער

אַמערגין האָט מיטן כּוח פֿון זײַן פּאָעטישער מאַגיע מנצח געווען די מעכטיקע מכשפֿות, וועלכע האָבן אויפֿגעשטעלט כּישופֿדיקע כוואַליעס־באַריערן צווישן זײַן שיף און די ברעגן פֿון אירלאַנד.

בדרך־כּלל, האָב איך שוין דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי צו געפֿינען מײַן אוצר. צוערשט, האָב איך איבערגעזעצט דאָס ליד, וואָס נינאַ בראָדסקאַיאַ זינגט אינעם גאָר באַרימטן סאָוועטישן פֿילם „איוואַן וואַסיליעוויטש בײַט די פּראָפֿעסיע‟. פּונקט ווי ראָטאַרו, איז זי הײַנט אַ 75־יאָריקע פֿרוי. איינער אַן אינזשעניר שאַפֿט דאָרט אַ צײַט־מאַשין פֿון משונהדיקע עלעקטראָנישע דעטאַלן און פֿאַלט אַרײַן אין דער תּקופֿה פֿונעם צאַר איוואַן דעם גרויזאַמען (16טער יאָרהונדערט). ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז בראָדסקאַיאַ זינגט אויך לידער אויף ייִדיש. די ווערטער פֿונעם ליד האָט אָנגעשריבן לעאָניד דערבעניאָוו, זייער אַ באַקאַנטער מחבר פֿון סאָוועטישע זינגלידער. דער קאָמפּאָזיטאָר, אַלעקסאַנדר זאַצעפּין איז אויך געווען באַרימט.

מיט ליבע טרעפֿן זיך — אַ קשיא גרונדיקע,
די ערד טוט דרייען זיך רונדיקע, רונדיקע,
עס פֿליט די ערד אַרום דורך די מהומה־טעג,
גאָר ניט גרינג, גאָר ניט גרינג איז דער ליבעס וועג.

עס טוען יאַנוואַר־וויוגעס קלינגען,
דער רעגן אין לוזשעס מאַכט רינגען,
די שטערן זיך קרײַזן און זינגען,
אין די שטעט גייט אַ רעש.
און מענטשן פֿאַרקוקן דעם צווייטן,
זיי גייען פֿאַרבײַ לעם דעם צווייטן,
פֿאַרלירן זיי איינער דעם צווייטן,
און דערנאָך וועלן קיינמאָל ניט זען.

אין ליבע איז דאָ־הי אַ קשיא שווערלעכע,
דו טרעפֿט זי, נאָר צי ז׳זי ערלעכע, ערלעכע?
דו טרעפֿסט אַ פֿאַלשיקע, נאָר אין מהומה־טעג
איז דאָך שווער, איז דאָך שווער מאַכן זי אַוועק.

און ערגעץ איז פֿאַראַן אַ ליבע הייליקע,
ניט צו פֿאַרבײַטן זי, אייביקע, אייביקע.
שוין לאַנג איך זוך זי, נאָר אין די מהומה־טעג
גאָר ניט גרינג, גאָר ניט גרינג איז צו איר דער וועג.

דער לעצטער עטאַפּ איז געווען דאָס ליד פֿונעם פֿילם „אַווענטורעס פֿון עלעקטראָניק‟. עלעקטראָניק איז דאָ אַ פּערזענלעכער נאָמען; אַזוי הייסט דער הויפּט־העלד, אַ ייִנגל אַ ראָבאָט. די ווערטער האָט אָנגעשריבן יורי ענטין, אַ סאָוועטישער ייִד, און די מוזיק — דער זייער באַוווּסטער סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר יעווגעני קרילאַטאָוו. אָט דער שעפֿערישער דועט האָט געשאַפֿן זייער אַ סך לידער, וואָס בלײַבן פּאָפּולערן ביזן הײַנטיקן טאָג.

יונג־אַפּריל, די פֿייגל זינגען,
שניי צעגייט אין אַלטן הויף,
און די הוידלקע נעמט שווינגען
אין איר לוסטיקן געלויף.

אַלץ פֿאַרגעסן ווערט אַצינדער,
ס׳רײַסט בײַם האַרצן אין דער ברוסט:
נאָר דער הימל, נאָר די ווינטן,
נאָר פֿאָרויס אַ פֿרייד מיט גלוסט.

ביז יאָדלע־שפּיצן וויגלט,
מיט גאָרניט ניט באַמיט,
די הוידלקע באַפֿליגלט
זי פֿליט, זי פֿליט, זי פֿליט.

ווען־ניט־ווען די קינדער־יאָרן
בלײַבן ניט אויף אייביק גרין,
און די קינדער, גרויס געוואָרן,
זיך צעפֿליִען ווער וווּהין.

נאָר דערווײַל מיר זענען קינדער,
וואַקסן נאָך אַ סך דו מוזסט,
נאָר דער הימל, נאָר די ווינטן,
נאָר פֿאָרויס אַ פֿרייד מיט גלוסט.

קרײַזט די ערד מיט בלויע אייגלעך
אין אַ וועסנעדיק געדריי,
און עס זינגען אונדז די פֿייגלעך,
און מיר זינגען גלײַך ווי זיי.

על־פּי קבלה איז גרינג צו פֿאַרשטיין, אַז די דאָזיקע צוויי לידער רעפּרעזענטירן די ווינטערדיקע און פֿרילינגדיקע תּקופֿה (יאַנואַר און אַפּריל). צווישן זיי פֿאַלט אויס די קעלטישע חגא אימבאָלג — אויך באַקאַנט ווי דער טאָג פֿון דער הייליקער בריגיטע (ברידזשיט). כ׳האָב אָנגעצונדן אַ פֿײַער בײַם פֿינצטערן בײַנאַכטיקן ברעג, זיך צוגעהערט צו די סאָוועס און אין די פֿלאַמען דערזען מײַן אוצר צווישן די פֿאַרשנייטע קוסטן: עטלעכע צעבראָכענע מכשירים פֿון די 1960ער יאָרן, פֿון איידער איך בין געבוירן געוואָרן.

מיט דער הילף פֿון זייער צויבער־כּוח האָב איך משׂיג געווען, ווי אַזוי מע קאָן פֿאַנאַנדערשטעלן די צעלעכלעך אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן לויט אַ פּשוטן עוואָלוציע־כּלל און פֿאַרוואַנדלען זיי אין אַ ווירטועלן קאָמפּיוטער, וואָס דערמאָנט אין די עכטע רעכן־מאַשינען פֿון 40 יאָר צוריק.

דעם אָריגינעלן אַלט־אירלענדישן טעקסט פֿון אַמערגינס שפּרוך־ליד קענט איר גרינג געפֿינען אויף דער אינטערנעץ, הגם כּלערליי סתּירותדיקע ענגלישע אָפּטײַטשן זענען ניט פֿאַרלאָזלעך, נאָר מײַן אייגענעם וואַריאַנט אויפֿן לשון־תּרגום האָב איך פֿאַרברענט און כּמעט פֿאַרגעסן. די מאַגיע איז געווען צו מעכטיק און איך האָב געמוזט פֿאַרניכטן יענעם כּתבֿ־יד. איך שליס מײַן גילוי־סודות מיט אַן איבערזעצונג פֿון וויליאַם באַטלער יעיטס:

די רויז פֿון דער וועלט

ווער טרוימט, אַז שיינקייט ווי אַ חלום אויס?
פֿאַר יענע ליפּן, טרויעריק און רויט,
קיין נײַע וווּנדער ווערן זיי פֿאַרטרויט:
פֿון טרויע בלײַבט דאָך נאָר איין קבֿר גרויס
און אישנעכס* קינדער — טויט.

מיר גייען מיט דער וועלט באַמיט פֿאַרבײַ:
נשמות אײַלן דורכן אָרט און צײַט,
ווי מוטנע וואַסערן אין ווינטערדיקער ווײַט
פֿאַרבײַ די שטערן, הימלען — קלאָר פֿון ס׳נײַ,
אַן עלנט פּנים בלײַבט.

מלאכים, דינט אין אײַער נעפּל־וועלט:
נאָך לאַנג פֿאַר אײַך, פֿאַר יעדן האַרץ, זי איז
געשטאַנען בײַ זײַן כּיסא, מיד און זיס,
ער האָט די וועלט מיט גראָזן אויסגעשטעלט
פֿאַר אירע וואַנדער־פֿיס.

  • אישנעך (אוסנע) — איינע אַ מאַמע אין די אירלענדישע פֿאָלקס־מעשׂיות. איר זון נישע איז געווען פֿאַרליבט אין דער וווּנדערשיינער יונגפֿרוי דיירדרע; צוליב איר שיינקייט איז ער טראַגיש אומגעקומען צוזאַמען מיט זײַנע צוויי ברידער.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s