אין די טעג פֿון קאָראָנאַ־ווירוס (סוף)
יעווגעני קיסין
יעדעס מאָל, װען איך לײען, װי די אוקראַיִנישע אַרמײ מיט די פֿילצאָליקע ישׂראלדיקע װאָלאָנטיאָרן אין אירע רײען, דער רוסישער פֿרײַװיליקער קאָרפּוס און דער לעגיאָן „פֿרײַהײט צו רוסלאַנד‟ שלאָגן די רוסישע באַנדיטן, פֿיל איך נישט בלױז פֿרײד און התפּעלות, נאָר אױך דאַנקבאַרקײט צו יענע העלדן, מחמת איך פֿיל, אַז זײ נעמען נקמה אױך פֿאַר מײַנע קינדערשע דערנידעריקונגען…