טריפּטיך: אָזערע־זאַווערוכע־לבֿנה
יעווגעני קיסין
װױנט דאָרטן אַ שבֿט אַ קלײנער, װאָס מ׳רופֿט אים אָן „ייִדן‟,
און מיך שױן פֿון לאַנג יעדן חודש זײ בענטשן.
װאָס קאָן איך דאָ זאָגן — כ׳קאָן זײַן נאָר באמת צופֿרידן,
װאָס פֿרײַנד כ׳האָב געטרײַע צעװישן די מענטשן…