אַ גילגול פֿון אַן אַמעריקאַנער קאַר
באָריס סאַנדלער
זיי זײַנען געבליבן ביידע, דער באַלעבאָס און סרוליק, פּנים־אל־פּנים. פֿאַראייניקט האָט זיי איצט די בשותּפֿותדיקע עלנטקייט, אָנגעזעטיקט מיט דערמאָנונגען פֿון פֿאַרגאַנגענע יאָרן און מײַלן. ווי פֿלעגט דער באַלעבאָס זאָגן: „אין דער יוגנט אַ פֿערדל, אויף דער עלטער אַ קליאַטשע…‟