פֿון אונדזער עזבֿון: שמואל האַלקין (1897־1960)
דאָס איז אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג. אַ מין ייִדישער העברעער. אין זײַן ריטעם פֿילט זיך דער רעטשיטאַטיוו פֿון העברעיִש. אַן אייגנאַרטיקער טאַלאַנט, וועלכער ציט זײַן יניקה מער פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור און האָט אַ קנאַפּע אינערלעכע פֿאַרבינדונג מיט דער מסורה פֿון ייִדיש…