לאַפּסוס־קאַקטוס — 19

ווי ווערטער רופֿן זיך אָפּ (7)

איך קוק צו מאָל אַרײַן אין אונדזערע קאַרגע ייִדישע פּובליקאַציעס, וווּ מע קאָן געפֿינען, אַ חוץ לידער, אויך פּראָזע־ווערק פֿון יונגע מחברים. פֿאַרשטייט זיך, זיי מאַכן די ערשטע טריט, און פֿאָרט קאָן מען שוין הערן אין זייערע קולעכלעך אייגנאַרטיקע קלאַנגען. זיי האָבן וואָס צו זאָגן און מיט דער צײַט, גלייב איך, וועט אויך קומען דער אייגענער אופֿן, ווי אַזוי עס צו דערציילן.

אַן אַנדער זאַך, אַז די שפּראַך, דאָס שילדערן קומט בײַ זיי אַרויס נישט פֿון די לעבעדיקע היימישע קוואַלן, נאָר פֿון די ביכער, פֿון דער „אַקאַדעמיע‟, אַזוי צו זאָגן. מע קאָן עס פֿאַרשטיין: ייִדיש איז פֿאַר זיי נישט קיין מאַמע־לשון און אַפֿילו נישט קיין באָבע־לשון, נאָר שוין גיכער, ביכער־לשון. דער אָפּקלאַנג פֿון ווערטער קומט נישט פֿון לעבעדיקע קולות און אינטאָנאַציעס, נאָר פֿון אַ שטום־רעדן — פֿון שורות זאַצן און פּאַראַגראַפֿן.

הײַנט, צום גליק, זײַנען דאָ נישט ווייניק מוסטערן פֿון אַ לעבעדיקן ייִדיש, צונויפֿגעזאַמלט פֿון די רײַזעס איבער פֿאַרשיידענע טיילן אין אייראָפּע. מע קאָן זיי גרינג געפֿינען אין דער ווירטועלער וועלט. הערט זיך אײַן אין אָט די שטייגערישע לעבנס־דערציילונגען פֿון פּשוטן עמך. זאַפּט אין זיך אײַן די זינגעוודיקע שפּראַך־מוזיק. זאָל זי אײַך באַגלייטן בשעתן שאַפֿן. דעמאָלט וועט אויך אײַער אייגענע שפּראַך אַ שפּיל טאָן מיט צענדליקער אויבערטענער און פֿאַרבן.

צו מאָל, כּדי זיך אָנצושטעקן מיט דער ציכטיקער פֿאָלקס־שפּראַך, לאָז איך זיך אויך אין אַ קורצער רײַזע איבער דער ייִדישער ווירטועלער וועלט. לעצטנס האָב איך פֿון דאָרט געבראַכט אַ גאַנצן זאָק מיט אַ זעקעלע פֿון קאָלירפֿולע אויסדרוקן:

אַ כמאַליע און אַ סמאַליע
געוואַרט און געשמאַכט
קלעמעניש און בענקעניש
ווײַס, ווי פּינע־מילך (שוים)
אַ מויל, ווי אַ טויער די גרייס

און ווי געפֿעלט אײַך אַזאַ אויסדרוק: „ער איז געקומען צום סאַמע סטיס!‟ — דערמיט וויל מען זאָגן, אַז ווײַטער איז שוין נישטאָ וווּהין צו גיין; אַז ס׳איז געקומען צום העכסטן פּונקט, צום קריטישן מאָמענט.

פֿאַר יעדן ביסל פֿרייד באַצאָלן מיר מיט ריקעס [טײַכן] בלוט!
דער הויכער הימל מיניעט זיך [שימערירט], בײַט יעדעס מאָל די קאָלירן.
ס׳איז געווען אַ פּעכיקער [אָנגעגליטער, פּעך און שוועבל] שבתדיקער נאָכמיטאָג.

פֿון איינער אַ פֿרוי, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון מײַנע בעסאַראַבער מקומות, האָב איך פּלוצעם דערהערט ווי זי זאָגט: „דער בחור האָט זיך אויסגעראָסטיעט אין גראָז…‟ — און כ׳האָב זיך דערמאָנט, ווי מײַן מאַמע פֿלעגט אַוועקלייגן מײַן קליין שוועסטערל אויפֿן דיוואַן און מיט די הענט דורכפֿירן איבער איר ווייכן קערפּערל — פֿון די אַקסעלעך ביז די פּיאַטקעלעך. דערבײַ האָט די מאַמע צוגעסמאָטשקעט און אויסגעזונגען: „ראָסטי, ראָסטי, ראָסטי!…‟ וואָס דאָס וואָרט „ראָסטי‟ האָט געמיינט, האָב איך פֿאַרשטאַנען, הערנדיק דעם אינטערוויו מיט דער בעסאַראַבער ייִדענע. „אויסראָסטיען‟, מיינט דאָך זיך אויסציִעגן אין דער לענג. „דער בחור האָט זיך אויסגעראָסטיעט [אויסגעצויגן] אין גראָז…‟
און מײַן מאַמע האָט מיט איר „מאַסאַזש‟, געמיינט: „צי זיך אויס, וואַקס‟. „ראָסטי‟ קומט דאָך פֿונעם רוסישן וואָרט — „ראַסטי‟ — וואַקס.

די פֿאָריקע נאָטיץ האָב איך פֿאַרענדיק מיט אַן אויסצוג פֿון יאַנקל יאַקירס דערציילונג „די לבֿנה קוקט דורך אַ בריל‟. וואָס זשע מיינט עס? דער שרײַבער אַליין דערקלערט עס, אַז אַזוי פֿלעגט זאָגן זײַן מאַמע: „ווען די פֿינצטערניש איז אַזוי געדיכט, אַז מע קען זי שנײַדן מיט אַ מעסער, מוז די לבֿנה אַראָפּקוקן דורך אַ בריל.‟

אײַ, וווּ נעמט מען הײַנט אַזעלכע ייִדישע מאַמעס?!

לאַפּסוס־קאַקטוסкактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s