מײַן מאָלדאַווישע שולמית

משה לעמסטער
דער דעמב האָט געצויגן זיך אַרויף און אַרויף, ווילנדיק דערגרייכן צום סאַמע הימל. גאָט האָט דערזען, אַז די דעמבענע צווײַגן וועלן שוין באַלד דערגרייכן צו די וואָלקנס. האָט זיך אין אַ טאָג צעשפּילט אַ שטורעם און גאָט האָט מיט עטלעכע בליצן צעשפּאַלטן דעם שטאַם פֿונעם דעמב אויף צווייען…