מאַדאַם באַטערפֿלײַ
באָריס סאַנדלער
כ׳האָב געקענט ראָוז נאָך פֿון די צײַטן, ווען מ׳האָט זי גערופֿן רייזעלע. אַ טאָכטער פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן פֿרומען ייִד אין פֿלאַטבוש, האָט רייזעלע גענאָסן פֿונעם פֿעטן לעבנס־טשאָלנט, ביז זי האָט זיך פֿון דעם כּשרן טאָפּ אַרויסגעגליטשט און איז אַרײַנגעפֿאַלן אינעם זודיקן שמאַלצגרוב פֿון זשומיקע קערמעשלעך, סינעמאַס, בראָדוויי־שאָוס, ראָמאַנטישע ליבעס, מיט איין וואָרט — אויס טאַטע־מאַמע, אויס ייִדישע היים, אויס ייִדישקייט!..