דער לעצטער ליבע־בריװ

דוד עומר כּהן
ס’איז געװען אין פּאָרטאָ, װוּ מיר זענען אײַנגעשטאַנען אױף אַ װאָך װאַקאַציע אין גאָר אַ מאָדנעם האָטעל. סטיװען קינג האָט אַ מאָל באַשריבן אַזאַ אָרט אינעם בוך „דע שײַנינג‟ — אַ האָטעל, װוּ מע מײנט, אַז טאָמער מע בלײַבט דאָרט צו לאַנג, גייט מען באַלד אַראָפּ פֿון זינען…