די אָפּגעשטויסענע (7)
בערל קאָטלערמאַן
אינעם לאַגער האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ בלוטיקער שלאַכט. די מאָנגאָלישע שלאַכטמענער האָבן זיך געשלאָגט זייער ערנסט. דער רוים צווישן די בײַדלעך האָט זיך גיך פֿאַרפֿילט מיט טויטע קערפּער. נאָר די קאָזאַקן האָבן גענומען מיט זייער צאָל, און די מאָנגאָלן — איינער קעגן צוויי, האָבן זיך פּאַמעלעך ..צוריקגעצויגן קיין סטעפּ אַרײַן.