פֿון אונדזער עזבֿון: ישׂראל עמיאָט־גאָלדוואַסער (1909־1978)
סוף 1948, ווען ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די רדיפֿות אויף דער ייִדישער קולטור, האָט מען אים אַרעסטירט. אין משך פֿון אַ יאָר איז ער געזעסן אין כאַבאַראָווסקער תּפֿיסה, דערנאָך האָט מען אים פֿאַרשיקט אין ”טײַשעט־לאַגער“ אין מיזרח־סיביר, פֿון וואַנען מע האָט אים באַפֿרײַט לויט דער אַלגעמיינער אַמניסטיע…