משה לעמסטער
איך בין אַ ייִד, נאָר…
איך בין אַ ייִד!
נאָר דאָס מיינט ניט, אַז כ’בין פֿון אַנדערע בעסער.
די וועלט און דאָס לעבן איך בענטש.
איך פֿיל אין מײַן האַרצן, אַז מיר זאָגט דער באַשעפֿער:
האָב ליב דעם מענטש!
האָב ליב דעם מענטש!
האָב ליב דעם מענטש!
איך בין אַ ייִד!
נאָר דאָס מיינט ניט, אַז כ’בין פֿון אַנדערע גרעסער
איך פֿאַרגעטער ניט די רײַכקייט און געלט
איך פֿיל אין מײַן האַרצן, אַז מיר זאָגט דער באַשעפֿער:
האָב ליב די וועלט!
האָב ליב די וועלט!
האָב ליב די וועלט!
איך בין אַ ייִד!
נאָר דאָס מיינט ניט, אַז כ’שטיי פֿון אַנדערע העכער
אויף מײַן טיש אַ סידור תּמיד עס ליגט
איך פֿיל אין מײַן האַרצן, אַז מיר זאָגט דער באַשעפֿער:
האָב מיך ליב!
האָב מיך ליב!
האָב מיך ליב!
איך בין אַ ייִד!
נאָר דאָס מיינט ניט, אַז די אַנדערע שטײַג איך איבער
מיט אַ תּפֿילה הייב איך אָן יעדן טאָג
איך פֿיל אין מײַן האַרצן ברענען פֿלאַמען פֿון ליבע:
צום מענטש,
צו דער וועלט,
און צו גאָט…
אַפּריל, 2026
דער עפּל
מײַן ליבע די טירן עפֿן
ס’האָט געשיקט מײַן מאַמע
פֿאַר דיר פֿון סאָד אַן עפּל,
וואָס איז דער שענסטער סאַמע.
דער עפּל וואָס דער מאַמעס
הערט ניט אויף צו שמעקן
ער האָט דאָך זיבן טעמען
געשמאַקער פֿון אַ לעקעך.
זי וויל זאָלסט נחת שעפּן
זאָלסט וויסן בײַ דעם עסן —
איר זון איז אויך אַן עפּל!
פֿון די סאַמע שענסטע…
דרײַ ימען
די ייִדן געהאַט האָבן פֿיר מאַמעס —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
און דער קליינער ישׂראל האָט דרײַ ימען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
אונדזער טשאָלנט האָט זיבן טעמען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
דאָך דער קליינער ישׂראל האָט דרײַ ימען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
גוט אויף שבת אונדז צוזאַמען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
זעט, דער קליינער ישׂראל האָט דרײַ ימען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
און מיר שטאַמען פֿון אַבֿרהמען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
און מײַן קליין ישׂראל האָט דרײַ ימען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
מיט אונדז זײַנען בוראס פֿלאַמען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
ווייסט, מײַן קליין ישׂראל האָט דרײַ ימען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
אונדזער לאַנד דאָס שענסטע סאַמע —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
ווײַל דער קליינער ישׂראל האָט דרײַ ימען —
אָט אַזוי־אָ! אָט אַזוי!
מײַן היים איז אויף תּמיד דאָ!
וווּ אין ישׂראל כ’זאָל מײַן נחת ניט שעפּן:
אין אַ קיבוץ, אין אַ שטעטל, אין אַ שטאָט.
דאָ זײַנען: די ייִדישע ערד,
די ייִדן
און ערגעץ דערנעבן
אונדזער אייבערשטער, אונדזער ייִדישער גאָט.
אין ערגעץ אויף דער וועלט איז ניט צו טרעפֿן,
אַזאַ אָרט איז אין ערגעץ מער ניטאָ,
וווּ עס זײַנען: די ייִדישע ערד,
די ייִדן
און ערגעץ דערנעבן
אונדזער אייבערשטער, אונדזער ייִדישער גאָט.
אויף דער ייִדישער ערד מיט די ייִדן דאָ־אָט
איז פֿאַר מיר דאָס סאַמע שענסטע לעבן,
און פֿאַר דעם דאַנק איך אונדזער ייִדישן גאָט,
וועלכער איז תּמיד לעבן מיר ערגעץ דערנעבן.
דערפֿאַר איז פֿאַר מיר מײַן איינציק נעסטל,
מײַן היים פֿאַר מיר איז אויף תּמיד נאָר דאָ,
וווּ עס זײַנען: די ייִדישע ערד,
די ייִדן
און ערגעץ דערנעבן
אונדזער אייבערשטער, אונדזער ייִדישער גאָט.