צווישן קאָסעוו און קיטעוו

פֿון יואל מאַטוועיעוו

און איך גיי אַרויס פֿון מציאות
אין וויסטלעכן ציפֿערן־סאָד
צערײַס איך דאָס כּלומרשטע קבֿיעות,
פֿון סיבות־מחשבֿות די ראָד.

דײַן לערנבוך לייען איך, קלעטער
אַליין אָן קיין מענטשן, אין־סוף, —
דעם ווילדן עץ־חיים אָן בלעטער
מיט וואָרצלען פֿון אַלף ביז תּוו.
אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

— פֿיליפּ, גיי אַראָפּ און ברענג מיר אַ פֿלאַש ווײַן פֿונעם קעלער! פֿון נוישטאַדט, הונדערט יאָר צום ווייניקסטן. דער באָרדאָ איז מיר שוין נימאס געוואָרן. ניין, ברענג בעסער אַ ייִנגערן, פֿון דעם יאָר, ווען איך בין געבוירן געוואָרן!

— יאָ, אײַער אימפּעראַטאָרישע מאַיעסטעט!

הער פֿיליפּ טעאָפֿראַסט פֿאָן האָהענהײַם האָט באַדינט איר אימפּעראַטאָרישע מאַיעסטעט שוין כּמעט 10 יאָר. צום גליק, האָט זי גוט פֿאַרגעסן, אַז די אַלטע פֿעסער טאָקײַער ווײַן האָט געבראַכט איינער אַ ייִד פֿון נוישטאַדט־אַם־צעלטבערג, פֿון איהעל, ווי די ייִדן אַליין רופֿן אָן יענע שטאָט אויף זייער הענטשקע־לשון.

אַמאָל האָט ער אונטערגעהערט, ווי דער סוחר שמועסט אָפּ שטילערהייט מיט זײַן שותּף צו העכערן די פּרײַזן פֿונעם קיניגלעכן ווײַן. קיין סך פֿון זייערע ווערטער האָט פֿיליפּ נישט פֿאַרשטאַנען, כאָטש ער, זײַענדיק אַ מיוחסדיקער אַלכעמיקער, איז געווען נישקשהדיק באַהאַוונט אין לשון־קודש. ער האָט געוווּסט, אַז בײַ די אונגאַרן הייסט נוישטאַדט אוהעל, דעריבער האָט ער געכאַפּט דאָס פֿאַרקריפּלטע ייִדישע צונעמעניש. ס׳הייסט בײַ זיי כּמעט ווי „איגעל‟ — דאָס חיהלע מיט שטעכלעך.

נישט נאָר ייִדן, אַפֿילו די לוטעראַנער האָט איר מאַיעסטעט מאַריע־טערעזע נישט געזשאַלעוועט. ווי אַ קאַטויל, האָט פֿיליפּ געמוזט מכבד זײַן די מלכּה. אין זײַן האַרצן האָט ער אָבער געטראַכט: לאָז אַ פֿרוי פּראַווען מיט אַזאַ גרויס לאַנד — און נאַט אײַך, אַזאַ סטערווע! ווען זי האָט שטאָלצירט מיט איר כּלומרשט גוט לאַטײַן, האָט זיך אים געוואָלט איר ענטפֿערן: Lingva latina non penis canina [1]! מן־הסתּם, וואָלט די מלכּה אַפֿילו נישט פֿאַרשטאַנען זײַנע ווערטער. מאַריעס לאַטײַן האָט געקלונגען כּמעט אַזוי משוגע, ווי לשון־קודשדיקע ווערטער בײַ די ייִדישע סוחרים אין מויל.

אַפֿילו אַזאַ געטרײַען באַדינער ווי פֿיליפּ האָט געקאָנט דראָען טורמע. ווען די אימפּעראַטאָרשע האָט זיך שוין געגרייט צו פּראַווען איר 40־יאָריקן געבורטסטאָג, איז אין איר מטורפֿדיקן קאָפּ אַרײַן דער רוח צו אַסרן אַלע אַסטראָלאָגישע חשבונות און אַפֿילו שטערן־טאַבעלעס, וועלכע זענען אַזוי נייטיק פֿאַר אַלכעמישע עקספּערימענטן. יענעם טאָג איז זי געזעסן, ווי געוויינטלעך, בײַם מאַרמאָרנעם טישל און געטרונקען איר באַליבטן טאָקײַער ווײַן פֿון אַ גאָלדענעם כּוס. ווער ווייס, וואָס נאָך וועט אַרײַנפֿאַלן אין איר אינקוויזיציע־פּלאַן.

צום גליק, האָט פֿיליפּ אַליין געהאַט דעם בעסטן האָלענדישן טעלעסקאָפּ, אַ נאַוויגאַטאָרישע ווירע פֿון העלפֿאַנדביין — אַ טײַערע מתּנה פֿון אַן ענגלישן קאַפּיטאַן — און אַפֿילו אַ רעכן־מאַשין. זײַן זיידע ע״ה פֿלעגט דערציילן, אַז דער גרויסער גאָטפֿריד ווילהעלם פֿאָן לײַבניץ אַליין האָט אָט די רעכן־מאַשין געשאַפֿן מיט זײַנע אייגענע הענט. אַחרון אַחרן חבֿיבֿ, האָט פֿיליפּ געירשנט פֿונעם זיידן אַן אויסערגעוויינטלעך פּינקטלעכע פּערסישע אַסטראָלאַביע. כאָטש פֿיליפּ האָט אויך געהאַט עטלעכע גוטע ווינער אַסטראָלאַביעס, האָט ער, צום מערסטן, ליב געהאַט דעם שײַנענדיקן בראָנדזענעם מיזרחדיקן אינסטרומענטן, באַצירט מיט פּרעכטיקע אַראַבישע ווערטער און אָרנאַמענטן.

אינעם קעלער, האָט פֿיליפּ קודם אויסגעטרונקען אַליין אַ פּאָר גלעזער, זיך פֿאַרטראַכט וועגן דעם שווערן גורל פֿון זײַן מאַמע־עסטרײַך, אָנגעגאָסן צוויי פֿלעשער און געגאַנגען פּאַוואָלינקע צוריק אַרויף אויף די טרעפּ, אינעם צענטראַלן פֿליגל פֿונעם פּאַלאַץ.

די מלכּה איז געזעסן אינעם ווינקל בײַ איר מאַרמאָרנעם טישל און געקוקט אויף דער בליץ־מאַשין. אַ יונגער סטודענט פֿון דער ריטער־אַקאַדעמיע האָט זי אַרײַנגעטראָגן אינעם זאַל צוזאַמען מיט צוויי זעלנער. ער האָט עפּעס דערציילט מאַריע־טערעזען וועגן דער עלעקטרישער פֿליסיקייט. פֿיליפּ האָט ביזן ראַנד אָנגעגאָסן דעם טאָקײַער ווײַן אין איר בעכער. מאַריע־טערעזע האָט פֿאַרראָכטן דאָס ברייטע סאַמעטענע רויטע פּאַראַד־קלייד מיט שמאַראַגדן און גאָלדענע בראָשקעס און פֿאַרזוכט די שפּאַנישע מאַסלינעס.

אינעם זאַל האָט זיך געשפּירט אַ פֿרישער גערוך פֿון אַן עכטן דונער. יעדעס מאָל, ווען דער יונגער געלערנטער האָט געדרייט דאָס הענטל פֿון דער מאַשין, האָט די שורשענדיקע וואָל זיך געריבן אויף דער גלעזערנער קויל. צווישן צוויי בלאַנקענדיקע שטאָלענע קײַלעכס האָט זיך כּסדר געוויזן אַ קורצער בלויער בליץ, וואָס האָט געשאַלט ווי אַ שאָס פֿון אַ ביקס.

דער יונגער אינזשעניר פֿון דער קיניגלעכער אַקאַדעמיע האָט דעמאָנסטרירט, ווי דער בליץ צינדט אָן קעראָסין און פּולווער. די עלעקטרישע פֿליסיקייט, האָט ער מסביר געווען, גיסט זיך אַרײַן דורך די קופּערנע דראָטן אינעם גרויסן סלוי, באַדעקט מיט אַ דינעם שיכט צין פֿון אויסווייניק און מיט גאָלד־פּאַפּיר פֿון אינווייניק.
ס׳האָט שוין געדעמערט. די בליצן האָבן זיך אָפּגעשלאָגן אין די שפּיגלען און באַגילדעטע לײַכטערס פֿונעם זאַל. צום דונער־גערוך האָט זיך צוגעמישט דער ריח פֿון קעראָסין און פּולווער.

fantastish - 2
איר נשמה איז אַרויס פֿונעם טאָג־טעגלעכן מציאות, ווײַט אַוועק פֿונעם זינדיקן מענטשלעכן קאָסמאָס

נישט געקוקט אויפֿן סקריפּען, שורשען און שאַלן, האָט מאַריע־טערעזע אײַנגעדרימלט אונטער די נודנע הסברים פֿונעם סערזשאַנט פֿאָן פֿריש. אַזוי ווי אַ בליץ, איז אויך איר נשמה אַרויס פֿונעם טאָג־טעגלעכן מציאות, ווײַט אַוועק פֿונעם זינדיקן מענטשלעכן קאָסמאָס. נאַקעטערהייט, איז זי געשטאַנען אין אַ ליידיקן ווינטערדיקן גאָרטן פֿאַר אַ ריזיקן שפּיגל אין אַ זילבערנער ראַם, באַצירט מיט לייבן און אָדלערס. די גרויע פֿאַרשנייטע ביימער האָבן איר דאָרמענט אין אַן אַריטמעטישער טאַבעלע. דאַכט זיך, אַז אינעם גאָרטן זענען געוואַקסן נישט ביימער, נאָר מספּרים און אותיות פֿון דער לשון־קודשדיקער ביבל. איר לערער פֿון לאַטײַן, אַ שלאַנקער און קלוגער יעזויִט־מאָנאַך, האָט די צוקונפֿטיקע אימפּעראַטאָרין מיט זיי באַקענט אין אירע מיידלשע יאָרן.

די מלכּה איז צוגעקומען צום זילבערנעם שפּיגל. פֿון דאָרטן האָט אויף איר געקוקט אַן אַלטער זקן מיט אַ לאַנגער װײַסער באָרד, אָנגעטאָן אין אַ גינגאָלדענעם העלם און אַ גרינעם קאַפֿטן מיט אַ ברייטן ווײַסן גאַרטל. איבער זײַן קאָפּ האָבן מיטאַמאָל געשײַנט די זון און די לבֿנה. Igne Natura Renovatur Integra [2] — איז געשטאַנען אָנגעשריבן אויף דעם גרויסן גלעזערנעם גלאָבוס בײַם זקן אין דער רעכטער האַנט. דער גלאָבוס האָט אויסגעזען פּונקט ווי דער עיקר־טייל פֿון פֿאָן פֿרישס עלעקטרישער מאַשין.

אינעם סאָד, צווישן די מאַטעמאַטיש־גענוי פֿאַרפֿלאַנצטע און אָפּגעשניטענע ביימער, איז פֿאַרבײַ דאָס קליינע שטעכיקע חיהלה. „איגעל־שמיגעל‟, האָט פֿיליפּ אַ טראַכט געגעבן וועגן די ייִדישע סוחרים.

***

צװישן קאָסעוו און קיטעוו
זענען פֿייגעלעך פֿאַראַנען, זענען פֿייגעלעך פֿאַראַנען,
וווּ דער בעל־שם, וווּ דער הייליקער בעל־שם
לערנען שירה איז גיגאַנ׳ען…
אַ חסידישער ניגון

דאָס הילכיקע „הו־הו‟ אויבן האָט איבערגעריסן פֿײַוויש אוילענבוימס חלום, וווּ ער האָט זיך אויף אַ רגע געזען, דאַכט זיך, מיט דער באַרימטער אונגערישער מלכּה מאַריע־טערעזע, אינמיטן אַ סודותפֿולן אײַז־גאָרטן. הגם זײַן פֿעטער מאַכט דערפֿון אַ גרויסן סוד, האָט זיך אין מאָנסי אַפֿילו אין דער וויזשניצער מענער־מיקווה שוין פֿאַרשפּרייט די לשון־הרע, אַז די מומע הינדי, דעם פֿעטער פֿישלס פֿרוי, האָט מורא פֿאַר עפּעס אַ מיסטעריעזן נאַכטפֿויגל.

פֿײַוויש האָט זיך צוגעהערט צום שטילן בײַנאַכטיקן שטעטל. צוליב זײַן עסק מיט דירות האָט ער זיך אָפּגעשטעלט בײַם פֿעטער. גאָרנישט. ערגעץ איז פֿאַרבײַ אַ מאַשין, אינעם הויף זשומזשעט די לופֿט־מאַשין… „הו־הו‟!

ס׳איז דאָך פּשוט אַ סאָווע! די מומע הינדי טאָר נישט אײַננעמען אַזויפֿיל פּילן. אַפֿילו אינעם צימער, וווּ פֿײַוויש איז געשלאָפֿן, האָט זיך אינעם שופֿלעדל פֿונעם נאַכט־טישל געוואַלגערט אַ האַלב־ליידיק פּעקעלע פּערקאָסעט [3]. די מעדיקאַמענטן שאַטן אירע נערוון.

קלערנדיק אַזוי, האָט פֿײַוויש אײַנגעשלונגען דרײַ פּילן פֿון מומע הינדיס שופֿלאָד־זאַפּאַס, פֿאַרטרונקען זיי מיטן „סעלצער‟ און אָנגעהויבן לייענען ווײַטער דעם ענגלישן ראָמאַן „דאָס וויגעלע פֿאַר אַ קאַץ‟. מיט אַן אַנדער „הו־הו‟ איז ער באַלד אײַנגעשלאָפֿן.

***

ס׳לײַכט ברוין די זון אין זאַסקעוויצער וואַלד,
וווּ ס׳ברענען זאַפֿטיק־רויטע מוכאָמאָרן;
וווּ ס׳שפּאַרט מיט פֿוילעניש פֿון יעדן שפּאַלט
און ס׳שטינקען קאָרטשעס פֿון פֿאַר טויזנט יאָרן;
וווּ ס׳קילט די זון און יעדע האָרעדיקע צווײַג
איז צוגעפֿראָרן…
משה קולבאַק

— אָט, זעסט דעם סאָבאָר [4]? דו ווייסט, פֿאַרוואָס אַ קלויסטער מעג האָבן ביז 33 גאָלדענע קעפּלעך, אָבער נישט מער? למעשׂה וועסטו אַפֿילו אין קיִעוו און נאָווגאָראָד נישט טרעפֿן מער ווי אַ טוץ.

— אין וואָלגאָגראַד האָט מען אויסגעבויט אַ סאָבאָר מיט 33 קופּאָלן. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען עס געוויזן אויפֿן טעלעוויזאָר.
— זאָלן זיי זײַן געזונט דאָרטן, אין וואָלגאָגראַד. איך זאָג דיר, יאַשע, אַז אַזוי פֿיל יאָר האָט כריסטאָס אָפּגעלעבט אויף דער ערד. און דו ביסט שוין באַלד אַ בן־שישים. דו דאַרפֿסט זײַן צופֿרידן מיט דײַן גורל און זיך נישט באַקלאָגן, אַז אין דײַן יוגנט האָסטו אַמאָל אויפֿגעגעסן אַ מוכאָמאָר [5]… דער מוכאָמאָר גראַמט זיך, אַגבֿ, מיטן סאָבאָר.

matveyev
צוויי פּאַרשוינען, לויט אַלע סימנים היימלאָזע, זענען געזעסן אויף אימפּראָוויזירטע בענקלעך

צוויי פּאַרשוינען, לויט אַלע סימנים היימלאָזע, זענען געזעסן אויף אימפּראָוויזירטע בענקלעך, וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דיקע סוקעס אַרויפֿגעלייגט אויף קאָרטשעס פֿון נישט לאַנג צוריק אָפּגעהאַקטע טאָפּאָליעס; האָבן זיי געפֿירט אַ פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיע. צווישן די צוויי מענער, אויף אַן איבערגעקערטן הילצערנעם קאַסטן, איז אויף אַ בלאַט צײַטונג־פּאַפּיר געלעגן אַ האַלבער לאַבן ברויט, אַ באַנקע קילקעס [6] און דאָס בוך „מכּוח גראַמאַטאָלאָגיע‟ פֿון זשאַק דערידאַ.

בעת זײַן דרשה וועגן די סאָבאָרן האָט זיאַמע עטלעכע מאָל אַוועקגעטריבן מיט די הענט די פֿליגן, וועלכע האָבן אויך געוואָלט פֿאַרזוכט דעם פֿיש. ווי אַ בולטע אילוסטראַציע פֿון זייער נעבעכדיקן מצבֿ, האָט זיך איבער זייערע קעפּ געטורעמט דער דרײַ־מעטערדיקער גרויער צעמענט־צוים, אויף וועלכן עמעצער האָט אָנגעשריבן מיט ריזיקע דרעק־ברוינע אותיות: ПАРАДЪ БОМЖЕЙ [7].

— לוי־סטראָס האָט אָנגעשריבן אַ גאַנצן באַנד אויף 400 זײַטלעך, זייער אַ באַלערנדיקן, וועגן דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון טרינקען און פֿאַרבײַסן. האָסטו געלייענט זײַנע ווערק וועגן „מיטאָלאָגיק‟? וואָס האָסטו בכלל געלייענט, יאַשע, אַ חוץ די נאַרישע ענגלישע באָבע־מעשׂיות וועגן עלפֿן און גנאָמען?
— זיאַמע, געדענקסט יענעם אַמעריקאַנער ייִד מיט פּאות, וועלכער האָט זיך אַהער געיאַוועט…
— אַוודאי, מיט גלאַשקען! איך געדענק יענעם שוואַנץ גאַנץ גוט. איך ווייס אויך גאַנץ גוט, אַז זי, גלאַשקע, שטייט יעדע נאַכט אָט דאָרטן, אינעם פֿינצטערן ווינקל בײַם האַנדל־צענטער, און טשעפּעט זיך אַפֿילו צו מיר. איר טעלעפֿאָן־נומער האָט זי צוגעקלעפּט אויפֿן שפּיץ פֿון דער טראַנספֿאָרמאַטאָר־בודקע בײַ אונדז אינעם הויף. אויף אירע צעטעלעך רופֿט זי זיך, „גלאַפֿירע די רוסאַלקע‟. כּלומרשט, זי איז דערצו נאָך אַ מומחהטע אינעם האַנדלען מיט ביליקע דירות, צימערן און האָטעל־אַבאָנעמענטן. ווײַזט אויס, אַז זי האָט מיטגעשלעפּט אַהער יענעם אַמעריקאַנער חסיד צו דרייען אים דעם קאָפּ מכּוח אָט־דעם בנין.

זיאַמע האָט אָנגעוויזן אויף דער פֿילשטאָקיקער ציגלנער חורבֿה איבער זײַן קאָפּ, וועלכע איז געווען אַרומגערינגלט מיטן הויכן צוים, בײַ וועלכן ער איז געזעסן מיט זײַן חבֿר.

— דו ווייסט דאָך, אַז ס׳איז אַ געוועזענע אָבשטשעזשיטיע [8]. דעם דריטן שטאָק, וווּ עס אַרבעט נאָך די עלעקטרע, דינגען אַזעלכע קורוועס ווי זי. די ערשטע צוויי שטאָקן פֿאָדערן אַ קאַפּיטאַלנעם רעמאָנט. איבערן דריטן הייבט זיך אָן אַזאַ שרעק, אַז אַפֿילו קעץ דראַפּען זיך אַהין נישט אַרויף.
— זי האָט גערעדט מיטן חסיד אויף ענגליש ווי אַן עכטע אַמעריקאַנקע!
— מיט אירע פֿאַלשע רויטע האָר איז דיר גלאַשקע געפֿעלן געוואָרן! פּונקט אַזוי „גוט‟ קען זי פֿראַנצויזיש און דײַטש… דרײַ ווערטער קאָן זי נישט צונויפֿבינדן אָן אַ גרײַז. אין אייראָפּע האָט זי עטלעכע יאָר אַרומגעהורטעט, האָט זי זיך דאָרטן אויסגעלערט אַ ביסל אויסלענדיש. נאָך דעם האָט מען זי געכאַפּט אין עסטרײַך און דעפּאָרטירט צוריק, צו אונדז קיין וואָלאָגדע. אין איר היסטאָריש היימלאַנד, פֿאַרשטייסט, האָבן די דײַטשן זי אָפּגעשיקט…
— זיאַמע, דו מאַכסט פֿון מיר חוזק? פֿון וואַנען ווייסטו אַזעלכע פּרטים וועגן יענער „רוסאַלקע‟? ביסט גערעכט, זי איז מיר טאַקע געפֿעלן געוואָרן. און זי רעדט ווי אַ געבילדעט אינטעליגענטיש מיידל.

זיאַמע האָט אויסגעטרונקען אַ ביסל בראָנפֿן פֿון דער פֿלאַש, אַרויסגעריסן אַ שוואָם גלײַך מיט דער ערד, פֿאַרביסן, און אויף עטלעכע מינוט אַרײַנגעקוקט מיט אַ פֿאַרטראַכט פּנים אין זײַן פֿראַנצויזיש בוך. פֿונעם צעמענט־צוים האָט געקוקט אַ שוואַרצע קראָ.

— ווייסטו וואָס, יאַשע, לאָמיך דיר קודם ווײַזן די חורבֿה.

„קאַר־ר־ר!‟, — האָט מסכּים געווען די קראָ מיט זיאַמעס אײַנפֿאַל.

די ידידים זענען צוגעקומען צום פֿאַרשימלטן בלאַט פֿאַניר, וואָס האָט צוגעדעקט אַ לאָך אינעם צוים. זיאַמע איז טאַקע געווען גערעכט: דאָס הויז איז נישט אינגאַנצן ליידיק. אויף יענער זײַט צוים האָבן זיך אין דער קלעפּיקער בלאָטע געזען שפּורן פֿון שמאָלע ווײַבערישע שיך.

זיאַמע האָט אַרײַנגעשלעפּט זײַן חבֿר אינעם פֿינצטערן פֿײַכטן קעלער. אַ גרויסער שטשור איז שטילערהייט פֿאַרבײַגעקראָכן, נישט לייגנדיק קיין אַכט אויף די געסט. זעט אויס, אַז מיט זייערע אָפּגעריסענע בגדים האָבן זיאַמע און יאַשע אויסגעזען ווי אַ נאַטירלעכער עלעמענט פֿון דער רעטענישפֿולער אונטערערדישער ביאָספֿערע. אינעם חושך האָט יאַשע קוים דערזען די טרעפּ אויפֿן ערשטן שטאָק.

— דו ווייסט דאָך, פֿאַרוואָס איך לעב ווי אַ באָמזש [9]. מײַן דירה פֿאַרדינג איך, בײַ מײַן משפּחה אין מאָסקווע באַווײַז איך זיך זעלטן, און זיי זענען סײַ ווי סײַ פֿאַרנומען מיט די אייניקלעך. פֿאַרוואָס זאָל איך זיי מטריח זײַן? בײַ אונדז אין וואָלאָגדע קען איך יעדן ווינקל. אַפֿילו די שטשורעס דערקענען מיך שוין אויפֿן פּנים.

fantastish-1
אויפֿן ערשטן שטאָק האָט געהערשט אַ חושך־מצרים

אויפֿן ערשטן שטאָק האָט געהערשט אַ חושך־מצרים. יאַשע איז פֿאָרזיכטיק אַרויפֿגעגאַנגען, זיך האַלטנדיק בײַ די פּאַרענטשן. זיאַמע איז אויף אַ רגע אַוועק אינעם חושך, אָנגעטאַפּט דעם אויסשליסער און אָנגעצונדן דאָס ליכט.

— די חבֿרה אויפֿן דריטן שטאָק האָט די שליסלען און ראַמט דאָ כּסדר אויף. דו וועסט זען, אַז בײַ דער פּאַראַד־טיר זעט אויס דער וועג גאַנץ לײַטיש. בײַם אַרײַנגאַנג האָבן זיי אַפֿילו אויסגעלייגט אַ שיינעם אוזבעקישן טעפּעך. דעם גאַנצן בנין קענסט קויפֿן פֿאַר אַ פּאָר מיליאָן [10], אָבער זעסטו דאָך, אַז ער האַלט בײַם צעפֿאַלן זיך.

פֿון אַ ליידיקער פֿינצטערער דירה מיט פֿאַרקלאַפּטע פֿענצטער אָן אַ טיר איז אַרויס אַ געשטרײַפֿטע גרויע קאַץ מיט ווײַסע אויערן. „קס־קס־קס!‟, האָט זיאַמע אַרויסגענומען פֿון זײַן קעשענע אַ שטיקל וווּרשט. די קאַץ איז צוגעקומען און גענומען זיך רײַבן, מורקענדיק, אין זײַנע פֿיס.

— זי הייסט אויך גלאַפֿירע, דאָס הייסט, גלאַשקע.
— אַלצדינק ווייסטו, זיאַמע? אַז דו ביסט שוין אַזאַ כּל־יודע, זאָג מיר, צי איז דאָס טאַקע אמת, אַז יעקאַטערינע די צווייטע איז איבערגעשלאָפֿן מיט זשאַן־זשאַק רוסאָ?
— יאַשע, לאָז מיך צו רו. אַמאָל איז בײַ דיר אין קאָפּ די רויט־האָריקע רוסאַלקע, באמת אַ שאַטענקע, נאָר דאָס איז גאָר אַן אַנדער מעשׂה — און אָט האָסטו שוין יעקאַטערינע די צווייטע אין זינען. רוסאָ האָט געהאַט אין פּעטערבורג אַ קאָרעספּאָנדענט, קלאָד רוליער… יאַשע, גיב אַ קוק, נאָך איין קאַץ!

אינעם סוף פֿונעם קאָרידאָר האָט זיך באַוויזן אַ פֿעטער שוואַרצער קאָטער. פֿאַרחידושט, האָט יאַשע באַקוקט די פֿאַרקלאַפּטע טיר פֿון דער לעצטער דירה אויפֿן שטאָק. צעדראַפּעט, אָבער פֿאַרשלאָסן!

פֿון וואַנען זשע קומט דער קאָטער? דאָס ליכט האָט זיך פּלוצעם אויסגעלאָשן און זיאַמע מיט יאַשען זענען געבליבן שטיין אין אַ פֿולן חושך.

***


געלייגט דיר דאָס צײַג אונטער די פֿיס
כ׳וואָלט, אָרעם בין איך, נאָר חלומות בײַ מיר:
איך צײַג דיר חלומות אונטער די פֿיס,
טרעט שטיל, ווײַל דו טרעטסט אויף חלומות פֿון מיר.
וויליאַם באַטלער יעיטס

אין דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק האָט פֿײַוויש געבעטן אַ בוך וועגן מאַריע־טערעזע, די קיניגין פֿון עסטרײַך. פֿריִער איז עס געווען בלויז אינעם ייִדישן אָפּטייל, וווּ עס האָט געאַרבעט אַ סימפּאַטישע יונגע ביבליאָטעקאַרשע, מרים־חנה, וועלכע רעדט גאַנץ גוט אויף ייִדיש. אַדרבה, אַפֿילו צו גוט: געוויסע ווערטער אירע האָבן געקלונגען פּונקט אַזוי אַלטמאָדיש ווי דער ייִדישיסטישער „פֿאָרווערטס‟.

אָט, למשל, מומע הינדיס נאַכטפֿויגל. ווען פֿײַוויש איז געווען אַ קליין ייִנגל, האָט דער מלמד אינעם חדר דערקלערט, אַז אויף ענגליש הייסט אַזאַ פֿויגל אַן „אַול‟. ווי אַזוי הייסט ער אָבער אויף ייִדיש? אינעם חומש „בית יהודה‟ שטייט געשריבן: „אַזעלכע פֿייגל, וואָס שרײַען בײַ נאַכט זענען גלײַך צו דעם כּוס און ינשוף‟. דער מעתּיק האָט געמאַכט אַ כיטרע קונץ און נישט איבערגעזעצט בכלל די לשון־קודשדיקע ווערטער. זײַן חבֿר יעקבֿ־לייב, ווען פֿײַוויש האָט אים דערציילט וועגן מומע הינדיס משוגעתן בײַם קידוש אין דער גרויסער סאַטמאַרער שיל אויף ראָדני־סטריט, האָט אים דערקלערט, אַז אין דער אַלטער היים האָט דער נאַכטפֿויגל געהייסן אַן אײַל אָדער אַ סאָווע.

אינעם ווײַטן אַמאָל, האָט זיך פֿאַרטראַכט פֿײַוויש, האָבן די ווילדע מענטשן נישט געקענט קיין אַלף־בית; פֿלעגן זיי צייכענען אויף די ווענט פֿון זייערע פֿינצטערע אונטערערדישע הײַזקעס. פֿײַוויש האָט געמאַכט אַ סאָוויש פּנים מיט זײַנע פֿינגער. אַ יונגע פֿרוי, וועלכע איז אַרײַן אין דער ביבליאָטעק, פֿאָכנדיק מיטן וועלפֿישן וויידל אויף איר רענצל, האָט אים מאָדנע אָנגעקוקט. אָנגעטאָן אין אַ קורץ לעדערן קליידל און אַ גרינער בלוזקע, מיט שמאָלע ברוינע ברילן אויפֿן שפּיציקן נעזל, האָט זי עמעצן דערמאָנט.

אַנשטאָט מאַריע־טערעזע, האָט ער אָנגעהויבן לייענען וועגן דער רוסישער מלכּה קעטרין. אויף דער הילע פֿונעם בוך איז געווען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ גרויסן בלויען פּאַלאַץ און אַ צייכענונג פֿון אַ קאַץ.

דאָס מיידל מיטן וועלפֿישן וויידל האָט זיך שוין געקליבן אַוועקצוגיין פֿון דער ביבליאָטעק. אינעם לייענזאַל האָט זי באַמערקט אַ מאָדנע באַקאַנטן פֿאַרשלאָפֿענעם חסיד מיט פּאות, אָנגעטאָן אין אַ לאַנגן שמוציקן טונקל־גרויען ראָק. זײַן פֿלאַכער שוואַרצער סאַמעטענער הוט האָט זיך געוואַלגערט אויפֿן טיש. בײַ זײַן רעכטער האַנט איז געלעגן אַ בוך וועגן פּעטערבורג מיט אַ רויטן קאָטער אויף דער הילע. „ריזשי קאָט‟, האָט זיך איר אויסגעדאַכט אויפֿן וועג צוריק קיין מאָסקווע אינעם גערויש פֿון לופֿט און וואַסער אינעם עראָפּלאַן־טואַלעט.

[1] „די לאַטײַנישע שפּראַך איז נישט קיין הינטיש שמעקל‟ (פֿאַרקריפּלט לאַטײַן)
[2] „מיטן פֿײַער ווערט באַנײַט די גאַנצע נאַטור‟ (אַ באַקאַנטע אַלכעמישע פֿאָרמולע אויף לאַטײַן)
[3] אַן אַמעריקאַנער נאָמען פֿון אָקסיקאָדאָן, אַן ערנסטער נאַרקאָטיק
[4] אַ פּראַוואָסלאַוונער קאַטעדראַל
[5] אַ גיפֿטיקער רויטער שוואָם
[6] קליינע פֿישעלעך
[7] „אַ פּאַראַד פֿון היימלאָזע‟
[8] צוזאַמענוווינונג
[9] אַ היימלאָזער
[10] בערך 35 טויזנט דאָלאַר

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s