מיכאל דונאַיעווסקי
פֿינפֿטער קאַפּיטל: די שוואַרצע מגפֿה, פּאָגראָמען, קאַרל דער פֿערטער
ייִדישע פּריווילעגיעס זענען געווען גילטיק נאָר ביזן סוף פֿונעם קיניגס רעגירונג, וואָס האָט זיי אײַנגעפֿירט. ס׳איז דען געווען נייטיק צו בעטן דעם נײַעם קיניג, כּדי צו באַנײַען די פּריווילעגיעס? פֿאַר דעם דאָזיקן אַקט האָט מען, פֿאַרשטענדלעך, געדאַרפֿט באַצאָלן, אָפֿט מאָל — גאָר ריזיקע סומעס.
ס׳זענען פֿאַראַן היסטאָריקערס, וואָס טענהן, אַז די דאָזיקע פּריווילעגיעס האָבן אין אמתן ניט געגעבן די ייִדן קיין שום פֿאַרזיכערטע רעכט. זייער עקזיסטענץ איז געווען תּמיד אָפּהענגיק פֿון דעם קיניגס חסד. אַ קיניג פֿלעגט טאַקע באַשיצן זײַנע „סערווי קאַמערע רעגיע‟, אָבער נאָר דעמאָלט, ווען ס׳האָט אים געלוינט. דעם קיניג פּרזשעמיסל אָטאַקאַרס געזעצן זענען געווען גאָר ליבעראַל, אָבער זיי האָבן געגעבן אַ סך מעגלעכקייטן זיי אויסניצן פֿאַר כּלערליי עקספּלואַטאַציעס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און פֿאַקטיש — פֿאַר פּאָגראָמען.

אין די יאָרן 1336־1338 האָט אויסגעבראָכן אַ סדרה פּאָגראָמען אין די דײַטש-שפּראַכיקע לענדער פֿון עלזאַס ביז בעמען, די אַזוי גערופֿענע אַרמלעדער־פּאָגראָמען, לטובֿת דעם אָנפֿירער פֿון די פּאָגראָמשטשיקעס אַרמלעדער. די ייִדן אין בעמען זענען געווען געפּײַניקט און געהרגעט… וואָס איז געווען די סיבה פֿון די פּאָגראָמען, ווייסט מען אויף זיכער ניט ביז הײַנט צו טאָג. די קראָניקערס פֿון יענע צײַטן שרײַבן, אַז אויסער דער סיבה, וואָס האָט געטראָגן אַ רעליגיעזן כאַראַקטער, איז דער הויפּט-פֿאַקטאָר פֿון די פּאָגראָמען געווען די געלעגנהייט „אָנצוקומען‟ צום ייִדישן האָב־און־גוטס. דער זעלבער פֿאַקטאָר, דאָס הייסט, צו ראַבעווען דאָס ייִדישע פֿאַרמעגן, האָט גורם געווען צו אַן אַנדער פּאָגראָם־כוואַליע אין די יאָרן 1348־1350.
„אָפֿיציעל‟ אָבער האָבן די פּאָגראָמשטשיקעס חרובֿ געמאַכט די ייִדישע קהילות, באַשולדנדיק די ייִדן אינעם אַרײַנברענגען קיין אייראָפּע און פֿאַרשפּרייטן דאָרט די שוואַרצע מגפֿה…
דער פּחד פֿאַרן טויט, וואָס קומט פּלוצעם און מיט אַזאַ כּוח — פֿון דער שוואַרצער מגפֿה איז געשטאָרבן אַרום אַ פֿערטל פֿון דער מערבֿ-אייראָפּעיִשער באַפֿעלקערונג — האָט זיך געהאַט פֿאַרבונדן מיט אַ פּסיכאָזע פֿון דעם קריסטלעכן יום-הדין, וואָס קומט אויף דער ערד… די אימה פֿאַר דער דאָזיקער מגפֿה האָט משפּיע געווען ווי אַ קאַטאַליזאַטאָר פֿאַר די פּאָגראָמשטשיקעס. זיי האָבן באַשולדיקט די ייִדן צוזאַמען מיט די מוסולמענער, אַז זיי סמען אָפּ די ברונעמס; זיי זענען די, וואָס ברענגען צו דעם, אַז די מגפֿה זאָל זיך פֿאַרשפּרייטן ווײַטער. אויף אַזאַ אופֿן האָט מען באַשמוצט און באַרעדט ניט בלויז יחידים אָדער גאַנצע קהילות, נאָר כּלל-ישׂראל בכלל!

אָט דער מאָטיוו פֿון „וועלטפּלאָנטער‟ (ער איז גוט באַקאַנט דעם הײַנטיקן לייענער!) איז געווען אַן אידעיִשער מאָטיוו בעת דער שרעקלעכסטער כוואַליע פֿון גוואַלד-מעשׂים, וואָס איז אָנגעגאַנגען קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די דײַטש-שפּראַכיקע לענדער ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה. די גרעסטע פּאָגראָמען אויף ייִדן פֿון יאָר 1348 האָבן פּאַסירט אין די שטעט: אויגסבורג, נירנבערג, פֿרײַבורג און שפּײַרע. אין אָנהייב 1349 אויך אין טריר, פֿראַנקפֿורט אויף-מײַן און שטראַסבורג…
נאָר אין די דײַטש-שפּראַכיקע לענדער זענען דורך די קריסטלעכע פֿאַנאַטיקער אומגעבראַכט געוואָרן אַרום 60 גרויסע און 150 קלענערע ייִדישע קהילות. ווי אַ רעזולטאַט פֿון די גזירות, האָט זיך אָנגעהויבן אַ מין „יציאת-מצרים‟ פֿון די איבערגעבליבענע ייִדישע תּושבֿים פֿון די מערבֿ-אייראָפּעיִשע געטאָס אין דער ריכטונג פֿון מיזרח, דהײַנו — צו די רוחניותדיקע צענטערס פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום קיין בעמען און דער עיקר, קיין פּוילן מיט ליטע בתוכם.
פּאָגראָמען קעגן ייִדן זענען פֿאָרגעקומען אויך אין בעמען, אָבער די בלוט-רציחה איז ניט געווען אין דער זעלבער שרעקלעכער מאָס ווי אין אַנדערע טיילן פֿון דער הייליקער דײַטשער אימפּעריע…
די, וואָס האָבן איניציִיִרט די פּאָגראָמען, זענען בדרך-כּלל געווען: אָדל־לײַט, שטאָט-פֿאַרוואַלטערס און אַפֿילו אַ קיניג גופֿא. ס׳זענען דאָך געווען בני-דור אין יענע צײַטן, וואָס האָבן געטענהט, אַז די אמתע סיבה פֿון אַלע רציחות איבער דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז געווען עקאָנאָמיע.

קאַרל דער פֿערטער, וואָס איז דעמאָלט געווען דער קיניג פֿון בעמען און מערן, און דערצו אַן אימפּעראַטאָר פֿון דער הייליקער דײַטשער אימפּעריע, האָט בנוגע די ייִדן דורכגעפֿירט גאָר אַן אייגנאַרטיקע טאַקטיק; ווען עס האָט אים געלוינט, האָט ער געראַטעוועט די ייִדן, פֿאַרשטענדלעך, אין די ראַמען פֿון אַ געוויינטלעכער געזעץ-פּראַקטיק, דער עיקר, נאָר אין בעמען; און ווען ס׳האָט אים ניט געלוינט, פֿלעגט בײַ די ייִדן אַלץ אַוועק מיטן פֿײַער.
שפּעטער אָבער האָט זיך קאַרל באַמיט אײַנאָרדענען די יורידישע לאַגע פֿון ייִדן און אַפֿילו אונטערגעשטיצט, אַז זיי זאָלן זיך באַזעצן אין די פּלעצער, וווּ די ייִדישע קהילות זענען פֿריִער חרובֿ און נעלם געוואָרן, ווי אויך אין גאָר נײַע פּלעצער. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע הערשערס פֿון יענע צײַטן, קען מען זאָגן, אַז קאַרל דער פֿערטער איז געווען „גערעכטיק און האָט באַשיצט די ייִדן פֿון די אָדל־לײַט און עמך‟. פֿון דעסטוועגן, ווי דער שטייגער איז דעמאָלט געווען, האָט ער די ייִדן באַהאַנדלט ווי סחורה. ער איז אַגבֿ געווען דער ערשטער בעמישער קיניג, וואָס האָט בפֿירוש באַצעכנט די ייִדן ווי „סערווי קאַמערע‟. ער פֿלעגט זיי פֿאַרמשכּונען אויף זייער חשבון צאָלן אייגענע חובֿות, בטל מאַכן די שטר-חובֿות וכדומה!
די היסטאָריקערס האָבן געמאַכט אַ חשבון, אַז אַזעלכע „אַמנעסטיעס‟ פֿון ייִדישע חובֿות זענען פֿאָרגעקומען אַרום 20 במשך פֿון קאַרלס רעגירונג. די דאָזיקע צאָל, קען מען זאָגן, איז געווען אַ „רחמנותדיקער‟ אויסנאַם, ווײַל אין דער צײַט פֿון זײַן זון, וואַצלאַב דעם פֿערטן (1376-1419), איז אַזאַ פּראַקטיק פֿון „אַמנעסטיעס פֿון ייִדישע חובֿות‟ געוואָרן אַ טאָג־טעגלעכע שיטה.