דער קאָמפּאָזיטאָר בנימין באַסנער איז געווען גוט באַקאַנט אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, קודם־כּל, צוליב זײַן מוזיק צו קינאָפֿילמען. די האַרציקע לירישע לידער פֿלעגן באַלד נאָך די פֿילם־פּרעמיערעס זיך גיך פֿאַרשפּרייטן אין פֿאָלק. ווי בײַ אַ סך אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון זײַן דור, ייִדן לויטן אָפּשטאַם, שנײַדן זיך דורך כּמעט אין יעדן מוזיקאַלישן ווערק זײַנס ייִדישע אינטאָנאַציעס, געהערט און אײַנגעזאַפּט אין דער היים.
דער מוזיקער און זשורנאַליסט סערגאָ בענגעלסדאָרף האָט זיך אין די 1990ער יאָרן געטראָפֿן מיט בנימין באַסנער און געהאַט מיט אים אַ שמועס. אין זײַן אַרטיקל טיילט דער מחבר זיך מיט זײַנע אײַנדרוקן וועגן באַסנערס „ייִדישן טייל‟ פֿון זײַן גרויסן עזבֿון.
סערגאָ בענגעלסדאָרף
מײַנע נאָטיצן וועגן דעם קאָמפּאָזיטאָר בנימין באַסנער וואָלט איך געוואָלט אָנהייבן פֿון זײַן מיוזיקל „דאָס ייִדישע מזל‟, געשאַפֿן אויפֿן יסוד פֿונעם ראָמאַן „מענדל מאַראַנץ‟ פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער דוד פֿרידמאַן.
„איך קען נישט זאָגן, אַז די ייִדישע טעמע איז געווען מיר פֿרעמד נאָך פֿאַרן אָנשרײַבן דעם מיוזיקל, — האָט אָנגעהויבן דערציילט באַסנער. מיר האָבן זיך מיט אים געטראָפֿן גלײַך נאָך דער פּרעמיערע אין פּעטערבורג, אין 1994. — אין מײַנע צוויי סטרונע־קוואַרטעטן, אין דריטן און פֿינפֿטן, האָב איך אויסגענוצט ייִדישע מאָטיוון. איינער פֿון מײַנע פֿידל־קאָנצערטן איז געשאַפֿן געוואָרן גלײַך נאָכן באַזוכן דעם קאָנצענטראַציע לאַגער אין אוישוויץ. איך האָב דעם קאָנצערט געווידמעט דעם מערקווירדיקן פֿידלער מיכאל ווײַמאַן. מײַן טשעלאָ־קאָנצערט האָב איך אַ נאָמען געגעבן „מלך דוד‟; דער ערשטער טייל הייסט, „דוד און גלית‟, דער צווייטער — „דוד און שאָול‟, דער לעצטער טייל — „דוד און בת־שבֿע‟. דאָס ווערק איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1979 און ביז דער „פּערעסטרויקע‟ פֿלעגט מען עס מעלדן אין דער פּראָגראַם ווי סתּם, „קאָנצערט פֿאַר טשעלאָ און אָרקעסטער‟.

כ׳האָב אויך אָנגעשריבן עטלעכע לידער אויף די ווערטער פֿונעם ביראָבידזשאַנער פּאָעט לעאָניד שקאָלניק. די ליבע צו ייִדיש און ייִדישקייט האָט מען אין מיר פֿאַרפֿלאַנצט אין די קינדער־יאָרן. ביידע מײַנע זיידעס און די עלטערן האָבן גערעדט נאָר ייִדיש. איך געדענק די שפּראַך ביז הײַנט. הגם צווישן מײַנע נאָענטע זײַנען קיין פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער נישט געווען, איז אונדזער משפּחה געווען זייער מוזיקאַליש. מײַן זיידע איז געווען אַ שנײַדער, און בשעתן נייען, שטענדיק זיך עפּעס אונטערגעזונגען. כ׳פֿלעג זיך צוהערן צו זײַן זינגען און די לידער זײַנע האָבן אויפֿגעלעבט, ווען כ׳האָב אָנגעהויבן שרײַבן דעם מיוזיקל. די פּאַרטיטור האָב איך אָנגעשריבן אין איין אָטעם, ווי מע זאָגט, במשך פֿון אַכט טעג. אין מײַן לעבן האָב איך אַזוי גיך נישט געאַרבעט. כ׳מיין ס׳איז געשען אַזוי צוליב דעם, ווײַל כ׳בין באַגײַסטערט געוואָרן פֿון מײַן היימישער מוזיק, אײַנגעזאַפּט אין מײַן טאַטנס שטוב.‟
דעם ליברעטאָ צום מיוזיקל האָט אָנגעשריבן דער געניטער פּעטערבורגער ליברעטיסט באָריס ראַצער. דער סוזשעט אַנטוויקלט זיך אין אַמעריקע אין די 1920ער יאָרן. דער הויפּט־העלד, דער אָרעמער אימיגראַנט מענדל מאַראַנץ — אַ פֿילאָזאָף און דערפֿינדער, ווערט פּלוצעם זייער רײַך, צוטראַכטנדיק עפּעס אַ מאַשין, וואָס מאַכט גרינגער דאָס לעבן פֿון באַלעבאָסטעס. אין תּוך אַ שלימזל, באַנקראָטירט זײַן געשעפֿט פּונקט אַזוי גיך, ווי ס׳איז אויפֿגעקומען.
דער סוזשעט דערמאָנט שלום־עליכמס „דאָס גרויסע געווינס‟ אָדער די פּיעסע „200000‟, און דער שלימזל מענדל איז ענלעך צום שנײַדער שימעלע סאָראָקער. דער הויפּט־העלד פֿון דעם מיוזיקל „דאָס ייִדישע מזל‟ איז בלי־ספֿק באַסנערס מוזיק. אַזוי ווי די מעשׂה קומט פֿאָר אין ניו־יאָרק שילדערט דער קאָמפּאָזיטאָר דעם לעבנס־שטייגער אויף אַ מוזיקאַלישן אופֿן דורך די טענץ פֿאָקסטראָט, רומבאַ, טאַנגאָ וכדומה. פֿון דעסטוועגן, שטעקט די נשמה פֿונעם מיוזיקל אין דער ייִדישער מוזיק!
די גלענצנדיק אָנגעשריבענע פּאַרטיטור, אײַנגעטונקען אין ייִדישע פֿאַרבן, די לידער, געשאַפֿן פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר, אין וועלכע עס מישן זיך נאַטירלעך אויס געלעכטער און טרערן, הומאָר און טיפֿע ליריק, — אַלץ זאָגט עדות, אַז דאָס ווערק איז אַן עכט ייִדיש ווערק, כאָטש עס ווערט אויסגעשפּילט אויף רוסיש.
צווישן די בעסטע מוזיקאַלישע נומערן קאָנען זײַן אָנגערופֿן אַזעלכע ווי „פֿריילעכס‟, דער לירישער דועט „אוי, קינדער מײַנע, קינדער‟, דאָס ליד „בענקשאַפֿט‟, און אַוודאי איז נישט צו פֿאַרגעסן דעם שפּרודלדיקן פֿינאַל, די קרוין פֿון דער גאַנצער פֿאָרשטעלונג.
אויפֿצופֿירן די פֿאָרשטעלונג איז אין פּעטערבונרג געשאַפֿן געוואָרן דער ייִדישער מוזיקאַליש־דראַמאַטישער טעאַטער „שׂימחה‟, אין שפּיץ מיט בנימין באַסנער. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צוציִען צו דער אַרבעט באַוווּסטע אַקטיאָרן פֿון דער שטאָט: לעוו ליאַמקע, וואָס האָט געשפּילט מענדלען, ווי אויך רעזשיסירט די פֿאָרשטעלונג, אַלכּסנדר כאָטשינסקי, לעאָניד מיכײַלאָווסקי־קאַצמאַן, מיכאל בריסקין, אַלכּסנר שירמאַן און אַנדערע.
די פּרעמיערע, אויף וועלכער איך בין געווען, איז דורכגעגאַנגען מיט גרויס דערפֿאָלג. נאָך עטלעכע פֿאָרשטעלונגען אין פּעטערבונרג איז דער טעאַטער אַרויסגעפֿאָרן אויף גאַסטראָלן איבער רוסלאַנד. איך האָב געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען צו ברענגען די טרופּע קיין קעשענעוו, וווּ כ׳האָב דעמאָלט געוווינט, אָבער דער פּלוצעמדיקער טויט פֿון באַסנערן אין 1996 האָט אונטערגעריסן די ווײַטערדיקע עקזיסטענץ פֿונעם טעאַטער „שׂימחה‟. פֿון דעסטוועגן, האָט דער מיוזיקל אַליין געלעבט ווײַטער מיט זײַן לעבן. די פֿאָרשטעלונג האָט געשטעלט דער יוגנטלעכער טעאַטער בײַם פּעטערבורגער „הלל‟ אונטערן נאָמען „לחיים, מענדל!‟.
אין 2001 אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער שאַפֿערישקייט פֿאַר קינדער און יוגנטלעכע האָב איך געזען דעם מיוזיקל „דאָס ייִדישע מזל‟ אויסגעפֿירט פֿון די יונגע אַרטיסטן פֿון דער שטאָט וולאַדימיר. אין קעשענעוו האָב איך אויסגעלערנט מיט עטלעכע מײַנע סטודענטן פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע די מער אײַנדרוקספֿולע נומערן פֿונעם מיוזיקל, ווי אויך באַסנערס פּאָפּולערע לידער. דעם קלאַוויר פֿונעם מיוזיקל האָט מיר צוגעשיקט באַסנערס אַלמנה, לושאַ. ווי אַ מתּנה האָט זי מיר געשענקט צוויי בענד מיט באַסנערס לידער, אַרויסגעלאָזט שוין נאָך זײַן טויט אין יאָר 2001, אין פּעטערבורגער פֿאַרלאַג „קאָמפּאָזיטאָר‟.