אַזיאַטישער טאָגבוך (6)

יעווגעני קיסין

נאָוועמבער 21

געשלאָפֿן גוט. הײַנט מיט קיינעם זיך ניט געטראָפֿן, פּשוט געאַרבעט.

די פּאַלעסטינישע אַראַבער האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו באַגראָבן זייער אַ שטאַמברודער, מחמת ער האָט פֿאַרקויפֿט לאַנד די ייִדן. דער אַשכּנזישער הויפּט-רבֿ פֿון ירושלים אַריה שטערן האָט געהייסן ברענגען אים צו קבֿורה אויף אַ ייִדישן בעת-עולם; און ווער ווייסט וועגן דעם, אַ חוץ די ישׂראלים און אַבאָנענטן פֿון United with Israel?! יענע, וואָס אײַלן זיך תּמיד צו געבן עצות ישׂראל, ווי אַזוי מע זאָל זיך באַגיין מיט די פּאַלעסטינישע אַראַבער, — צי ווייסן זיי וועגן דעם? צי פֿאַרשטייען זיי בכלל, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר זייערע באַליבטע „פּאַלעסטינער‟, מיט וועמען ישׂראל נעבעך האָט צו טאָן? אינטערעסאַנט, צי וואָלטן די דאָזיקע גוטווינטשערס געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן אין עפּעס אַ בייזן חלום, אַז די ייִדן זאָגן זיך אָפּ ברענגען צו קבֿורה זייערן אַ שטאַמברודער, ווײַל ער האָט פֿאַרקויפֿט לאַנד די אַראַבער? ס׳ווילט זיך אַוודאי האָפֿן, אַז ס׳איז פּשוט עם־הארצות, וואָס קומט ניט פֿון ניט ווילן צו וויסן, נאָר פֿון דעם, וואָס די ישׂראלים, אין אונטערשייד פֿון זייערע (אונדזערע!) שׂונאים, זאָרגן לחלוטין ניט וועגן „פּי-אַר‟…

איבערגערלייענט האַלקינס „אויטאָביאָגראַפֿיע‟ ביזן סוף. אַפֿילו מיט אַלע אומפֿאַרמײַדלעכע פֿאַר יענער צײַט „סאָוועטישע‟ פּאַסאַזשן איז עס אַ גרויסע הנאה צו לייענען!

נאָוועמבער 22

אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל און הגם ניט תּיכּף אײַנגעשלאָפֿן, בין איך אין לעצטן סך-הכּל געשלאָפֿן בערך אַכט שעה.

רעפּעטירט מיטן אָרקעסטער [1]. מעטאַ [2], ווי תּמיד, איז זייער האַרציק. אין אַ רעדערשטול, נעבעך: צעבראָכן אַ היפֿט… באַגריסט האָט ער מיך אויף ייִדיש: „נו, וווּס מאַכסטי?‟

שפּאַצירט אין פֿאַרשיידענע פּאַרקן במשך פֿון אַ שעה מיט אַ פֿערטל. אינעם היביִיאַ-פּאַרק איז אַ יריד. פֿאַרשפּעטיקט אויף מעטאַס (און דעם אָרקעסטערס) קאָנצערט: געפֿאָרן מער ווי אַ שעה! מעטאַ איז אַוודאי אויך אַ סך עלטער געוואָרן, און די כּוחות זײַנען בײַ אים שוין ניט ווי פֿריִער…

הײַנט איז יעווגעני יאַקאָוולעוויטשס [3] געבוירן־טאָג. אויסגעטרונקען מיט קאַרינאָטשקען אין זײַן אָנדענק און געהאָרכט זײַן רעקאָרדירונג פֿון שאָסטאַקאָוויטשעס פּרעלודיעס.

און הײַנט איז אויך דימע כוואָראָסטאָווסקיס [4] יאָרצײַט… אַ מין משונהדיקער צונויפֿפֿאַל…

נאָוועמבער 23

געשלאָפֿן מיט איין שלאָף, נאָר ניט גענוג, ניט אויסגעשלאָפֿן זיך.

הײַנט איז געווען אַ רויִקער טאָג: געאַרבעט, גערוט, געהערט די רעקאָרדירונג פֿון דער נעכטיקער רעפּעטיציע, איבערגעלייענט מײַן טאָגבוך און פֿאַרראָכטן די גרײַזן…

די סטודיע, וווּ איך אַרבעט, איז געווען אָפֿן בלויז ביז 7, מחמת מע פּראַוועט דאָ Thanksgiving, איבערגעמאַכט אויף אַ יאַפּאַנישן אופֿן: דער טאָג פֿון דאַנק־אויסדרוק פֿאַר מי. די מיטאַרבעטער פֿון דער סטודיע האָבן געגעבן מתּנות קאַרינאָטשקען און מיר.

אינעם היביִיאַ-פּאַרק איז ווידער געווען אַ יריד.

געשמועסט מיט סודזוקי–סאַן וועגן רוסישע און יאַפּאַנישע לידער. ער איז געווען זיכער, אַז „פֿורמאַן, טרײַב ניט די פֿערד‟ איז אַ יאַפּאַניש ליד (דער יאַפּאַנישער וואַריאַנט הייסט „טומאַנען פֿון קאַרעליע‟)! איך, פֿון מײַן זײַט, האָב געמיינט, אַז ס׳איז אַ פֿאָלקסליד. קאַרינאָטשקע האָט אַ קוק געטאָן אין דער אינטערנעץ און געלייענט, אַז די ווערטער פֿונעם ליד האָט אָנגעשריבן ניקאָלײַ פֿאָן ריטער און די מוזיק — יאַקאָוו פֿעלדמאַן! עך, ווען די רוסישע שאָוויניסטן וואָלטן נאָר געוווּסט וועגן דעם!

דערזען אויפֿן נאַכט-טישל ליגן אַ סערוועטקע און אויף איר — אַ פּיל. אַפּנים, האָב איך זי פֿאַרלוירן, און מ׳האָט זי געפֿונען בשעתן אויפֿראַמען דעם צימער. דאָס זײַנען יאַפּאַנער!

פֿאַרן שלאָפֿן ווידער איבערגעלייענט עטלעכע זײַטן פֿון האַלקינס „אויטאָביאָגראַפֿיע‟. אַזוינס ווילט זיך לייענען אָבער אַ מאָל און ווידער אַ מאָל!

mit karina
מיט קאַרינען

נאָוועמבער 24

געשלאָפֿן שלעכט: אויפֿגעוואַכט 4.30 און ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן במשך פֿון עטלעכע שעהען…

די דומע [5] האָט געגעבן פּוטינען די דעה אויסצוניצן נוקלעאַרן וואָפֿן קעגן דעם מערבֿ ווי אַ פּרעווענטיוו מיטל. דער נײַער קאָמאַנדיר פֿון דער בריטאַנישער אַרמיי האָט געמאָלדן, אַז רוסלאַנד איז אַ גרעסערע געפֿאַר ווי „אַל-קאַיִדאַ‟ אָדער די איסלאַמישע מלוכה. דערגאַנגען סוף-כּל-סוף! בינו-לבינו האָט לאַווראָוו [6] דערקלערט, אַז רוסלאַנד איז גרייט צו זײַן א פֿאַרמיטלער צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער… אָן קאָמענטאַרן.

דעם אָוונט פֿאַרבראַכט מיט קייקאָ און סטיווענען. ווי תּמיד, גערעדט וועגן פּאָליטיק. איך האָב אים אויסגעפֿרעגט וועגן אַמעריקע, ער האָט מיך געפֿרעגט וועגן ישׂראל, טשעכיע און דײַטשלאַנד. גערעדט וועגן דעם חילוק צווישן אַ גוטן פּאָליטיקער, אַ גוטן פּרעזידענט און אַ גרויסן מלוכה-טוער. ווי שטענדיק, האָט ער געקלאָגט וועגן דעם מאַנגל פֿון צענטער אין דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק; אַז סײַ טראַמפּ, סײַ הילאַרי קלינטאָן צעשפּאַלטן מענטשן אָנשטאָט זיי צו פֿאַראייניקן… ס׳איז אָנגענעם צו ריידן מיט אַ מענטשן מיט גראָדן שׂכל.

פֿאַרן שלאָפֿן אָנגעהויבן לייענען האַלקינס „דער שפּילפֿויגל‟.

נאָוועמבער 25

אויפֿגעוואַכט פֿרי און לאַנג ניט געקאָנט ווידער אײַנשלאָפֿן.

אין דער סטודיע, וווּ איך אַרבעט, איז הײַנט געלעגן אַ צעטעלע: „טײַערער הער קיסין, הײַנט איז דער לעצטער טאָג, וואָס איר אַרבעט בײַ אונדז. מיר ווינטשן אײַך גרויסע הצלחה אין סאַנטאָרי האָל מאָרגן און איבערמאָרגן…‟ — און אַ קעקס פֿון גרינעם טיי, פּונקט אַזאַ, ווי יענע, וואָס סודזוקי-סאַן פֿלעגט מיר ברענגען אַהין במשך פֿון די לעצטע טעג. ער האָט זיך געחידושט: פֿון וואַנען ווייסן זיי? ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זיי האָבן געפֿונען די פּאַקונגען אינעם מיסט-עמער… דאָס זײַנען יאַפּאַנער!

אין אָוונט געאַרבעט אינעם בנין פֿון סאַנטאָרי האָל (נאָר ניט אויף דער בינע) אויפֿן קלאַוויר, אויף וועלכן כ׳וועל שפּילן די קומענדיקע קאָנצערטן. דערנאָך געענטפֿערט אויף צוויי בריוו פֿון פֿאַרערערינס.

פֿאַרן שלאָפן געלייענט נאָך אַ צענדליק זײַטן פֿון „דער שפּילפֿויגל‟. יאָ, געווען זײַנען אַ מאָל אַזעלכע אַנדרייען, וואָס האָבן גערעדט ייִדיש „ווי כּשרע ייִדן‟…

נאָוועמבער 26

מיט שלאָפֿמיטלען געשלאָפֿן גוט.

במשך פֿון פֿערציק מינוט שפּאַצירט אין היביִיאַ פּאַרק. ממש אַ חידוש: גאָר ניט קיין גרויסער פּאַרק, און יעדעס מאָל אַנטפּלעקסטו דאָרט אַלץ נײַע שיינקייטן…

דער קאָנצערט איז אַדורך בכלל נישקשה, הלוואַי מאָרגן ניט ערגער. דער אָרקעסטער האָט געשפּילט זייער גוט. אַ מין חידוש: נאָך אַזוי פֿיל יאָר פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט, האָט מעטאַ געמיינט, אַז איך וווין נאָך אין רוסלאַנד!

נאָוועמבער 27

ווי תּמיד, געשלאָפֿן גוט מיט מײַן „פֿאָרקאָנצערט־דאָזע‟ פּילן.

רוסלאַנד כוליגאַנעוועט ווידער — איצט אינעם שוואַרצן ים.

געאַרבעט אויף דער בינע במשך פֿון אַ שעה און פֿערציק מינוט. נאָכן אומקערן זיך אינעם האָטעל האָט זיך מיר פֿאַרוואָלט תּיכּף לייגן אין בעט. מיט בערך 25 יאָר צוריק, בעת מיר האָבן זיך געטראָפֿן מיט די אַלעקסייעווס [7] אין ניו-יאָרק (ער האָט דאָרט געשפּילט ראַכמאַנינאָווס „ראַפּסאָדיע אויף אַ טעמע פֿון פּאַגאַניני‟), האָט טאַניע געזאָגט, אַז ער האָט געהאַט אָפּגערוט עטלעכע שעהען פֿאַרן קאָנצערט. דעמאָלט האָב איך זיך געחידושט: „צו וואָס דאַרף מען זיך אָפּרוען עטלעכע שעהען? די „ראַפּסאָדיע‟ דויערט דאָך אין גאַנצן אַרום 20 מינוט!‟ — און זי האָט געענטפֿערט: „ווען ד׳וועסט זײַן אין זײַן עלטער, וועסטו פֿאַרשטיין.‟ איצט פֿאַרשטיי איך עס זייער גוט…

נו, אָפּגעשפּילט מײַן לעצטן קאָנצערט אין יאַפּאַן. אייניקע זאַכן האָבן זיך באַקומען ערגער ווי נעכטן, די אַנדערע — בעסער. סײַ נעכטן און סײַ הײַנט איז מעטאַ געזעסן ביזן סוף אויף דער בינע, געבעטן איך זאָל שפּילן אויף „ביס‟ און אַפּלאָדירט. נאָך דעם, ווי כ׳האָב געשפּילט בראַמס׳ ליאַ בעמאָל מאַזשאָר־וואַלס ווי אַ צווייטן „ביס‟, האָט ער געזאָגט: „זאָלסט שפּילן נאָך!‟ — און איך האָב געשפּילט ראַכמאַנינאָווס דאָ דיִעז מינאָר־פּרעלודיע.

בשעתן אַנטראַקט האָט מעטאַס ווײַב געגעבן אונדז מיט קאַרינאָטשקען א חתונה-מתּנה און געהאַלטן דערבײַ זייער אַ רירנדיקע רעדע („איך דאַוון אין אַ זיווג-טעמפּל‟). נאַקאַטאָ-סאַן איז געקומען מיט זײַן ווײַב, און זי האָט אונדז געוויזן די נאָכמלחמהדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זיך און איר באַלעט-טרופּע אין מאַנזשוריע, בתוכם זייער אויפֿפֿירונג אויף דער מוסאָרגסקיס מוזיק פֿון „בילדער פֿון אַן אויסשטעלונג‟.

דען האָט מיר צוגעשיקט זייער אַ פּרטימדיקן און אינטערעסאַנטן באַריכט וועגן זײַן נסיעה קיין קובע.

MINOLTA DIGITAL CAMERA
סאַנטאַרי האָל אין טאָקיאָ

נאָוועמבער 28

אויפֿגעוואַכט 6.30 און לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן… געשלאָפֿן אַ ביסעלע אינעם עראָפּלאַן.

סאַאַקאַשווילי [8] איז אַפּנים באמת משוגע געוואָרן: אָנגערופֿן זוראַבישוויליס [9] עצה-געבער „שמוציקער ייִד‟! יאָ, ווי אַ גוטער עפּל קאָן ווערן ווערעמדיק, אַזוי קאָן געשען אויך מיט מענטשן — און מיט אַ פּאָליטיקער בפֿרט (אפֿשר אַפֿילו באַזונדערס מיט אַ פּאָליטיקער).

געקומען צו פֿליִען קיין סעול. יעדעס מאָל, ווען איך בין דאָ, איז דער הימל איבער דער שטאָט כּמעט תּמיד פֿאַרוואָלקנט…

נאָוועמבער 29

אײַנגענומען אַ שלאָפֿמיטל און געשלאָפֿן גוט. קאַרינאָטשקע אָבער האָט אויפֿגעוואַכט בערך 4 אַ זייגער און לאַנג ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן…

אַ שאָד: מיר האָבן געהאַט בדעה צו פֿאָרן אין דער אַלטער שטאָט בשעת דער הפֿסקה אין מײַן אַרבעט. ס׳האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז מחמת די פֿאַרשטאָפּטע וועגן וואָלט די יאַזדע אַהין פֿאַרנומען ניט קיין האַלבע שעה, ווי געוויינטלעך, נאָר גאַנצע פֿופֿציק מינוט! אָנשטאָט דעם זײַנען מיר געגאַנגען אינעם דאַעסונגסאַ טעמפּל (קאַרינאָטשקע איז דאָרט פֿריִער קיין מאָל ניט געווען). אַצינד איז שוין שפּעט אין האַרבסט און ס׳איז אַ סך ווייניקער דאָס געבלעטער, פֿונדעסטוועגן, זעט אַרום אַלץ אויס זייער מאָלעריש.

נו, זוראַבישווילי האָט געוווּנען. וואָס וועלן זײַן די פֿאָלגן? כ׳וועל אויספֿרעגן מײַנע גרוזינישע פֿרײַנד.

נאָוועמבער 30

מיטן „פֿאָרקאָנצערט-קאָמפּלעקט‟, ווי תּמיד, געשלאָפֿן גוט.

באַקומען עטלעכע ענטפֿערס פֿון מײַנע פֿרײַנד מכּוח זוראַבישווילי. וויפֿל גרוזינער, אַזוי פֿיל מיינונגען, פּונקט ווי בײַ אונדז, ייִדן.

דער קאָנצערט איז געווען, דוכט זיך, דער בעסטער פֿון די דרײַ, הגם נאָך ניט פּערפֿעקט. איינע אַ פֿרוי, אַ לערערין פֿון פֿילאָסאָפֿיע אין אוניווערסיטעט, איז ספּעציעל געקומען אויפֿן קאָנצערט פֿון אירקוטסק, רוסלאַנד (הײַנט איז איר געבוירן־טאָג)!

דעצעמבער 1

געשלאָפֿן שלעכט, הגם אײַנגענומען מעלאַטאָנין צוויי מאָל: פֿאַרן שלאָפֿן און אין מיטן דער נאַכט.

געקומען צו פֿליִען קיין האָנג־קאָנג. ס׳האָט זיך ניט אײַנגעגעבן אײַנצושלאָפֿן אינעם עראָפּלאַן, כאָטש כ׳האָב זיך געפֿילט זייער מיד. בשעתן פֿלוג איבערגעלייענט פֿראַגמענטן פֿון אײַזיק זאַרעצקיס [10] „שטערט ניט דער דעהעברעיִזאַציע פֿון ייִדיש‟. אַוודאי, שרײַבט ער דאָרט אַ סך טיפּשות, אַפֿילו אומוואַרשײַנלעך טיפּשות, באַזונדערס, וואָס שייך אידעאָלאָגיע. פֿון דער אַנדערער זײַט, ברענגט ער ניט ווייניק בײַשפּילן, וואָס זײַנען באמת מליצהדיק און פֿאַרעלטערט. הײַנט שרײַבט מען ניט אַזוי.
דעם אָוונט פֿאַרבראַכט מיט אַנאַבעלען און ענדריון. ענדריו האָט דערציילט עפּעס אינטערעסאַנטס וועגן דער גריכישער שפּראַך: אַז בעת ער האָט זיך געלערנט אין שול (סוף 1950ער־אָנהייב 1960ער יאָרן), פֿלעגט מען זיך לערנען שרײַבן אויף דער „אָפֿיציעלער שפּראַך‟ פֿון יענער צײַט, וואָס איז געווען אַ מין געמיש פֿונעם מאָדערנעם גריכיש און אַלטגריכיש. קיינער האָט אויף איר ניט גערעדט. מע פֿלעגט זי נוצן נאָר אין די אָפֿיציעלע דאָקומענטן און מאַס-מעדיִאַ. כ׳האָב געפֿרעגט: און וואָס שייך קינסטלערישער ליטעראַטור? עס האָט זיך געווענדט פֿון דעם, צי מ׳איז געווען אַ רעכטער אָדער אַ לינקער: די רעכטע פֿלעגן שרײַבן אויף דער „אָפֿיציעלער‟ שפּראַך, די לינקע — אויף דער מאָדערנער. און די ליטעראַטור אין גריכנלאַנד איז תּמיד געווען פּאָליטיש? יאָ. אויב דו שרײַבסט אויפֿן מאָדערנעם גריכיש, ביסטו אַ קאָמוניסט. בלויז אין 1974 האָט מען אָנגעהויבן לערנען דאָס מאָדערנע גריכיש אין די שולן. אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן מיט דעם, וואָס זאַרעצקי שרײַבט (ציטירנדיק נ. שטיפֿן) וועגן דעם ייִדיש פֿון די „הערשנדיקע שיכטן‟, וואָס האָבן „געשאַפֿן זייער אַריסטאָקראַטישע שפּראַך, אַזוי ווי די אייבערשטע שיכטן בײַ אַלע פֿעלקער‟ („דײַן מכתבֿ האָב איך מקבל געווען‟, „ליידן על המאָגן״ וכדומה); און די שפּראַך פֿון פּראָסטע מענטשן און ״פּראָלעטאַרישע פּאָעטן״, וועלכע פֿלעגן נוצן ווייניק העברעיִזמען.

[1] דער אָרקעסטער פֿון בײַערישן ראַדיאָ
[2] מעטאַ, זובין (1936) — דיריגענט
[3] ליבערמאַן, יעווגעני (1925־2003) — סאָוועטישער פּיאַניסט און פּעדאַגאָג. קאַרינעס טאַטע
[4] כוואָראָסטאָווסקי, דמיטרי (1962־2017) — רוסישער זינגער
[5] דומע — רוסלענדישער פּאַרלאַמענט
[6] לאַווראָוו, סערגיי (1950) — סאָוועטישער און רוסלענדישער מלוכה-טוער
[7] אַלעקסייעוו, דמיטרי (1947) — סאָוועטישער און רוסישער פּיאַניסט
[8] סאַאַקאַשווילי, מיכאַיִל (1967) — פּאָליטישער טוער
[9] זוראַבישווילי, סאַלאָמע (1952) — פֿראַנצייזישע און גרוזינער פּאָליטישע טוערין
[10] זאַערצקי, אײַזיק (1891־1956) — סאָוועטישער לינגוויסט (ייִדיש)

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s