יואל מאַטוועיעוו
איז די גאָלדענע פּאַװע געפֿלױגן, געפֿלױגן,
און די נאַכט האָט געעפֿנט די גאָלדענע אױגן
אַנאַ מאַרגאָלין
מאָטל האָט זיך אויפֿגעוועקט און צוגעגאַנגען צום פֿענצטער אין קיך. דער גוסרעגן האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. אויף דער שויב האָט שימערירט אַ גרויסער טראָפּן, אין וועלכן עס האָט זיך אָפּגעשפּילגט די גרויסע הילצערנע סאָווע אויף דער אַלטער שאַפֿע. איבער דער טעלעוויזיע־אַנטענע אויפֿן דאַך פֿונעם זעקס־עטאַזשיקן בנין אויף יענער זײַט גאַס האָט געשײַנט אַ פֿולע לבֿנה. דער וואַנט־זייגער האָט אָפּגעשלאָגן צוויי מאָל.
מאָטלען איז געווען אומרויִק אויפֿן האַרצן. ער האָט געשטעלט דעם טשײַניק און אַרויסגענומען פֿון דער פּאָליצע אַ בוך. אין דעם מאָמענט האָט די סאָווע געגעבן אַ וווּנק מיט אירע קרישטאָלענע אויגן. קורט וואָנעגוטס ראָמאַן האָט צום נײַעם יאָר צוגעשיקט פֿון אַמעריקע זײַן שוועגערין חנהלע מיט עטלעכע יאָר צוריק. פֿון זײַנע שול־יאָרן האָט ער געדענקט אויף ענגליש בלויז די פֿראַזע: I have a pencil box. ער האָט אָבער ליב געהאַט אַ בלעטער צו טאָן חנהס מתּנה אין אַזעלכע שלאָפֿלאָזע נעכט.
נאָך צוויי טשאַשקעס טיי איז מאָטל געגאַנגען צוריק שלאָפֿן. נאַטאַשע האָט עפּעס געמורמלט און זיך אַ דריי געטאָן אין בעט. זײַנע געדאַנקען האָבן געשוועבט דאָרטן, הינטערן פֿענצטער, הויך אינעם האַרבסטיקן הימל…

שטיל זענען די סאָוועס געפֿלויגן, אַלץ ווײַטער און ווײַטער. בלויז דער ווינט האָט עפּעס געשעפּטשעט אין זייערע אויערן. אונטן איז פֿאַרבײַגעשוווּמען די גרויסע שטאָט. פֿאַרבײַ־פֿאַרבײַ, שטאָטעניו, מיט אַלע דײַנע מײַז און וועווערקעס, געמיטלעכע סאָסנעס און יאָדלעס, פֿרײַדלעכע האַלקעס, מסוכּנע וואָראָנעס און געהיימנישפֿולע סאָראָקעס — די גנבֿטעס פֿון אומזיסטן — טייטלעכע דראָטן און געפֿערלעכע חיות, וואָס האָבן אויך שפּיציקע אויערן און זיי דראַפּען זיך אַרויף אויף די ביימער, אָבער פֿליִען קענען זיי נישט. טשאַטעסווײַז, האָבן זיי יעדעס יאָר געפֿאָלגט זייער אינערלעכן קאָמפּאַס, זיך צוהערנדיק צו דער ריזיקער שטאָט; אַפֿילו אין די וואָלקנס הילכן בײַ נאַכט די מאָדנע קולות פֿון אירע אומצאָליקע מענטשן און מאַשינען.
יעדן טאָג צופֿרי האָבן זיי זיך אויסגעזעצט אויף די ביימער שלאָפֿן נאָכן שווערן נאַכט־פֿלי. פֿאַטימאַס שוועסטער זולפֿיאַ האָט זיך אַפֿילו אײַנגעגעבן צו פֿאַרקויפֿן בילדער פֿון אַ גאַנצער טשאַטע שלאָפֿנדיקע סאָוועס צו אַ רוסישער צײַטונג. אונטערן הויכן קיפּאַריס־בוים אין ירושלים האָט זי דעמאָלט געטראָפֿן אַ פֿאַרוווּנדעטע סאָווע מיט אַ רינגל אויפֿן פֿיסל און געבראַכט זי אין אַ וועטערינאַרישער קליניק.
אויפֿן וועג האָט דער איבערגעשראָקענער פֿויגל צעפּיקט און צעדראַפּעט אירע פֿינגער ביז בלוט. „אַל־בלד [1], מײַן היים־שטעטל‟ — האָט אָפּגעטײַטשט זולפֿיאַס רוסיש אויסגעשריי די אַראַבישע פֿאַרקויפֿערין פֿון אַלטוואַרג. זײַענדיק אַ שטאָלצע גיורת, האָט זולפֿיאַ־זהבֿה נישט באַמערקט — פֿע! — דעם באַוווּנדערטן קוק אויפֿן פּנים פֿונעם מוסולמענישן שׂונא.
זי האָט אַ קוק געגעבן אַראָפּ אויף אירע פֿאַרברוינטע פֿיס. „אַן עכטע שאַהערעזאַדע בין איך, האַ?‟
זולפֿיאַ האָט אַ ריר געטאָן מיט אירע לאַנגע, שאַרפֿע, פֿיאָלעט־געפֿאַרבטע פֿיספֿינגער, וואָס האָבן מיט שטאָלץ אַרויסגעקוקט פֿון די פֿאַרשטויבנע, אָבער טײַערע איטאַליענישע סאַנדאַליעס. ווען איך בין אַ סאָווע, האָט זי געטראַכט, וואָלט איך שוין געוווּסט וואָס צו טאָן מיט יענעם שייגעץ. צו בײַסן אים וויל איך נישט: טפֿו, וואָס פֿאַר אַ הירהורים־רעים! צו בײַסן איז כּמעט ווי צו קושן, בעסער זאָל ער שוין פּגרן! פֿון מײַנע סאָווישע קרעלן וועט ער זיכער נישט קענען אַנטלויפֿן!
דער וועטערינאַר האָט מיט צוויי טעג שפּעטער אָנגעקלונגען און איבערגעגעבן, אַז דער פֿויגל, לויט דעם נומער אויפֿן רינגל, קומט טאַקע פֿון זולפֿיאַס אַלטער היים — די מאָסקווער געגנט; און ס׳איז נישט אַ פֿילין, ווי זי האָט געמיינט, נאָר אַן אַנדער מין — ינשוף־עצים, אַ long-eared owl. קיין העברעיִש צי ענגליש האָט זולפֿיאַ נישט געקענט, אָבער דער חיות־דאָקטער האָט פֿאַרשריבן דעם נאָמען פֿונעם פֿויגל אין אַ צעטל. תּניא, זולפֿיאַס אַ חבֿרטע פֿון דער ליובאַוויטשער שיל, האָט אַרײַנגעקוקט אויף דער אינטערנעץ און אויסגעפֿונען, אַז אויף רוסיש הייסט אַזאַ באַשעפֿעניש מיט לאַנגע אויערן אַן ушастая сова [אושאַסטאַיאַ סאָוואַ].
***
ווען מיט דיר גייען באַנאַנד חבֿרים טײַרערע
איבער קאָסמאָס, איבער גאַנצן, גיי און פֿלי,
און די ערד צעבליט וועט טרעפֿן שטערן אײַערע,
און באַדעקט וועט ווערן מאַרס מיט עפּל־בלי.
יעווגעני דאָלמאַטאָווסקי
מיט לאַנגע צעפּ און אין צעריסענע אָפּגעבלאַנקטע דשזינס־הויזן איז באָקאָנאָן אַרײַנגעקומען און אָנגעהויבן דרשענען מכּוח די וואַמפּיטערס. יעדער קאַראַס אָדער אַ גרופּע מענטשן, פֿאַרקניפּט צוזאַמען בהשגחה־פּרטית, קען זיך נישט באַגיין אָן אַ וואַמפּיטער, האָט דערקלערט דער שוואַרצער נבֿיא. עס קאָן זײַן, האָט באָקאָנאָן געוויזן מיטן פֿינגער, דאָס שפּינוועבס אונטערן קאַרניז פֿונעם סייווינגס־באַנק, וווּ עס זיצן די גרויע טויבן, אָדער אַפֿילו יענער פֿאַרזשאַווערטער טראַנספֿאָרמאַטאָר, וואָס הענגט און הודיעט אויפֿן סלופּ.
יעקבֿ־לייב האָט זיך דערמאָנט, אַז אַמאָל האָט ער שוין געזען אַ מאָדנע דערציילונג אויף ייִדיש מיטן דאָזיקן אומפֿאַרשטענדלעכן נאָמען: „דער טראַנספֿאָרמאַטאָר‟. זײַן בעסטער חבֿר פֿײַוויש האָט אים עס געגעבן איבערצולייענען.
יאַנקל האָט אַ זוך געגעבן אינעם טעלעפֿאָן: „מען ניצט אַ טראַנספֿאָרמאַטאָר צו ענדערן דעם וואָלטאַזש‟. די ענגלישע וויקיפּעדיע דערקלערט דעם גאַנצן ענין אַ סך לענגער און קלערער. דער וואָלטאַזש, הייסט עס, איז די שטאַרקייט פֿונעם עלעקטרישן כּוח. אַ באַטאַרייקע אין דײַן אײַפֿאָן וועט קיינעם נישט שאַטן, אָבער אין דער עלעקטרע אויף דער וואַנט שטעקט אַ גרויסע סכּנה, און די הויכע דראָטנס אין דרויסן, ווי באַקאַנט, זענען ממש אַ טויט־געפֿאַר.
אַפֿילו אינעם מענטשלעכן גוף פֿליסט אַן אייגענער וואָלטאַזש. דער יונגער־מאַן האָט זיך דערמאָנט, אַז ווען זײַן עלטער־באָבע, עליה־השלום, איז געלעגן אין שפּיטאָל, האָבן די דאָקטוירים יעדע שעה באַקוקט איר EKG — דעם האַרץ־דופֿק. ווײַזט אויס, אַז דאָס איז אויך אַ מין וואָלטאַזש, זייער אַ קליינער, אָבער פֿאַרן מענטשלעכן לעבן גאָר אַ וויכטיקער. ווען די עלטער־באָבע האָט געהאַלטן, נעבעך, בײַם שטאַרבן, איז ער געווען אַ יונגער בחור. די משפּחה האָט אים געהייסן צו כאַפּן אַ שפּאַציר אין דרויסן.
יעקבֿ־לייב האָט זיך דערמאָנט, אַז אינעם שפּיטאָל־הויז איז טאַקע געשטאַנען אַ גאַנצער בנין פֿול מיט אָט־די מאַשינען — די גרויסע טראַנספֿאָרמאַטאָרס. עס זענען אַרומגעפֿלויגן שוואַרצע און גרויע פֿויגלען. דאַכט זיך, די זעלבע, וואָס נוח האָט אַמאָל אַרויסגעשיקט פֿון זײַן תּיבֿה. דער שוואַרצער פֿויגל האָט זיך אומגעקערט מיט אַ „קראַ־קראַ‟, און די טויב איז צוריק געקומען מיט אַ צווײַגל זיתים. פּלוצעם האָט יעקבֿ־לייב באַמערקט, אַז אין זײַן האַנט ליגט אַ ספֿר מיט אַן אינטערעסאַנטער טאַבעלע פֿון משונהדיקע ראָשי־תּיבֿות צי מספּרים:
ח נח נט ה ד סב סג א מט טו יד נב נג יא י נו מא כג כב מד מח יט יח מה לב לד לח כט כה לה לט כח מ כו כז לז לו ל לא לג יז מז מו כ כא מג מב כד ט נה נא יב יג נד נ טז סד ב ג סאַ ס ו ז נז
„קוסראַב־באַרסוק, תּסובך־כוואָסט!‟ — האָט באָקאָנאָן גענומען קלאַפּן מיט די הענט און אַרומטאַנצן אינעם מעטראָ־וואַגאָן. פֿײַוויש האָט געגעבן זײַן ידיד אַ שאָקל. אײַנגעדרימלט בײַם קידוש אין דער גרויסער סאַטמאַרער שיל אויף ראָדני־סטריט, האָט יעקבֿ־לייב געחלומט פֿונעם בוך, וואָס זײַן „טיטשער‟ האָט אים מיט אַ וואָך צוריק געעצהט איבערצולייענען. האָפֿנדיק צו באַקומען אַ שטאָטישע אַרבעט, האָט ער געמוזט זיך אויסלערנען אַ ביסל בעסער ענגליש. דאָס בוך האָט געהייסן „דאָס וויגעלע פֿאַר אַ קאַץ‟.
* * *
עס בלויט דער דונײַ,
אַזוי פֿריש און נײַ,
דורך טאָלן גרין
דו פֿליסט שטיל אַהין,
באַגריס אונדזער ווין,
דײַן זילבערנער באַנד
פֿאַרבינדט לאַנד צו לאַנד
דער יאָמער — אַוועק
אויף דײַן שיינעם ברעג.
יאָהאַן שטראַוס דער צווייטער
דער צדיק האָט געבעטן עפּעס צו טרינקען. רב פֿישל האָט אים פֿאָרגעלייגט אַן ענגלישע שוואַרצע טיי, אַ קאַווע, אַ זעלצער? דער אַלטער ייִד האָט אַליין געעפֿנט דעם פֿרידזש און זיך אָנגעגאָסן אין אַ פּלאַסטיק־גלעזל דעם היימישן מאָס.
„שלייתא דשונרתא — אוכמתא בת אוכמתא — בוכרתא בת בוכרתא‟ [2], האָט מיט אַ ביסל אויפֿגעבראַכטן טאָן עטלעכע מאָל איבערגעחזרט דער רבי, קלעטערנדיק אויפֿן פֿינצטערן בוידעם. דער שאָטן פֿון זײַן סאַמעטענעם שוואַרצן ביבערהוט האָט פּלוצעם אויפֿגעוועקט אין רב פֿישלס זכּרון די צײַט, ווען זײַן פּלימעניק פֿײַוויש איז נאָך געווען אַ יונג בחורל. זײַן חבֿרותא, יעקבֿ־לייב, איז געקומען עסן בײַ זיי אַ שבת־סעודה. יעקבֿ־לייב האָט דעמאָלט אַוועקגעלייגט זײַן שוואַרצן פֿלאַכן הוט אויף דער גמרא „ברכות‟, וואָס איז געלעגן אויפֿן שמוציקן פּלאַסטיק־טישטעך.
פֿײַוויש האָט דערציילט, האָט זיך דערמאָנט רב פֿישל, אַז ער קען איינעם אַ ייִד, אַן עלעקטריקער, וואָס אַרבעט צוזאַמען מיט די גויים. איינער אַ גוי מיט אַ טונקעלן פּנים, וועלכער האָט בעיקר גערעדט אויף שפּאַניש אָבער פֿאַרשטאַנען אַ קאַפּעלע ייִדיש, האָט אים איבערגעגעבן, אַז די אַמעריקאַנער גלייבן אין UFO.

טובֿיה דער עלעקטריקער, ווי יעקבֿ־לייב האָט איבערגעגעבן, האָט אויסגעהערט גאָר אַן אויסטערלישע מעשׂה. דער גוי האָט באַטאָנט, אַז קליינע מענטשעלעך פֿון אַנדערע שטערן, מיט גרויע פּנימער און גרויסע אויגן, פֿליִען אַרום אונדז אין קײַלעכדיקע מאַשינען. די רעגירונג חבֿרט זיך שוין לאַנג מיט זיי, מיט דער גרויער חבֿרה, האָט צוגעגעבן דער מעקסיקאַנער, אָבער האַלט עס בסוד, בפֿרט נאָכן 11טן סעפּטעמבער.
ווען יעקבֿ־לייב האָט דערציילט די דאָזיקע אויסטערלישע מעשׂה, האָט ער מיט ביידע הענט אַ מאַך געגעבן אַהין און צ׳ריק איבער זײַן ביבערהוט: אָט אַזוי האָט יענער גוי געמאַכט אַ שתי־וערבֿ [3], ווען ער האָט זיך געשוווירן, אַז אַזאַ UFO האָט ער אַליין געזען מיט זײַנע אייגענע אויגן, בעתן בויען דעם נײַעם דרײַ־שטאָקיקן חסידישן בנין בײַ דער טריין־סטיישען אין מאָנסי. „אַ ריזיגע רינדעדיגע אַ־אַזערנע זאַך, פֿאַרשטײַסט!‟
פֿונעם שטויביקן בוידעם זענען אַראָפּגעפֿלויגן אַ פּאָר פּוכיקע ווײַסע פֿעדערן. דער מקובל האָט זיך צעהוסט. ער האָט אַרײַנגעקוקט אין אַלע זײַטן מיטן עלעקטרישן לאַמטערנדל, זיך פֿאָרזיכטיק אַראָפּגעלאָזט פֿונעם לייטער, אָפּגעטרייסלט דאָס פֿויגלשן מיסט פֿון זײַן הוט און אָנגעגאָסן נאָך אַ גלעזל מאָס.
— מן־הסתּם, פֿישל, דאַרפֿסטו אַדורכבויערן פֿיר לעכער אויף אַלע זײַטן פֿון דײַן בוידעם, כּדי די מזיקים זאָלן אַרויס פֿון דײַן שטוב. מאַך די ערשטע לאָך דאָרטן, וווּ דײַן פֿרוי הערט די מאָדנע קולות.
דער רבֿ האָט אַרויסגענומען פֿון זײַן רענצל צוויי טערמאָמעטערס, אַ האַמערל און אַן אַלט פּאָרצעלײַ־טעלערל מיט רויטע פֿייגעלעך און יאַגדעס אויפֿן ראַנד און אַ בלוילעך בילד פֿונעם בודאַפּעשטער פּאַלאַץ אין דער מיט.
פֿישל האָט דערקענט דעם גרויסאַרטיקן בנין. ווען ער איז געפֿאָרן אויף קבֿרי־צדיקים אין אונגערן, זענען זיי דעם ערשטן טאָג אײַנגעשטאַטען אין אַ האָטעל און באַזוכט דעם באַרימטן פּאַלאַץ, וואָס שטייט אויפֿן טײַך דונײַ. אַפֿילו פֿון זײַן האָטעל־נומער האָט דער ריזיקער באַלויכטענער פּאַלאַץ, דער „קעניגלעכער בורג‟, ווי זײַן זיידע פֿלעגט אים רופֿן, אויסגעזען אַ סך שענער, ווי דער קאָנגרעס־בנין אין וואַשינגטאָן.
מיט זײַן האַמערל, האָט דער מקובל צעבראָכן די זילבערנע שפּיצלעך פֿון די טערמאָמעטערס.
— זעסט, רב פֿישל, דאָס קוועקזילבער איז געפֿאַלן גלײַך וווּ די מלכּה מאַריע טערעזע איז באַקרוינט געוואָרן!
— אָבער זי האָט דאָך, דאַכט זיך מיר, געוווינט אין שאָפּראָן, נישט אין בודאַפּעשט? — האָט זיך דערמאָנט רבי פֿישל.
דער אַלטער מקובל האָט גאָרנישט געענטפֿערט. טיף פֿאַרטראַכט, האָט ער געזאָגט עפּעס אַ תּפֿילה און ווידער באַקוקט די בלאַנקענדיקע טראָפּנס אין זײַן טעלערל.
— ביסט טאַקע גערעכט… אין פּרעשבורג האָט זי געוווינט.
* * *
דעם גרויען שאַריִען באַגריסן די טויבן די גרויע,
אַספֿאַלט און וויטרינעס — אַ פּאַטש אינעם פּיסק פֿון די וועלטן,
נאָר סאָסנעס בײַם ים וועלן שווײַגן, די גאַסן — זיך רויען,
און איך — איבערלאָזן מײַן שפּור אויפֿן זאַמד פֿון די פֿרעמדע געצעלטן.
יואל מאַטוועיעוו
צוערשט, האָט פֿישל נישט געגלייבט, אַז אויפֿן בוידעם קוויטשעט אַ נאַכטפֿויגל. יעדעס מאָל, ווען זײַן איבערגעשראָקענע פֿרוי האָט אים געוועקט, האָט ער זיך צוגעהערט צו דער פֿינצטערניש — גאָרנישט. ערגעץ איז פֿאַרבײַ אַ מאָטאָציקל, עס טיקעט דער זייגער, אינעם הויף זשומזשעט די לופֿט־מאַשין.
אַדרבה, ער האָט פֿײַנט געהאַט די מײַז, וואָס פֿלעגן יעדע נאַכט הריזשען די ווענט. וואָס זאָל מען נישט טאָן, זענען זיי אַלעמאָל געקומען צוריק. לעצטנס, זענען זיי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און אין דער שטוב איז געוואָרן שטיל. דער זעלבער נס האָט פּאַסירט מיט די פֿייגעלעך, וואָס האָבן געצווירקעט יעדן טאָג אויפֿן בוידעם. הינדי איז געווען שטאַרק צופֿרידן, אַז די לעצטע פּאָר חדשים הערט זי נישט מער דאָס דערעסנדיקע צווירקען.
גאָר עפּעס אַנדערש איז יאָ געוואָרן דערענסדיק, ממש אַ שרעק! ווען הינדי איז נאָך געווען פֿליישיק, האָט זי נישט געקאָנט במשך פֿון זעקס שעה עסן אַ פּיצע, און פֿישל האָט געמוזט יעדעס מאָל צוטראַכטן, ווי אַזוי זי צו באַרויִקן. אפֿשר געבראָטענע הינער־פֿליגל? ניין, שרײַט הינדי, דערמאָנען זיי איר אינעם שרעקעדיקן נאַכטפֿויגל! אַ שטיקל קוגל? ניין, וויל זי דווקא עפּעס פֿליישיקס! קיין בשׂר־בהמה האָבן זיי, געוויינטלעך, נישט געגעסן, אָבער פֿישל האָט אײַנגעקויפֿט אין באָראָ־פּאַרק אַ גאַנצן באַגאַזשניק פֿלייש מיט זייער אַ גוטן הכשר פֿון אַן אָרגאַנישער פֿאַרם. און עס האָט אים זייער טײַער געקאָסט. ניין, קוויטשעט זײַן ווײַב אַליין ווי אַ נאַכטפֿויגל, אַז צוליב איר פּחד איז זי איצט אויף אַ נײַער דיעטע!

פֿײַוויש האָט איבערצײַגט דעם פֿעטער, אַז עפּעס מאָדנע טוט זיך טאַקע אינעם הויז. ווען זיי זענען געקומען מיט יעקבֿ־לייבל פֿון באָראָ־פּאַרק, האָט דער פּלימעניק באַמערקט, אַז אין דרויסן שרײַען אַ סך קראָען. רב פֿישל איז אַרויס און דערזען גאָר אַ מאָדנע בילד: דרײַצן שוואַרצע פֿויגלען זיצן אויף זײַן דאַך און האַלטן אין איין שרײַען. ווען פֿישל איז אַרויף אויפֿן באַלקאָן, זענען די קראָען אַוועקגעפֿלויגן. מיט אַ מינוט שפּעטער האָבן זיי זיך ווידער באַוויזן, זיך אַראָפּגעזעצט אַרום דער אַלטער לאָך אויפֿן בוידעם, און זיך היסטעריש צעשריגן, ווי הינדי מיט איר נאַכטפֿויגל. אויפֿן צווייטן טאָג האָט אים עמעצער דערציילט אין שיל, אַז אַ באַרימטער גרויסער מקובל איז געקומען פֿון ירושלים קיין מאָנסי צו שנאָרען געלט.
רב פֿישל האָט געבעטן בײַם שכן אַ שטאַרקערן לאַמטערן און אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן בוידעם. אַלצדינג איז געווען אויפֿן אָרט… נאָר לעבן דער אַלטער לאָך איז געלעגן אַ פֿריש זעקל! קיינער איז דאָך נישט געווען אויפֿן בוידעם! אומעטום איז פּוך, מיסט, שטויב, שפּינען… פֿאָרזיכטיק האָט רב פֿישל אַרײַנגעקוקט אינעם פּעקל מיט מאָדנע אותיות, דאַכט זיך, רוסישע, און אַנטדעקט אַן אויסטערלישן מכשיר: אַ געלן, מיט אַ גרויען עקראַן, אַ דיסק מיט פֿאַרשיידענע סימבאָלן און אַ פּאָר קנעפּלעך, אַרומגעוויקלט מיט צוויי דראָטן, אַ רויטן און אַ שוואַרצן. ס׳זעט אויס ווי אַ מולטימעטער, אָבער אפֿשר אַ באָמבע?!
אַוודאי, האָט דער פֿעטער גאָרנישט געזאָגט פֿײַווישן וועגן מומע הינדיס משוגעתן. דעם מסוכּנעם מכשיר האָט ער אַרויסגעוואָרפֿן אונטער דער סאָבווייּ־בריק אויפֿן וועג צו דער אַרבעט.
ס׳איז שוין געווען קאַלט, נאָר תּניא האָט אָפּגעוואַשן אירע פֿיס אינעם אָקעאַן. אין אַ מיסטקאַסטן האָט זי באַמערקט אַ וואָלטמעטער. פּונקט אַזאַ מכשיר האָט זי נישט לאַנג געבראַכט קיין רוסלאַנד! חנה האָט איר דערציילט עפּעס אַ מעשׂה, אַז דעם צעבראָכענעם אינסטרומענט האָט איר משפּחה שפּעטער איבערגעשיקט פֿון מאָסקווע צו עפּעס אַ חסיד אין ניו־יאָרק.
תּניא האָט זיך צעלאַכט און באַשלאָסן אַוועקצושיקן די געלע מאַשין אויף טשיקאַווע ווידער צו נאַטאַשען. ס׳האָט שוין געדעמערט. הינדי האָט פֿאַרענדיקט צו עסן די הינער־פֿליגלעך און אײַנגענומען אירע פּילן פֿאַרן שלאָף. זולפֿיאַ האָט געזאָגט „מודה אַני‟ אויף רוסיש. נאַטאַשע האָט זיך אַ דריי געטאָן אין בעט.
אויפֿן פֿינצטערן וועג צו קינגס־הײַוויי, איז אַ שוואַרץ קינד, מיט לאַנגע צעפּ און אין צעריסענע אָפּגעבליאַקעוועטע דשזינס־הויזן, פֿאַרבײַגעפֿאָרן אויף אַ סקייטבאָרד, אַרײַנגעוואָפֿן אין תּניאס זעקל עפּעס אַ ביכל, און אויסגעשריגן: Soror Mystica!
אַ רויטער קאָטער האָט זיך באַוויזן אויפֿן ווינקל. „ריזשי קאָט‟, האָט תּניא זיך דערמאָנט אירע קינדער־יאָרן אויף דער דאַטשע אין קראַסנאָדאַר.
[1] אַ גראָב רוסיש אויסגעשריי, וואָס קלינגט ווי דאָס אַראַבישע וואָרט „בלד‟
[2] אַ שוואַרץ מפּיל־קינד, אַ בכור פֿון אַ שוואַרצער בכור־קאַץ (תּלמוד־בבֿלי).
[3] אַ קרייץ־צייכן.