דאָס אַזיאַטישע טאָגבוך (1)

דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין האָט זיך נישט לאַנג צוריק אומגעקערט פֿון זײַן קאָנצערט־טור איבער טײַוואַן, האָנג־קאָנג, דרום־קאָרעע און יאַפּאַן. במשך פֿון דער גאַנצער נסיעה האָט ער געפֿירט זײַן טאָגבוך אין ייִדיש.

מיר הייבן אָן דרוקן קיסינס טאָגבוך — אַ קוואַל פֿון שאַפֿערישע איבערלעבונגען, מחשבֿות, אינטערעסאַנטע טרעפֿונגען און אײַנדרוקן.

איך באַדאַנק יעווגעני קיסין — אונדזער שטענדיקער מחבר און שטיצער — פֿאַרן איבערגעבן דער „ייִדיש־בראַנזשע‟ די עקסקלוסיווע רעכט צו דרוקן דאָס טאָגבוך, צוזאַמען מיט די קאָלירפֿולע בילדער, געמאַכט פֿון יעווגעני קיסין גופֿא.

באָריס סאַנדלער

fullsize

יעווגעני קיסין

אָּקטאָבער 15־16טן. אינעם עראָפּלאַן סאַן–פֿראַנציסקאָ — טײַוואַן

נו, אָט הייבט זיך אָן מײַן אַזיאַטישע נסיעה. כ׳ווייס ניט, ווען איך וועל קאָנען ווידער פֿאָרן אַהין: די מאַמע איז שוין אַלט, און כ׳וועל זי מער ניט קאָנען איבערלאָזן מיט אַלאָטשקען [1] און אַנע פּאַוולאָוונען [2] אויף אַזוי לאַנג; מיט קאַרינאָטשקען [3] ווילט זיך אויך ניט צעשיידן אויף לאַנג, און כּל–זמן אַליאָשע [4] איז מיט אונדז, וועט זי ניט קאָנען אַוועקפֿאָרן פֿון אים אויף חדשים לאַנג… און מיט מײַן שלאָפֿלאָזיקייט און „דזשעט־לעג‟־פּראָבלעמען (וואָס עלטער איך ווער, אַלץ ערגער) וועל איך אַוודאי ניט מסוגל זײַן זיך לאָזן אין ווײַטע מקומות אויף קירצערע צײַטן. אויב מיר׳ן, האָפֿנטלעך, האָבן קינדער, וועל איך שוין מוזן בכלל זיך אָפּזאָגן פֿון אַזיע… דעריבער דאַרף מען אויסניצן די דאָזיקע נסיעה אין דער פֿולער מאָס! דאָס מאָל וועט מײַן רשימה קאָנצערטן זײַן ניט צו אײַנמידנדיק, וועל איך האָבן מער צײַט אַרומשפּאַצירן און אַרומפֿאָרן אַ ביסל אויך. שוין פֿיר מיט אַ האַלב יאָר בין איך דאָרט ניט געווען…

איך קוק אַרײַן אין מײַן שויס־קאָמפּיוטער. נו, וואָס הערט זיך אויף דער וועלט? דער אויסטראַלישער פּרעמיער–מיניסטער באַטראַכט די מעגלעכקייט איבערצופֿירן די אַמבאַסאַדע אין ירושלים. יאָ, פּאָליטיק איז אַ מאָדנע זאַך: סטאַלין האָט פֿאַקטיש באַשאַפֿן מדינת–ישׂראל און אַ סך געהאָלפֿן איר במשך פֿון און נאָך דער אומאָפּהענגיקייט–מלחמה; טראַמפּ האָט דער ערשטער איבערגעפֿירט די אַמבאַסאַדע אין ירושלים… עס קומען אויפֿן זינען דע גאָלס ווערטער: „אין פּאָליטיק זײַנען ניטאָ קיין פֿרײַנד און ניט קיין שׂונאים, נאָר — אינטערעסן‟ (הגם אין דער אמתן, וואָס שייך שׂונאים, זײַנען זיי טאַקע אין פּאָליטיק פֿאַראַן, און אַ סך. אַגבֿ, דע גאָל אַליין האָט עס זייער בולט דערוויזן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה). אַבי נאָר אונדזער פֿאָלק, נעבעך, זאָל ניט פֿאַרלירן די מאָראַלישע אָריענטירן. אין רוסלאַנד זײַנען שוין דאָ ניט ווייניק ייִדן, בפֿרט פֿרומע, וואָס האַלטן אונטער פּוטינען, מחמת ער גיט די ייִדן רעליגיעזע פֿרײַהייט; און ישׂראל האָט נאָך אַלץ ניט אָנערקענט דעם גענאָציד פֿון די אַרמענער, ווײַל מ׳האָט מורא קאַליע צו מאַכן די באַציִונגען מיט טערקײַ (וואָס דערנענטערט זיך סײַ ווי אַלץ מער און מער צו איראַן). אַ בושה און אַ בזיון!..

מ׳האָט אויסגעלאָשן די שײַן אינעם עראָפּלאַן־סאַלאָן. אינטערעסאַנט, צי עמעצן וועט זיך פֿאַרוועלן שלאָפֿן: אין סאַן–פֿראַנציסקאָ איז נאָך 4.30 בײַ טאָג…

וואָס נאָך טוט זיך אין דער וועלט? גריכנלאַנד וועט פֿאַרמאַכן אַפֿאָן [5] פֿאַר דער מאָסקווער פּאַטריאַרכיע — אָ, דאָס איז שוין בפֿירוש אַ נײַעס! זײער גוט… שוין גענוג צײַט, אַז גריכנלאַנד, די מוטער פֿון דעמאָקראַטיע, איז געווען געשטימט פּראָ־רוסלענדיש!.. האָלאַנד האָט באַשולדיקט רוסלאַנד אין מיליטערישע פּראָוואָקאַציעס אין אַרקטיקע… נו, אפֿשר איצט וועט דער מערבֿ זיך סוף–כּל–סוף דערוועקן… די פֿראַנצויזישע פּאָליציי האָט פֿאַרהאַלטן 23 טשעטשענער פֿאַר רעקעט… ווען איך האָב נאָך געהאַט בלויז אַ רוסלענדישן פּאַספּאָרט, איז מיר געווען גאָר ניט גרינג צו באַקומען וויזעס אַרײַנצופֿאָרן אין אייראָפּעיִשע לענדער; וואָס שײך פֿראַנקרײַך, פֿלעגט מען מיך אַפֿילו מיט אַ וויזע אינעם פּאַספּאָרט ניט תּמיד וועלן אַרײַנלאָזן אינעם לאַנד, מחמת מ׳האָט מורא געהאַט פֿאַר דער „רוסישער מאַפֿיע‟. ווי זשע האָט זיך די דאָזיקע טשעטשענער אײַנגעגעבן אַהין אַרײַנצודרינגען? מסתּמא, דורך אַן אַנדער שענגען–לאַנד איז עס געווען לײַכטער…

אינעם איינציקן ווײַבערשן איזאָלאַטאָר אין מאָסקווע שאַנטאַזשירט מען די אַרעסטירטע פֿרויען: „אויב ד׳וועסט ניט אָפּגעבן דײַן מאָבילקע, וועלן מיר אַלעמען אין דער קאַמער דורכלאָזן דורכן גינעקאָלאָגישן שטול…‟ אינטערעסאַנט, צי פּשוטע רוסלענדער ווייסן פֿון דעם? מיר האָבן אַוודאי געלעבט דאָרטן אין נאָך ערגערע צײַטן, נאָר וועגן אַזעלכע זאַכן האָבן מיר דעמאָלט ניט געהערט. אויף וויפֿל איך ווייס, בלאָקירט מען דאָרט די וועבזײַט פֿון „דאָס אָפֿענע רוסלאַנד‟, און דאָך האָט די זשורנאַליסטקע באַקומען די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע. אפֿשר אייניקע מענטשן טענהן (און זייערע קינדער אויך), אַז די אַרעסטאַנטן „האָבן עס כּשר פֿאַרדינט‟; און די אַנדערע ווילן נישט וועגן אַזעלכע זאַכן טראַכטן, וואַרפֿן אַזעלכע געדאַנקען אַרויס פֿונעם קאָפּ? אמת, „עס זײַנען געווען ערגערע צײַטן, נאָר קיין געמיינערע צײַטן — ניט געווען‟…

מ׳האָט בדעה צו באַשולדיקן נאַוואַלני [6] אין דיסקרעדיטירן די מאַכט… אין דער אַרכאַנגעלסקער געגנט און אין בעלגאָראָד פּראָטעסטירט מען — גוט! אַבי נאָר עס זאָל זיך פֿאַרברייטערן און אַנטוויקלען אין דער נייטיקער ריכטונג…

יאָ, אייניקע מענטשן שלאָפֿן. מיר האָט זיך עפּעס אויך פֿאַרוואָלט פֿאַרמאַכן די אויגן…

אָפּגעלעגן בערך דרײַ פֿערטל שעה, נאָר ניט אײַנגעשלאָפֿן. און קיין פֿאַרבינדונג מיט דער אינטערנעץ איז נאָך אַלץ ניטאָ, הגם אי אויפֿן קאָמפּיוטער, אי אויפֿן אײַפֿאָן איז אָנגעשריבן, אַז זיי זײַנען פֿאַרבונדן מיטן „ווײַ–פֿײַ‟ פֿון דער אַוויאַליניע. אַ שאָד, וואָס דער מאָטאָר איז אַזוי רוישיק, און איך קאָן ניט בשעתן פֿלוג הערן די רעקאָרדירונג פֿון מײַן נעכטיקן קאָנצערט. אפֿשר אין אַ 10 יאָר אַרום וועט מען דערפֿינדן שטילערע מאָטאָרן סײַ פֿאַר אויטאָס, סײַ פֿאַר עראָפּלאַנען…

כ׳האָב דורכגעלייענט די פּיעסע פֿון אַניעס טאָכטער [7] (אין וועלכער זי האָט אויסגענוצט מײַנע לידער). אַלץ וואָלט געווען מערקווירדיק! — נאָר איין לעפֿעלע דזעגעכץ אין דער פֿאַס האָניק: צו וואָס דערמאָנען (אין אַזאַ צײַט, ווי איצט, אין רוסלאַנד!) וועגן דעם, אַז די נאַציסטן האָבן געדאַרפֿט שיינע ייִדישע פֿרויען פֿאַר די אוקראַיִנער, וואָס האָבן זיך געשלאָגן אויף זייער צד?! איך קאָן ניט גלייבן, אַז זי האָט עס געטאָן בכּיוון, — און די גאַנצע פּיעסע, אַ חוץ יענעם פּאַסאַזש, זאָגט עדות, אַז ניט אומיסטן. שוין זשע איז עס איר פּשוט ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַזאַ פּרט, אַפֿילו אויב ס׳איז אמת, איז איצט ניט צום אָרט? כ׳וועל מוזן אָנשרײַבן אַניען…

כ׳האָב אויסגעלערנט אויף אויסווייניק נאָך עטלעכע פּאַראַגראַפֿן פֿון ד. ראַבינאָוויטשס [8] אַרטיקל וועגן הײַטינקן. אי אַ גלענצנדיקער אַרטיקל, וואָס ס׳איז הנאה אים צו רעציטירן (און ער זאָגט דווקא דאָס, וואָס מיר איז תּמיד געווען אַזוי נאָענט: אַ קינסטלער זאָל פֿילן, אַז ער איז אַן אומאָפּנעמלעכער טייל פֿון דער וועלט, אין וועלכער ער און זײַן קונסט עקזיסטירן; ער זאָל פֿילן מאָראַליש דאָס אַחריות פֿון אַ קינסטלער פֿאַר אַנדערע מענטשן), אי נוצלעך פֿאַרן פֿאַרשטאַרקן דעם זכּרון. אין מײַן עלטער איז שוין צײַט אָנהייבן זאָרגן וועגן דעם, כּל–זמן ס׳איז נאָך ניט צו שפּעט. יאָ, איך עלטער זיך (שוין איבערגעלעבט שומאַנען!): אי די כּוחות זײַנען ניט יענע, וואָס זײַנען געווען, אי די ציין ווערן געלער (הגם נאָר מיט דרײַ וואָכן צוריק האָב איך געהאַט אַ רייניקונג–פּראָצעדור בײַ אַ דאַנטיסטקע)…

מ׳האָט אײַנגעשלאָסן די שײַן. מײַנע שכנים אינעם סאַלאָן זײַנען גליקלעכע מענטשן — זיי זײַנען געשלאָפֿן די גאַנצע צײַט! אַ פּאָר מאַנצבילן שלאָפֿן נאָך אַלץ. אַ מין גליק, צו קענען שלאָפֿן, ווען מע דאַרף עס!

כ׳האָב דורכגעלייענט באָריעס [9] „ווײַס פֿערדל‟. שוין אויף עטלעכע מדרגות העכער פֿון „צוליב דיר‟! אַזוי שיין, טיף און טרויעריק (אפֿשר ניט אין דעם דאָזיקן סדר)…

מ׳האָט אַנאָנסירט, אַז מיר לאַנדן. מ׳דאַרף פֿאַרפֿילן דאָס אָנקום–קאָרטל.

קאַרינאָטשקע האָט אָנגעשריבן צוויי „עסעמעסקעס‟ מיט אַ שעה און פֿערציק מינוט צוריק! הייסט עס, אַז זי האָט בשלום געלאַנדט אין מינכן.
נו, און איצט האָבן מיר אויך געלאַנדט. ברוך–הבא קיין דרום–מיזרח אַזיע!

אָקטאָבער 17

נעכטן האָב איך זיך געלייגט שלאָפֿן 9 אַ זייגער מיט אַ ריזיקער דאָזע שלאָפֿמיטלען, אויפֿגעוואַכט — 5.50 אין דער פֿרי און שוין מער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן. מער ווי אַכט שעה איז אַוודאי ניט שלעכט, שוין געוואָרן אַ כּלל, אַז נאָר מיט אַזוי פֿיל שלאָפֿמיטלען שלאָף איך אַ סך לענגער. וואָס זשע וועט זײַן ווײַטער? במשך פֿון כּמעט דעם גאַנצן טאָג האָב איך זיך געפֿילט שלעפֿעריק און געטרונקען אַ סך טיי. כ׳האָב ניט באַוויזן דורכצוגיין די גאַנצע פּראָגראַם, מחמת אין איינעם אַ מאָמענט האָב איך פּשוט געמוזסט זיך צולייגן בערך אויף דרײַ פֿערטל שעה (צום גליק, איז אינעם צימער, וווּ כ׳האָב געאַרבעט, געווען אַ דיוואַן מיט קישנס).

1אינעם טשיאנג קײַ-שעק מעמאָריאל פּארקJPG
פֿון רעכטס – דער נאַציאָנאַלער קאָנצערט-זאַל, פֿון לינקס – דער נאַציִאָנלער טעאַטער

נאָכן אויסקלײַבן די פּיאַנע האָב איך שפּאַצירט במשך פֿון 40 מינוט אַרום דעם פּאַרק, וווּ דער קאָנצערט-זאַל געפֿינט זיך (דעם טשיאַנג קײַ-שעקס מעמאָריאַל פּאַרק). בײַ טאָג, בשעת דער הפֿסקה, האָב איך אויסגעלערנט נאָך איין פּאַראַגראַף פֿון ראַבינאָוויטשס אַרטיקל.

דעם אָוונט האָב איך פֿאַרבראַכט מיט יואַן פּוען [10] און זײַנע פֿרײַנד. איינער פֿון זיי איז געווען אַ דײַטש, וואָס וווינט אין טײַוואַן שוין פֿערציק יאָר (זײַן ווײַב איז אַ טײַוואַנערין). אין איינעם אַ מאָמענט האָבן מיר אָנגעהויבן ריידן וועגן ייִדיש (ער האָט געזען מײַן אינטערוויו מיט מאַקס כּהן). איך האָב דערציילט וועגן דעם אָפּשטאַם און דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש, און ער האָט געזאָגט, אַז אַ מאָל האָט ער געהאַט גערעדט אויפֿן טעלעפֿאָן מיט דער מאַמען פֿון איינעם אַ פֿרײַנד, ער — אויף דײַטש, און זי אויף ייִדיש, און זיי האָבן פֿאַרשטאַנען איינער דעם אַנדערן.

This slideshow requires JavaScript.

דער הויפּט-דיריגענט פֿונעם היגן אָרקעסטער איז אויך בײַגעווען, און ער האָט מיר דערציילט, אַז בלויז עפּעס-און-צוואַנציק מלוכות (נאָר קליינע, אומבאַדײַטיקע: דער וואַטיקאַן, אייניקע אַפֿריקאַנישע לענדער) אָנערקענען טײַוואַן דיפּלאָמאַטיש; אַז ביז 1979 האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנערקענט טײַוואַן דיפּלאָמאַטיש, און דערנאָך — אויפֿגעהערט; אַז אויף די אָלימפּיאַדעס איז ניט דערלויבט צו שפּילן דעם טײַוואַנישן הימען און אויפֿהייבן די טײַוואַנישע פֿאָן; אַז זיי קאָנען אַפֿילו ניט אָנרופֿן זייער אָרקעסטער Taiwan National Orchestra, מחמת מיט אַזאַ נאָמען וואָלט מען זיי ניט אײַנגעלאַדן אין אַנדערע לענדער… איך האָב וועגן דעם פֿריִער ניט געוווּסט און ניט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן אַזוינס. אַפֿילו די מערבֿדיקע מלוכות! און צוליב וועמען? צוליב די בייזשינגער גזלנים! פּונקט ווי דאָס ניט אָנערקענען ירושלים ווי ישׂראלס הויפּט-שטאָט. פּאַלעסטינע אָנערקענען שוין העכער אַכציק לענדער, און טײַוואַן — בלויז עפּעס-און-צוואַנציק!

און די „כאַמאַס‟־ראַקעטע האָט שוין דערגרייכט אַ וווינהויז אין באר־שבֿע…

אָקטאָבער 18

נעכטן אין אָוונט האָב איך זייער געוואָלט שלאָפֿן, דעריבער האָב איך ניט אײַנגענומען קיין שלאָפֿמיטל, אַ חוץ וואַלעריאַנקע [11], און האָב אַוועקגעשטעלט אויפֿן נאַכט-טישעלע אַ באַנקעלע מעלאַטאָנין, כּדי אײַנצונעמען אים, אויב כ׳וועל אויפֿוואַכן אין מיטן דער נאַכט. אײַנגעשלאָפֿן בין איך נאָך האַלב איינס, אויפֿגעשטאַנען — האַלב זיבן, ווען ס׳איז שוין געווען צו שפּעט אײַננעמען מעלאַטאָנין, — און ווידער ניט געקאָנט אײַנשלאָפֿן; אַפֿילו די אָטעם-איבונג („די ערדבין‟) האָט ניט געהאָלפֿן…

פֿאַרן פֿאָרן אינעם זאַל האָב איך שפּאַצירט במשך פֿון 20 מינוט אינעם פּאַרק לעם האָטעל.

tayfey 1JPG
טײַפּיי. קיין שיינע שטאָט איז עס ניט, אָבער עס האָט אַן אייגן פּנים
a gesele i tayfey batog
טײַפּיי. אַ געסעלע

טײַפּיי האָט זיך, דוכט זיך, ניט געענדערט זינט מײַן לעצטן באַזוך. קיין שיינע שטאָט איז עס ניט, אַ סך בנינים זעען אויס ממש מיאוס (פֿון גראָבן גרויען מאַטעריאַל, מיט קאָנדיציאָנערן און אַפֿילו דראָטן אין דרויסן), נאָר אין אָט דער מיאוסקייט איז פֿאַראַן… כ׳וועל ניט זאָגן „שיינקייט‟, אָבער אַן אייגן פּנים. פֿון דער אַנדערער זײַט, זעען, למשל, די מיסטקאַסטנס אינעם טשיאַנג קײַ–שעקס מעמאָריאַל־פּאַרק אויס ממש ווי פֿײַנע אוראַלטע וואַזעס! און אַוודאי, אַ דאַנק די היִעראָגליפֿן, וואָס כ׳פֿאַרשטיי זיי ניט, זעט אויס די שטאָט עקזאָטיש, ווי אַלע אַנדערע אַזיאַטישע שטעט. ווי אין יאַפּאַן, טראָגן דאָ ניט ווייניק מענטשן מאַסקעס אויף די פּנימער. כ׳האָב געפֿרעגט בײַ יואַן פּוען, צי ס׳זײַנען דאָ פֿאַרבליבן כאָטש וואָסערע-ניט-איז אַלטע בנינים (אַ חוץ די בודיסטישע טעמפּלען); ער האָט געזאָגט, אַז יאָ, אין אַנדערע ראַיאָנען פֿון דער שטאָט.

אויף דער נאַכט האָב איך זיך געטראָפֿן מיט ניו [12], זײַן פֿרוי אַנזשעלען, „פֿעטער לי‟, זײַן געהילף און צוויי מיידלעך פֿון ניוס אָפֿיס. מ׳האָט דערציילט (און עס האָט מיך געחידושט), אַז די לינקע אין טײַוואַן (וואָס שטייען איצט בײַ דער מאַכט) זײַנען פֿאַר גרעסערער אומאָפּהענגיקייט פֿון כינע, און די רעכטע — פֿאַרקערט. כ׳האָב געפֿרעגט, וואָס טוט זיך מיט דער היגער סיסטעם פֿון געזונט-פֿאַרהיטונג, מחמת ווען מיר האָבן זיך געזען דאָס לעצטע מאָל, האָט לי מיר געזאָגט, אַז די געזונט-פֿאַרהיטונג וועט באַנקראָטירן. אַנזשעלע האָט געענטפֿערט, אַז עס גייט גוט, לי — אַז מ׳דאַרף ענדערן אַ סך און אַז פֿאַראַיאָרן, כּדי עטוואָס בעסער צו מאַכן דעם ביודזשעט, האָט די רעגירונג פֿאַרקלענערט די פּענסיעס אויף דרײַסיק פּראָצענט. ער האָט אויך דערציילט אַ סך וועגן דרום־קאָרעע, בפֿרט אַז איר גאַנצע עקאָנאָמיע איז קאָנצענטרירט אין די הענט פֿון מאָנאָפּאָליעס. דעריבער פֿעלט דאָרט פֿאַרשיידנאַרטיקייט.

המשך קומט

דערקלערונגען:

[1] אַלאַ קיסין — די עלטערע שוועסטער
[2] אַנע פּאַוולאָוונע קאַנטאָר — קיסינסן לערערין, וואָס וווינט שוין לאַנגע יאָרן צוזאַמען מיט די קיסינס
[3] קאַרינע — קיסינס פֿרוי
[4] אַליאָשע — קאַרינעס זון פֿון ערשטן שידוך
[5] אַפֿאָן — אַ הייליקער באַרג אין גריכנלאַנד, וואָס שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין פּראָוואָסלאַוויע
[6] אַלעקסיי נאַוואַלני — רוסלענדישער פּאָליטיקער, אָפּאָנענט צו דער איצטיקער מאַכט
[7] אַניע — אַ חבֿרטע פֿון מאָסקווע
[8] דוד ראַבינאָוויטש (1900־1978) — סאָוועטישער מוזיקאָלאָג און קריטיקער. מחבר פֿון אַ צאָל וויכטיקע אַרטיקלען און אויספֿאָרשונגען, בתוכם וועגן דעם האָלענדישן דיריגענט בערנאַרד הײַטינק.
[9] באָריס סאַנדלערס ערשטע דערציילונגען, אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ (1981)
[10] יואַן פּו — אַ פֿרײַנד פֿון טײַוואַן
[11] וואַלעריאַנקע — אַ געוויקס, וואָס מע נוצט אין מעדיצין
[12] ניו — דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון קיסינס קאָנצערטן אין טײַוואַן

Leave a comment