
לאה שלאַנגער
אין די לעצטע יאָרן קערט מען זיך אַלץ מער אום צום רעפּערטואַר פֿון דער ייִדישער דראַמאַטורגיע. עס קומט אויך פֿאָר אין ישׂראל, וווּ די באַציִונג צו ייִדיש איז געווען, אויב נישט ממש אַ נעגאַטיווע, איז, קאָן מען זאָגן, נישט אין גאַנצן אַ פּאָזיטיווע.
שלום-עליכם, יעקבֿ גאָרדין, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, איציק מאַנגער, י. באַשעוויס-זינגער, ש.אנ־סקי און אַנדערע — איצט שלום אַש.

זײַן דראַמע „גאָט פֿון נקמה‟ פֿירט מען שוין אויף דאָס 6טע מאָל אויף דער העברעיִשער בינע. לעצטנס — אין „קאַמערי־טעאַטער‟. עס וואָלט אפֿשר נישט געווען אַ חידוש צו ברענגען די פּיעסע פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט, אָבער דאָס מאָל איז די אויפֿפֿירונג באַאַרבעט, רעזשיסירט, באַגלייט מיט מוזיק — אַלץ פֿון יונגע סברהס, געבוירענע אין ישׂראל. דווקא זיי האָבן געהאַט אַן אינטערעס צו פֿאַרטיפֿן זיך אין דער גאָר פּראָבלעמאַטישער פּיעסע. ווען שלום אַש האָט אין יאָר 1906 זי איבערגעליינט פֿאַר פּרצן, האָט פּרץ אים געראָטן זי פֿאַרברענען. יאָ, נישט אַנדערש!
דעמאָלט האָט דער 26־יאָריקער שלום אַש געהאַט, ווײַזט אויס, גענוג מוט און אַמביציע צו זײַן זיכער, אַז ער איז גערעכט און האָט נישט אָפּגעגעבן זײַן פּאָזיציע. ער איז געפֿאָרן קיין בערלין, וווּ ער איז באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון דעם ייִדיש-עסטרײַכישן אַקטיאָר רודאָלף שילדקראַוט, וועלכער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון שיילאָק אין שייקספּירס „סוחר פֿון ווענעציע‟; אַש האָט אים אײַנגענומען, זאָגנדיק, אַז די פּיעסע „גאָט פֿון נקמה‟ האָט ער אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַר אים. דעמאָלט האָט אַש איבערגעלייענט זײַן דראַמע פֿאַר אַ גאַנצער ריי דײַטשישע דראַמאַטורגן, זשורנאַליסטן, מיט מאַקס ריינהאַרדטן בראָש. זיי זײַנען שטאַרק באַגײַסטערט געוואָרן, און ריינהאַרדט האָט באַשלאָס די פּיעסע איבערזעצן אויף דײַטש. דעם 19טן מערץ 1907 האָט דער „דויטשעס טעאַטער‟ אויפֿגעפֿירט „גאָט פֿון נקומה‟ (DER GOTT VON RACHE)
מיט שילדקראַוט אין דער ראָלע פֿון יאַנקל. די פּיעסע האָט שטאַרק אויסגענומען, געהאַט גרויס דערפֿאָלג. דעם 27סטן אַפּריל 1907 איז די פּרעמיערע פֿון דער פּיעסע אויף רוסיש פֿאָרגעקומען אין סאַנקט־פּעטערבורג. דעם 13טן אָקטאָבער 1907 איז זי געשפּילט געוואָרן אויף ייִדיש אין ניו-יאָרק.

אין ניו-יאָרק האָט די פֿאָרשטעלונג אַרויסגערופֿן אַ גרויסן טומל; מ’האָט געפֿאָדערט פֿאַרטרײַבן אַשן. יעקבֿ גאָרדין און אַב. קאַהאַן זײַנען אַרויסגעטראָטן אין „פֿאָרווערטס‟, פֿאַרטיידנדיק די פּיעסע און דעם מחבר, געלויבט דעם אופֿן ווי עס ווערן באַהאַנדלט די פֿילעוודיקע פּראָבלעמען, ווען אַ ייִד מיט זײַן פֿרומקייט וויל אויסקויפֿן די זינד, וואָס ער באַגייט, שעפּנדיק זײַן פּרנסה פֿון זנות. צום סוף, באַצאָלט ער טײַער דערפֿאַר.
אין פּויליש איז די פֿאָרשטעלונג פֿאָרגעקומען אין וואַרשע אין יאָר 1908. אין ענגלאַנד איז „גאָט פֿון נקמה‟ פֿאַרבאָטן געוואָרן צו שפּילן אין 1911, און אין 1946 איז דער פֿאַרבאָט באַנײַט געוואָרן. אויף העברעיִש איז די פּיעסע צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין „דראַמאַטישן טעאַטער‟ אין ירושלים, אין 1922, אין דער איבערזעצונג פֿון א. שטשעגאַלאָוו און רעזשי פֿון מרים בערנשטיין-כּהן. אויך דאָ האָט עס ארויסגערופֿן אַ גרויסן פּראָטעסט.
די פּיעסע איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש, און מיט אַ סך ענדערונגען געשפּילט געוואָרן אויך אויף בראָדוויי, אינעם האַרץ פֿון ניו-יאָרק. עס האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן כּעס אין דער פּרעסע; מ’האָט געשריבן, אַז דאָס איז אַ פֿאַרשווענדונג פֿון דער ייִדישער רעליגיע. נישט קוקנדיק אויף דעם, וואָס אַזעלכע קינסטלער, ווי סטאַניסלאַווסקי, יודזשין אָ׳ניל און אַנדערע האָבן עס פֿאַרטיידיקט, זײַנען די אַקטיאָרן און פּראָדוצענטן באַשולדיקט געוואָרן. אָבער עס זײַנען נישט פֿאָרגעקומען קיין אַרעסטן און די פֿאָרשטעלונגען זײַנען אָנגעגאַנגען ווײַטער. פֿון דעסטוועגן, האָט מען שפּעטער די פֿאָרשטעלונג אָפּגעשטעלט און געמאַכט אַ מישפּט. אַ טייל האָבן געמוזט באַצאָלן שטראָף, די אַנדערע — באַקומען אַ הויז־אַרעסט.
אין יאָר 1925 איז „גאָט פֿון נקמה‟ געשפּילט געוואָרן אין פּאַריז אויף פֿראַנצייזיש, און אין בודאַפּעסט איז אין 1934 די פּיעסע פֿאַרווערט געוואָרן צו שפּילן דעם ייִדישן אַנסאַמבל, ווײַל „די אַנסטיסעמיטן וואָלטן עס געקאָנט אויסנוצן!‟ — יעדנפֿאַלס, אַזוי האָט געשריבן די אָרטיקע ייִדישע פּרעסע.
אין 1946 האָט אַש אַליין פֿאַרווערט אויפֿצופֿירן זײַן פּיעסע אין יעדער שפּראַך און אין יעדער מדינה. נאָך דעם, איז „גאָט פֿון נקמה‟ צום ערשטן מאָל געשטעלט געוואָרן אין 1974.

דאָס לעצטע מאָל איז די פּיעסע אויפּגעפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש אינעם ניו־יאָרקער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ אין 2016, רעזשיסירט פֿון עלענאָר ריסאַ. און אָט איצט, אין 2018 איז זי געשטעלט געוואָרן אין תּל-אָבֿיבֿער „קאַמערי־טעאַטער‟ מיט גרויס דערפֿאָלג.
איך וויל ווײַטער פֿאָרשטעלן, כאָטש אין קורצן, די קינסטלער, וואָס האָבן געבראַכט אויף דער בינע דאָס אָנגעפּלאָגטע קלאַסישע ווערק.

דער רעזשעסאָר איתי טיראַן, אַליין אַ פֿירנדיקער אַקטיאָר, האָט באַקומען אַ ריי אויסצייכענונגען סײַ פֿאַר זײַנע הויפּט־ראָלעס און סײַ פֿאַר רעזשי. ער, צוזאַמען מיט דני ראָזענבערג, האָט אויך באַאַרבעט די פּיעסע און צוגעגעבן איר אַ מאָדערנעם הײַנטצײַטיקן אויסדרוק.
דני ראָזענבערג, אַ באַקאַנטער רעזשיסאָר און סצענאַר-שרײַבער פֿאַר פילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, איז אָנערקענט געוואָרן נישט איין מאָל אין לאַנד און אין אויסלאַנד אויף אינטערנאַצינאַלע פֿעסטיוואַלן.
דורי פּרנס, אַ מוזיקער, האָט אָנגעשריבן מוזיק צו אַ ריי וויכטיקע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, צווישן אַנדערע אויך פֿאַרן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, מוזיק און ליברעטאָס צו אָפּערעס, מוזיק פֿאַרן תּל-אָבֿיבֿער סימפֿאָנישן אָרקעסטער, פֿאַר כאָרן און סאָליסטן. אַגבֿ, ער האָט באַגלייט אויף פּיאַנע מײַנע אויפֿטריטן פֿון געזאַנג און פּאָעזיע אין לאַנד און אין אויסלאַנד. ער זעצט אויך איבער פּיעסעס פֿון קלאַסישן און מאָדערנעם רעפּערטואַר, ווי אויך מיוזיקלס. גאָר אינטערעסאַנט איז, אַז שוין יאָרן לאַנג העלפֿט אים אַרויס זײַן פֿרײַנד, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון ווילנע, בײַם לערנען ייִדיש.
דאָס זײַנען די הויפּט־שאַפֿער פֿון דער פֿאָרשטעלונג „גאָט פֿון נקמה‟ אין „קאַמערי־טעאַטער‟.
נו ג-ט נעמט נקמה כסדר פון זיינע לעסטרער!
אז נישט קען מען נישט פארשטיין אזויפיל מאל איז דאס געווארן אויפגעשפילט נאר צו ווערן צוריק פארשטילט…
LikeLike